בצלאל גאלד - אהבה רבה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

פריילאך האט געשריבן: שיינעם אינטערוויוא, א שאד מען איז אזוי מקצר מיט משולם גרינבערגער און די אנדערע.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

פריילאך האט געשריבן: אינטרעסאנט ווען ער זאגט איהם אז עס איז אן עכט חסידישן טעיפ, ענטפערט צאלי, מיט א פשטות, אוודאי איך בין דאך א חסידישער יונגערמאן..

נו איז עס דען נישט א פשוטע זאך אז א חסידישער אינגערמאן זאל ארויסגעבן א חסידישע אלבום?

--
האב איך אויך זייער הנאה געהאט פונעם אינטערוויא, זייער אינטערעסאנט און צו די זאך.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

הורעי!!!!!!!!!!!!!!

שנאפס האט געוואונען א צווייטע סידי!!!

וויכי, דער טשעק וואס כאדער דעמאלטס געגעבן צאלט זיך צוביסלעך אויס...

---

Sorry for the delay! Winners of @TzalyGold Album: @USBonly @SchnapsIvelt @budkaruv @lipag18 @AFanForYumiLowy Congratulations

Capture.JPG
!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע:בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

וואס ווען וואו?
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שוין לאנג נישט באשריבן קיין נייע סידיס. אבער וואס טוט מען נישט פאר צאלי גאלד? נאך אלעמען איז צאלי געווען דער זינגער ביי מיין חתונה, און עפעס א געפיל פון הכרת הטוב האב איך נאך.

זיך צו דערמאנען מיין אייוועלט פעסווארד האט גענומען אפאר מינוט... אבער מיין געפיל צו נגינה האב איך קיינמאל נישט פארלוירן. דערפאר האב איך גלייך ביים הערן דעם פריוויו געוואוסט, אז אויף דעם סידי וועל איך "מוזן" שרייבן א באריכט.

איך האב געטראכט אז קודם וועל איך באשרייבן די חסיד'ישע ניגונים און נאכדעם וועט מען גיין צו די אנדערע סטיילס... אבער איין מינוט, אז כ'וועל באשרייבן קודם די חסיד'ישע ניגונים וועט מיר גארנישט בלייבן אויסער דעם...

אין מיינע אויערן קלינגען די קלאנגען פון א סידי וואס וואלט נישט געווען קיין בושה צו הערן "בעק אין די דעיס" ווען ר' משה גאלדמאן ע"ה האט פארנומען דעם אויבנאן פון היכל הנגינה. די מוזיק איז אפשר קלארער פון אין תשמ"ג אבער דער חסיד'ישער טעם איז דער ארגינעלער און זעלבער ווי אין יענע יארן ווען חסיד'ישע נגינה האט ריכטיג אפגעטייטשט איר באדייט.

זאל טאקע דער זכות פון רבי שמעון בר יוחאי מגין זיין אויף ר' צאלי'ן... און מיט דעם וועלן מיר טאקע אנהייבן.

1) תורתו מגן לנו. לעבעדיג און לוסטיג. ס'הייבט דעם צוהערער הויך און העכער. דער ניגון איז נתחבר געווארן דורך ר' משולם גרינבערגער וועלכער האט ווי געווענליך צוגעשטעלט א הערליך שטיקל ארבעט. די מוזיק - אראנדזשירט דורך ר' נפתלי משה - טראגט מיך אריבער קיין מירון (ווער ס'איז שוין דארט געווען וועט אוודאי זאגן אז כ'ווייס נישט וואס איך רעד... אבער איך האלט מיך צו מיינס). א פיינע, שיינע און לעבעדיגע ניגון. צום סוף האט נפתלי משה באשלאסן מיר צו געבן א ציפ און הערליך אריינמישן א שטיקל פון בר יוחאי... נו נו נפתלי משה, מ'וועל מיר זיך שוין פאררעכענען... קום אריין אין אישית...

2) פון ל"ג בעומר גייט מען אריבער צו די עשרת ימי תשובה. באקאנטע ווערטער, ס'איז אפילו דא א באקאנטע ניגון אויף דעם (יעדער זאגט עס ביים דאווענען מיט'ן זעלבן ניגון...) אבער ר' פנחס מרדכי האט באוויזן מחדש צו זיין נאך א ניגון אויף די זעלבע ווערטער. א ניגון א שטיק ווארימקייט, פונקט צוגעפאסט פאר צאלי און זיין צעפידלטע שטימע (כאפסט וואס איך מיין...) ה' שמעה בקולי... אוודאי הערט ער! אזא שטימע רייסט דאך שטיקער!

