What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

איך האלט שוין נאך א שיינע פאר יאר נאך מיין חתונה, און ליידער ליידער גייט עפעס נישט די לערנען.
גלייך נאך מיין חתונה בין איך געווען פאר א אפשר א חודש און כולל און גלייך געגאנגען ארבעטן, און פארשטייט זיך אז נאך א טאג ארבעט האב איך נישט נישט געהאט קיין כוח און נערוון צי לערנען, אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א גאנצע צוויי יאר.

איין שיינעם טאג, האב איך געטראפן א חבר און איך זאג אים אז איך פיל עפעס זייער ליידיג איך וויל אנפאנגען לערנען, איך האב אים געפרעגט צי ער ווייסט פון עפעס א געשמאקע שיר פון געשמאקע חברה, ער האט מיר גלייך געענטפערט אז עס איז דא גוטע געשמאקע שיער וואס איך וועל הנאה האבן, און פארשטייט זיך אז איך האב מיך גלייך צוגעכאפט דערצי.

איך בין נישט איינער וואס האט אייביג געהאט א געשמאקע צי לערנען שיין גערעדט
איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין נערוון צי לערנען, נישט קיין חילוק וואס.
יא פארשטייט זיך איך האב געהאט בעסערע צייטן און שוואכערע צייטן אבער איך אייביג געווען מער ווייניגער די טראבעל מעקער.

יעצט צוריק צום שיער מען האט דעמאלסט געהאלטן אינמיטן מסכתות כתובות, אויב געדענק איך גוט.
!פארשטייט זיך אז איך האב שוין גלייך אריינגעקומען אז די מסכתא איז שוין נישט פאר מיר, אבער אי"ה ביי נדרים וועל איך אנפאנגען מיט א פרישקייט. און אזוי איז עס אנגעגאנגען ביז מען האט טאקע געענדיגט כתובות און מען האט אנגעפאנגען נדרים, פארשטייט זיך אז די ערשטע טאג האב איך איך מיך נאך איבער געשטרענגט צי פארשטיין אבער נאך א טאג צוויי האב איך געזען אז די מסכתא איז אויך נישט פאר מיר און איך דארף ווארטן ביז מען גייט אנפאנגען נזיר. און אזוי גייט עס נאך אן ביז די היינטיגע טאג. איך גי יעדן טאג צי א שיער סטאם צי זיצן און פארברענגען צייט. און איך האב שוין אפאר מאל פרובירט צי אנפאנגען מיט חברותא אבער עס האט זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט מער ווי וואך.

צוויי דריי טעג צוריק האב איך געזען די נייע What a day פון די זה מזה עקספאו, און איך האב געהערט ווי זייער אסאך חברה זאגן ווי שטארק זיי האבן הנאה געהאט פון ר' אלי ספענסקי, און איך האב באמת נישט פארשטאנען וואס קען שוין זיין אזוי אינטערעסאנט. איך האב שוין געזען אלע What a day חוץ פון ר' אלי ווייל איך האב באמת געהאלטן אז אויב רעדט זיך עס פון לערנען קען עס נישט זיין צי אינטערעסאנט.

נעכטן ביינאכט האב איך אפגעמאכט אז איך וועל עס אנפאנגען קוקן, און זען ווי אזוי עס גייט, אויב איז אינטערעסאנט וועל איך עס זען אויב נישט וועל איך עס אויסלעשן.

וואס זאל איך ענק זאגן. נאכן עס וואטשן האב איך האב אפגעמאכט ביי מיר אז דאס איז עס, היינט יד אלול וועט זיין מיין טאג וואס איך גיי קיינמאל נישט פארגעסןהיינט פאנג איך אן א דף א טאג, נישט קיין חילוק זינטאג צי שבת און יום־טוב, א יעדן טאג א דף.

וואס קען איך ענק זאגן שוין לאנג נישט געלערנט אזוי פלייסיג ווי היינט.
יעצט דארף מען בעטן אז עס זאל זי אנהאלטן לאנגע געזונטע יארן, און קענען מאכן א שיינע סיום הש"ס איינטאג.
איך האף אי"ה ארויף ציקומען דא יעדע שטיק צייט מיט א אפדעיט וויאזוי עס גייט.

אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

כה לחי!!
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
תולדות
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 1:20 pm
לאקאציע:בראשית

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולדות »

Wow wow wow

ווארט מיר צו הערן ווי אזוי זאכן שטעלן זיך אויס...

כה לחי!!!
צייט איז ווערדפול
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 3:29 pm
לאקאציע:גלות

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט איז ווערדפול »

!!! ר' אלי איז אייזן ביי מיר אויך געווען די זעלבע ווי איך האב מיר גענומען לערנען ווען איך האב אים אנדעקט,
נייגעריג ווי אזוי א בעל בית האט זוכה געווען צו זיין אזא מרביץ תורה?

א גוטן ר' אלי אהההה!!!! די ביזט פיין!
ר' איד הער מיך גוט אויס:
די טראכטסט פון דיר, און דיין חבר/שותף/קינד/ ווייבטראכט פון זיך....פינטל .

האלא וויפל אזייגער איז? יוא...ס'שפעט!
באר לחי ראי
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:07 am

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר לחי ראי »

אשריך ר’ @חיים97 גיי אהן טעמו וראו כי טוב!
אשריך @ר’ אלי’
אשריך @ארי חיימאוויטש די זכות הרבים איז תלוי בך
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

האלט דיר שטארק
אלץ שטארקער מען איז אלץ שווערער צורעכט זיך עס
דער אייבירשטער האלט די רעכטע האנט!
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8856
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

אוועטאר
piano fan
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:48 pm

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך piano fan »

אוועטאר
למשל
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:19 pm
לאקאציע:אין מיינע חלומות

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למשל »

Wow! גיי ווייטער אן!

און אויב איינער וואונדערט זיך פון וועלכע ווידעא ער רעדט, קענט איר עס קוקן דא:
https://drive.google.com/file/d/1QwVKmb ... drive_link
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!

פאר אלע נייע מוזיק דרוקט דא

מיינע קאלעקציעס:
עזרא באדאנסקי שמילי-קעסט לעיטעסט טאלקס What A Day
אוועטאר
כח און מח
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15340
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

WOW
לוקינג פארווערד צו מיטהאלטן די דזשורני, כ'האף מיר זענען געלאדנט צום סיום הש"ס.
רפרם גרינפעלד
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

למשל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 9:17 pm
Wow! גיי ווייטער אן!

און אויב איינער וואונדערט זיך פון וועלכע ווידעא ער רעדט, קענט איר עס קוקן דא:
https://drive.google.com/file/d/1QwVKmb ... drive_link
אלץ דעם קאפ אויפן פלאץ צו מזכה זיין אידן
RCtrlAltDel
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 20, 2019 7:24 am

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך RCtrlAltDel »

אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

איך האב אנגעפאנגן מסכת חגיגה, ווייל עס איז זייער א קליינע מסכת. און איך קען מיך זייער גוט, טאמער וועל איך אנפאנגען בבא בתרא ווי מען האלט יעצט וועט זיך עס נישט אנהאלטן צי לאנג, האב איך אנגעפאנגן מיט קלענערע מסכת און אזוי גיין ווייטער און ווייטער.

איך האב געטראפן א אינטערסאנטע וועבסייט, ווי מען קען אויסשטעלן קאסטעם מעיד לוח פאר לערנען, עס איז זייער אינטערסאנט איך לייג דא ארויף די לינק אז נאך מענטשן זאלן קענען הנאה האבן.
Create Calendar

אגאב זיך איך א חברותא וואס קען גוט אויסלערנען א שטיקעל גמרא, אויף א שנעלע טעמפא.
ביטע קום און אישי. נאר דער וואס איז עכט אינטערסירט, ביטע נישט משוגה מאכן.
לעצט פארראכטן דורך חיים97 אום מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 12:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מי הוא זה
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: What a day פון ארי חיימאוויטש האט געטוישט מיין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

למשל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 9:17 pm
Wow! גיי ווייטער אן!

און אויב איינער וואונדערט זיך פון וועלכע ווידעא ער רעדט, קענט איר עס קוקן דא:
https://drive.google.com/file/d/1QwVKmb ... drive_link
יעצט גענדיגט קוקן - עס איז מוראדיג שטארק - אין מילים
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”