מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

הג"ר אבא חייא הירש זצ"ל אבד"ק סערעד - כ"ח אלול תרנ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

קרשת
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:21 am

הג"ר אבא חייא הירש זצ"ל אבד"ק סערעד - כ"ח אלול תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרשת »

איינע פין די גרויסע תלמידים פין די הייליגע 'חתם סופר' איז געווען הג"ר אבא חייא הירש אב"ד פין שטעטל סערעד בגלילות פרעשבורג,
א זון פין הגה"ק ר' משה נחום רוזנבוים אב"ד ביטשקא, א ברודער פין הגה"ק ר' עמרם חסידא אין נאך,
בן הגה"ק ר' משה נחום רוזנבוים אבד"ק וואשאן, אדם גדול שבענקים וואס מ'דארף פאר איהם א באזונדערע אשכול,

ער איז לכאורה דער ערשטער וואס טראגט די צירוף פין די צווי נעמען 'אבא חייא', [עכ"פ צווישן די אשכנזים] וואס די מקור פין דיע נעמען איז פין די גמרא,
אין אינטער דעם ליגט אן אינטערעסאנטע מעשה, [יצוין שיש כמה גירסאות לסיפור ואני מביא את הגירסא הנפוצה, ולפי גירסא זו יוצא שבעת לידתו התגורר אביו בפרעשבורג]
ווען ער איז געבוירן [תק"פ] איז זיין טאטע געווען זייער קראנק עד כדי כך אז בא די טאג פין די ברית איז שוין זיין טאטע געווען ממש אין א מצב פין גסיס רח"ל,
איז געווען א קלער אין משפחה צווארטן [ל"ע] ביז נאך די פטירה אזוי וועט מען קענען א נאמעון געבען דאס קינד נאך די טאטע,
מ'איז גענגען פרעגן די חתם סופר צו מ'זאל טאקע טוהן אזוי,
האט'צעך די הייליגע חתם סופר אנגערופן: ח"ו מ'זאל שוין מאכן די בריתף אין מ'זאל א נאמען געבן 'אבא חייא', אין בזכות דעם וועט די טאטע האבן א רפואה שלימה, וכך הוה.

לכאורה בעקבות די מעשה האט ער זיך לימין געטשט זיין משפחה פין רוזנבוים צו הירש צו געדענקען חסדי ה' אז לרוב חסדיו דארף ער נישט הייסן נאך זיין טאטע,
אבער ס'קען זיין נאך סיבות.

ער איז געווען א תלמיד פין כמה מגדולי דורו ובראשם הג"ר שרגא פייבל הלוי הורוויץ אב"ד פאפא, אין הגה"ק מורינו החתם סופר,
איו אזויווי זיין פעטער הג"ר יוסף גרינוואלד [זיין טאטנס שוואגער, אין די טאטע פין ר' עמרם גרינוואלד אבי בעל ה'ערוגת הבושם'] אין זיין מכתב סמיכה 'קרא ושנה ושימש תלמידי חכמים הרבה וגאוני ישראל, ושאב מי מקור חיים מבור הגולה, מנורת זהב כולה, רבינו הגדול והקדוש מהר"ם סופר.

בהגיעו לפרקו אין די ערשטע ת"ר יארן, האט ער חתונה געהאט צו הרבנית מרת בריינדל ממשפחת אפרתים [מנוסח מצבתה, אבער ס'נישט קלאר פין ווי זי שטאמט],
אום ארום 35 יאר האר געהאנדלט אין מסחר, אבער נאך אזויפיל יארן איז ער אנגעקומען צו המצב פין הלחץ זו הדחק, אין יאר תרל"ח האט ער אנגענומען די עול הרבנות פין בני קהילת סערעד, דארט איז ער געווען רב ביזן פטירה, אזוי האט ער אויפגעשטעלט אין שטאטו א ישיבה.

כ"ח אלול תרנ"ג איז ער נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין א עלטער פין ע"ג שנים ומנו"כ אין סערעד.

דברי תורתו נלטקו ונקבצו לתכריך כתבים אשר בשמו יכונה 'כתבי אבי אח"ה'.

א גרויסע משפחה האט אויפגעשטעלט ואלו הם:
ר' מאיר לייב הירש ט' סיון תרס"ג מנו"כ בפיטע הולנד
ר' משה צבי הירש
ר' דוד עזרא הירש י"ב סיון תרר"צ מנו"כ גאלאנטא
ר' נחום הירש
מרת צביה אשת ב"ד ר' צבי הרש פישר
מרת מירל אשת ר' דוד ראב
מרת אביגיל אשת ר' משה חיים רייכהרט
מרת רחל אשת הגאון ר' עזיראל טויבער
מרת צערל אשת ר' יצחק שטיינר
מרת ברכה אשת ר' משה מנחם הלוי שפיץ
מרת חנה אשת הגאון ר' דוד וועסעלי
הב' משה לייב הירש נפטר בבחרותו
ר' עמרם הירש נעק"ה י"ד אייר תש"ה במחנה קאופרינג
מרת גינענדל אשת ר' נתן זרח גרויז