3) יעצט צוריק צו א פשוט'ע וואכעדיגע מנחה... ועל חסדך הגדול באמת ובתמים נשעננו. ווערטער וואס מ'טראכט נישט צופיל אריין דערין, אבער זיי זאגן גאר אסאך. אבער היות ר' משולם איז מסופק געווען צי דער עולם וועט כאפן דעם מעסעדזש, האט ער צוגעלייגט די אידישע טייטש צום ניגון... טאטע זיסער נאר אויף דיר.

4) אוי, דאס איז ניטאמאל קיין תפלה... שאקס! ס'שטימט נישט מיין פשעטל...

גענומען א שטיקל פלא יועץ און געמאכט א ניגון דערויף.

קארעקשאן: גענומען א שטיקל פלא יועץ, דאס גוט דורכגעלערנט, טיף און גרונטליך, און דערנאך געמאכט א ניגון דערויף.

נו ווער איז דער? אוודאי ר' משולם נאכאמאל.

ומסימני המאמין ומצפה לישועה הוא, שעל כל דבר שמדבר למרחוק אמר יאמר "הקב"ה יצמיח קרן ישועה מקדם, כי מי שהוא נכון לבו בטוח יושב ומצפה מידי יום ביומו".

ס'גייט נאך ווייטער, אבער איך וויל דאך אז דער עולם זאל גיין קויפן דעם סידי... לויפט און קויפט, וועט איר קענען ליינען די איבריגע ווערטער. כ'קען אייך נאר אזויפיל זאגן, ס'איז פול מיט אמונה און בטחון, סיי אויפ'ן טאג-טעגליכן לעבן, און סיי אויף ביאת המשיח בקרוב. בא יבא ברנה.

5) און יעצט פון פלא יועץ צום רמב"ם (דערווייל שטימט עס...)

א ניגון איבער מעלת הצדקה, ארויסגענומען פון די ווערטער פונעם הייליגן רמב"ם, און איבערגעטייטשט פאר די וואס פארשטייען נישט קיין אידיש...

און אינמיטן הערט מען א באקאנטע שטימע... מ'געט א קוק אינעם ביכל און אלעס ווערט פארענטפערט; דאס איז יאסי גרין'ס ניגון! א שיינע ניגון דורך יאסי גרין, הערליכע מוזיק דורך משה לויפער, שיינע כאר דורך יואל הורוויץ (סארי אלי, צו מיקסינג פארשטיי איך נישט...), וואס קען זיין בעסער פון דעם?

6) אויף טרעק 6 האב איך נישט קיין ווערטער. די ניגון האט גראדע ווערטער, אסאך דערפון, אבער גלייך ביים הערן דעם ערשטן שורה האב איך געזען אז דאס נישט סתם "נאך א אידישע ניגון", נאר אזוינס און אזעלעכס. סיי די ניגון, סיי די תוכן, סיי די פראפעסיאנאלע גראמען, אלעס רעדט ווערטער.

דער ניגון רעדט זיך איבער די גאולה שלימה בקרוב, און וויאזוי יעדער איד דארף דאס אינזינען האבן ביי זיינע תפלות. סיי ווען מ'איז מתפלל אויף זיי וועלכע פערזענליכע צרה, און די שערי דמעות זענען סיי-ווי אפן, זאל מען שוין אריינרוקן א תפלה אויף די גאולה שלימה. זייער א שיינע געדאנק, זייער שיין אראפגעלייגט.

7) און נאך אזא ערנסטע ניגון קומט זיך אונז אביסל שמחה.

און אגב בין איך געוואויר געווארן אז משה לויפער איז אויך א קאמפאזיטאר.

עבדו את ה' בשמחה בואו לפניו ברננה. כי טוב ה' לעולם חסדו ועד דור ודור אמונתו. ס'פעלט נישט קיין ניגונים אויף די ווערטער, אבער דא האט איר איינס וואס די ווערטער און די ניגון זאגן דאס זעלבע...

און לגבי די מיקסינג...

... האב איך נישט וואס צו זאגן. האסט פארגעסן?

8) פאר די אינטראו פון מתרצה גיי איך ניסלעך... עכט "אלד-סטייל".

