Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט
די באהאלטענע וועג פון פוילן קיין א"י איז מקובל ביי תלמידי בעשטה"ק זי"ע. איך האב אמאל געמאכט גרונטליכע פארש ארבייט אויף דעם.נחוניא האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:49 pmדי מעשה ווערט געברענגט אינעם ספר "חסידישע מעשיות" פון הרה"ח ר' אברהם שטערן ז"ל פון טישוויץ (שפעטער אין מאנטריאל).נייהויז האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:21 pmשקויעח פארן גיין פתיחה.
איינע פון זיינע מעשיות וואס ווינדערט מיר זייער שטארק.
א אינגל אין פוילן וואס האט געפאשעט די ציגן פאר מילך, איין ציג האט יעדן טאג אוועק שפאצירט פאר פאשע. דער ציג האט געהאט גאר גוטע מילך.
דער אינגל האט איין טאג נאכגעוואקט דעם ציג, און זיך געטראפן אין א"י. ער האט אריין געלייגט א צעטל אינעם ציג'ס אויער פאר זיינע עלטערן אז זיי זאלן אויך נאך גיין דעם ציג, און ער זעלבסט בלייבט אין א"י.
דער ציג איז אהיים געגאנגען, און זיך געקראצט דעם אויער זייער שטארק. דער טאטע האט רחמנות געהאט האט ער גשחט'ן דעם ציג. נאכן שחט'ן האט ער געטראפן דעם צעטל, אבער ס'געווען צו שפעט.
איינער ווייסט עפעס מער איבער די מעשה ?
אז איך וועל געדענקן וועל איך מאכן א קאפיע דערפון און ארויפלייגן.