מקור: קונטרס לזכר משפחת רוזנבוים הירש
קרשת
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:21 am

Re: הג"ר אבא חייא הירש זצ"ל אבד"ק סערעד - כ"ח אלול תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרשת »

דמות צורת קדשו
147976_69-Enhanced-Colorized.jpg
147976_69-Enhanced-Colorized.jpg (151.48 KiB) געזען 47 מאל
קרשת
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:21 am

Re: הג"ר אבא חייא הירש זצ"ל אבד"ק סערעד - כ"ח אלול תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרשת »

מצבת קבורתו בעיר סערעד
147976_72 (1)-Repaired-Enhanced-Colorized.jpg
147976_72 (1)-Repaired-Enhanced-Colorized.jpg (147.84 KiB) געזען 47 מאל
קרשת
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:21 am

Re: הג"ר אבא חייא הירש זצ"ל אבד"ק סערעד - כ"ח אלול תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרשת »

חתימת כתב ידו על ספר פני יהושע
חתימת כתב ידו על ספר פני יהושע.jpg
חתימת כתב ידו על ספר פני יהושע.jpg (141.95 KiB) געזען 47 מאל
קרשת
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:21 am

Re: הג"ר אבא חייא הירש זצ"ל אבד"ק סערעד - כ"ח אלול תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרשת »

א בריוו פים חידושי תורה אין תוכחה צום איידעם ר' עזריאל טויבער אים די ענין פין דרך הלימוד בימיו
מסמך1.pdf
(340.61 KiB) נאכנישט געווארן דאונלאודעד
אטעטשמענטס
מכתב חידושי תורה ארוך ותוכחה על דרך הלימוד בכתב יד הגאון הצדיק רבי אבא חייא הירש אב_'_'ד סערעד תלמיד החתם סופר לחתנו רבי עזריאל טויבר.gif
מכתב חידושי תורה ארוך ותוכחה על דרך הלימוד בכתב יד הגאון הצדיק רבי אבא חייא הירש אב_'_'ד סערעד תלמיד החתם סופר לחתנו רבי עזריאל טויבר.gif (15.92 KiB) געזען 43 מאל
קרשת
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:21 am

Re: הג"ר אבא חייא הירש זצ"ל אבד"ק סערעד - כ"ח אלול תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרשת »

נאך א בריוו צו ר' עזריאל
עוד מכתב לחתנו ר_' עזריאל.jpg
עוד מכתב לחתנו ר_' עזריאל.jpg (226.38 KiB) געזען 43 מאל
קרשת
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:21 am

Re: הג"ר אבא חייא הירש זצ"ל אבד"ק סערעד - כ"ח אלול תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרשת »

הגהות אויף א ספר בכבת יד קדשו
המשך הגהות עם כתב יד קדשו.jpg
המשך הגהות עם כתב יד קדשו.jpg (125.33 KiB) געזען 41 מאל
קרשת
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:21 am

Re: הג"ר אבא חייא הירש זצ"ל אבד"ק סערעד - כ"ח אלול תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרשת »

כ'האב נאך אביסל סחורה,
אבער כ'קען באשטיין אז דו מומחים וואס דרייען זיך דא זאלן אויך ארויף ברנעגען וואס זיי האבן אין ווייסן.
קרשת
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:21 am

Re: הג"ר אבא חייא הירש זצ"ל אבד"ק סערעד - כ"ח אלול תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרשת »

אביסל פין יחוס רבינו.

ר' אבא חייא בן -
הג"ר צבי הירש בן -
הג"ר משה נחום - [זיין זוהן הגה"ק ר' עמרם חסידא פלעגט זיך אונטערשראבן ר' עמרם ב"ר נחום] וזוגתו מרת רחל לאה

מרת מרים לאה אשת ר' צבי הירש הנ"ל
בת הג"ר משה מאש אב"ד טאפאנאר וזוגתו מרת צירל

אשת ר' אבא חייא מרת בריינדל,
וי געצייכנט אויבן אז ס'נישט קלאר פין ווי זי שטאמט אויזער דעם אז אויף איר מתבה שטייט 'ממשפחת אפרתים'
אין ס'געווען כל מיני השערות וואס דאס מיינט, ס'האטצעך געוואקלט צווישן גרינוולאד אדער קאפשטיין.

למעשה אין די לעצטע בלעטיל פין עלי זכרון איז אויסגעפונען געווארן פרישע חידושים.
אז איר טאטע איז דעווען ר' מאיר יהודה לייב קאפשטיין פין נעמעש-סאללאק, אין איר מאמע האט געהייסן רחל לבית משפחת רייכער.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”