א ניגון קאמפאזירט דורך ר' משולם גרינבערגער, פול מיט בקשה ותחנון, געאייגנט צו זינגען אפילו ווען ס'איז דא א ברית אין ביהמ"ד... ווערטער וואס נעמט געווענליך צו זאגן שנעלער ווי א שהכל (פאר ווער ס'האט נישט קיין או-סי-די...), אבער דינט ווי א קורץ און שארפע תפלה אין אונזער "דור עני".

9) און רעדנדיג פון שחרית... עזרת אבותינו אתה הוא מעולם וכו'. (דא האב איך גארנישט פון צוריקהאלטן די ווערטער; יעדער קען עס סיי-ווי אויסנווייניג; כ'בין נאר פשוט פויל...) (יעצט גייט איךהער [ער איז נאך דא?] אויסרעכענען וועלכע ס'איז לענגער...)

יאסי גרין (איינער קען אים?) האט צוגעשטעלט א הערליך שטיקל, נפתלי משה א הערליכע ארענדזשמענט, און צאלי גאלד מאכט די כאר! מי כעמך צאלי!

10) לעבעדיג! ביי די קומנדיגע חתונה ווען איר וועט הערן "ברוך שנתן תורה לעמו ישראל בקדושתו, ואתם ה' בה' אלקיכם חיים כלכם היום" און איר וועט זיך וואונדערן "פון וואו קומט דער שיינער ניגון?", זאלט איר געדענקען, you heard it here first. דאס קומט פון צאלי גאלד, פון די נייע סידי "אהבה רבה", ערשינען בשנת תשע"ד. דער ניגון איז א יציר פון ר' משולם גרינבערגער, מיט א שיינע כאר צוזאמגעשטעלט דורך אברהמ'י בערקאו פון ידידים, און - קוואוט - "רולי אזרחי איז אן ארענדזשער". ענד קוואוט.

דער ניגון הייבט.

11) און די לעצטע ניגון האב איך ליב ממש אהבה רבה. א לאנגע ניגון אבער ווערד יעדע סעקונדע. יאסי גרין האט ווי תמיד זיכער געמאכט אז דער ניגון זאל אפטייטשן די ווערטער, און משה לויפער האט זיכער געמאכט אז מוזיקאליש זאל דער ניגון ארויסקומען א יופי.

און פלוצלינג האט זיך צאלי דערמאנט "שאקס, כ'האב נאך גארנישט געמאכט ביי משה קרויס! וויאזוי קען מען ארויסגעבן א סידי אן "ענדע מם קעי" פארמישט דערין?"...

נאך א קורצן טעלעפאן שמועס האט ר' משה מסכים געווען צוצושטעלן דעם כאר, סיי פון די ערוואקסענע און סיי פון די קינדער, און טאקע אראפגעלייגט א הערליך שטיקל ארבעט וואס שטימט גוט מיט זיין ביז-יעצטיגע רעזומעי.

דער ניגון זעלבסט איז פון אנפאנג רואיג, אבער די לעצטע פאר ווערטער זענען בשמחה. משום סיבה האבן די ארויסגעבער באשלאסן צו ענדיגן מיט'ן רואיגן חלק פונעם ניגון, און מיך לאזן הענגען מיט'ן צונג אינדרויסן, ווארטנדיג אויפ'ן קומענדיגן ניגון...

וויאזוי זאגט נאר באבע צירל? ווארט זיצנדיג!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

פשי... געוואלדיג צולייגט דעם טעיפ!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

WOW! א הערליכע דעטאלירטע באריכט א_ווי אין די אלטע גוטע צייטן!

יישר כח מעם ראשאקאהעל! גוט אראפגעלייגט.
לעצט פארראכטן דורך ידיד אום מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

זאפטיג מאשקע'דיג אראפגעלייגט!
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע:אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

מאשקע איז נישט פון מיינע צייטען, ווי איך פארשטיי האט איך פארפאסט מיטען געוואר ווערן אזוי שפעט פון אייוועלט.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

גיבטס אים דארט א נאק-אוט זאל ער זיך נישט קענען ארויסרירן פון דא, סטע געהערט אזוינס, זאג נאר מאשקע האסט געפרעגט רשות פאר ביזט אריינגעקומען? דיין מאמע האט דיר נישט אויסגעלערנט קלאפן אין טיר? סידאס ארייפאפן אזוי און אראפטראסקענען ס'געפעק שמירנישדירניש, און אז דו ביזט יא דא זעץ זיך אוועק און מאך א ברכה און לאז איבער עפעס גילדן אין די אשכולות,

עניוועי, זייער גוט און שיין צולייגט יעדע דעטאל, א שאד ביזט מער נישט דא, כליפ כליפ זום זום (אזוי האט מיין דאקטאר געזאגט).
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

איי מאשקע, מאשקע, נו, מאשקע (קרעדיט: די קינדער-מעשה טעיפ די קישעלע פאר'ן צדיק).

אויב צאלי האט געמאכט דעם טעיפ נאר צו זעהן ר' מאשקע דא צוריק אין קרעטשמע, וואלט שוין געווען כדאי.

אגב, מאשקע, איך זעה דו טראכסט און טראכסט און קענסט נאך אלץ נישט פאסן קיין פארטיגע החלטה... ס'עט זיין?
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע:צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

יום טוב ערליך זינגסט גוט, כ'מיין דו זאגסט גוט, נאר פארדעם אליינס האט זיך אלעס געלוינט......
מאשקע פליז סטעי העיר.........
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מאשקע איז דא געווען???
וואוי, הערליך אראפגעלייגט, איך קען נישט מער ווי מיטשאקלען מיט אים אויף יעדע שורה.
נ.ב. יא איך_הער איז נאך דא...
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

וועלכע נומער איז די אינטערן וויו?
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

יעצט געליינט דעם אשכול!! גארנישט האט זיך נישט געטוישט, אחוץ אז וויכי שרייבט שוין נישט און היכל הנגינה....

די סידי ארבעט ביי מיר און קאר יעדן טאג.... שטייטזעך אז יעצט און די 3 וואכן נישט!
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3264
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

Thank you האט געשריבן:
יעצט געליינט דעם אשכול!! גארנישט האט זיך נישט געטוישט, אחוץ אז וויכי שרייבט שוין נישט און היכל הנגינה....

די סידי ארבעט ביי מיר און קאר יעדן טאג.... שטייטזעך אז יעצט און די 3 וואכן נישט!
נא, לאמיר הערן, וואס זאגט די רמב''ם וויאזוי דארפן אידן געבן צדקה?
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:

לחזק את ידם עד שלא הצטרך לבריות....
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כמעט...

לך חזקאת ידועד שלא יצטרךלבריות...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:
יעצט געליינט דעם אשכול!! גארנישט האט זיך נישט געטוישט, אחוץ אז וויכי שרייבט שוין נישט און היכל הנגינה....

די סידי ארבעט ביי מיר און קאר יעדן טאג.... שטייטזעך אז יעצט און די 3 וואכן נישט!
נא, לאמיר הערן, וואס זאגט די רמב''ם וויאזוי דארפן אידן געבן צדקה?
לחזק את ידם עד שלא הצטרך לבריות....
כמעט...

לך חזקאת ידועד שלא יצטרךלבריות...
עברי אלערט!
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3264
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:
יעצט געליינט דעם אשכול!! גארנישט האט זיך נישט געטוישט, אחוץ אז וויכי שרייבט שוין נישט און היכל הנגינה....

די סידי ארבעט ביי מיר און קאר יעדן טאג.... שטייטזעך אז יעצט און די 3 וואכן נישט!
נא, לאמיר הערן, וואס זאגט די רמב''ם וויאזוי דארפן אידן געבן צדקה?
לחזק את ידם עד שלא הצטרך לבריות....
כמעט...

לך חזקאת ידועד שלא יצטרךלבריות...
Wow! קיינמאל געוויסט אז מ'זאגט 'לך חזק' און נישט 'לחזק'.

איז דא בכלל איינער וואס האט יא געוויסט???
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3987
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

לשון הרמב״ם ״ לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות״
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3987
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

דא האסטו די פולע לשון
״שמונה מעלות יש בצדקה זו למעלה מזו, מעלה גדולה שאין למעלה ממנה, זה המחזיק ביד ישראל שמך ונותן לו מתנה או הלואה או עושה עמו שותפות או ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות לשאול״
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

פיין, האב איך געמיינט אז איך געדענק יא דעם ניגון...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

צאלי גאלד האט נאר דער איין אלבום?
Willy
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: בצלאל גאלד - אהבה רבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 12:21 pm
צאלי גאלד האט נאר דער איין אלבום?
yes
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”