מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

טשארדשינג סטעישנס פאר עלעקטריק קארס

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גאנץ גוט
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 10, 2024 8:45 pm

Re: טשארדשינג סטעישנס פאר עלעקטריק קארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאנץ גוט »

על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 11:44 pm
גאנץ גוט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 11:32 pm

איך האב נישט געטראכט בכלל עס איז א ליעס איך האב געמיינט סאיז א רענטל
וויאזוי איז עס טאקע געווען? האסט אלס געהאט טשארדשינג סטעישאנס ארום דיר? זעהט נישט אויס צו זיין צו פראקטיש
איך האב מיך מחי' געווען דערמיט, כ'בין כמעט נישט געווען ביי סטעישנס, איך האב א דשאדשער וואס מען קען איינפלאגן ביי זיך אינדערהיים, די טייערע מיני קאסט ארום 150 דאלער צו אינסטאלן און עס דשארזשט עס פאלי איבערנאכט, די אנדערע קומט מיט די קאר, מען קען עס איינפלאגן אין א רעגולער פלאג, אבער עס נעמט אסאך לענגער.
כ'הער... איינער וואס וואוינט אויסערן שטאט האט טאקע נישט די פראבלעם..אבער אויב דארף מען פארן אביסל ווייטער און די בעטערי לויפט אויס דארף מען זיצן ביים טשארדשער אפאר שעה..
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: טשארדשינג סטעישנס פאר עלעקטריק קארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

גאנץ גוט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 11:57 pm
כ'הער... איינער וואס וואוינט אויסערן שטאט האט טאקע נישט די פראבלעם..אבער אויב דארף מען פארן אביסל ווייטער און די בעטערי לויפט אויס דארף מען זיצן ביים טשארדשער אפאר שעה..
וויליאמסבורג/בארא פארק קען טאקע זיין די פראבלעם, אויב מען קען נישט ציען עלעקטריק פונעם הויז, אבער און אלע אנדערע מקומות קען מען מיט א פשוטע ווייער פונעם הויז דאס דשארזשן.

זיצן 'אפאר שעה' איז איבערגעטריבן, דאס מערסטע נעמט עס א דריי פערטל שעה.(אדער א פיצי לענגער) [און איינער וואס האט א דשארזשער ביי זיך אינדערהיים, קומט זעלטן אויס צו דארפן נוצן א סטעישן, איך קען יעצט פארן פון קאנטרי קיין ווילי און צוריק אן נוצן א טשארדש.
לעצט פארראכטן דורך על פי פשטות אום דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 12:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: טשארדשינג סטעישנס פאר עלעקטריק קארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

קלארמאכונג: איך רעדט נישט קיינעם צו צי נעמען אן עלעקטריק קאר, ס'קען זיין נערווירנט, אבער ס'זיכער ביליגער.
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
מוצלח
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:38 am

Re: טשארדשינג סטעישנס פאר עלעקטריק קארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוצלח »

קודם טראכט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 11:46 pm
מעכל'ע האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 10:35 pm
קודם טראכט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 10:00 pm
איך האב געזעהן אין דער איד אז עס קאסט 4 סענט א מייל צו טשארזשען דאס איז דאך טייערער ווי גאז 3.50 א גאלאן האלט פאר 15-20 מייל
מאכט סענס?
4 סענט א מייל קימט אויס $0.80 פאר 20 מייל, פיל בילגער ווי גאז
שוין פאראכטען 34 סענט
איך ווייס נישט פון קיין צרות צו זאגן. איך טשארדזש ביי מיר אינדערהיים און ס'קאסט מיר א קנאפע 35 דאלאר א חודש.
Be positive
אוועטאר
מוצלח
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:38 am

Re: טשארדשינג סטעישנס פאר עלעקטריק קארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוצלח »

נברא האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:08 pm
עס איז דא א זייער גוטע עפפ/וועבסייט plugshare צו טרעפן גוטע טשארדזשינג סטעישאנס
איך האב עס גענוצט פאר א לאנגע ראוד טריפ און ס'איז געווען זייער גוט ב"ה
Be positive
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: טשארדשינג סטעישנס פאר עלעקטריק קארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

אין גוטע נייעס פאר נאן-טעסלא עלעקטריק קארס: טעסלא הייבט אן צוביסליך עפענען זייערע טשארדזשינג סטעישאנס פאר די גאנצע מארקעט. עס איז שוין יעצט דא פילע לאקאציעס פון טעסלא וואס ארבייטן פאר יעדעם.

פאלגענדע טעסלא סטעישאנס אין אונזער געגענט זענען שוין אפן:
1) טאמפּסאן סקווער מאל, מאנטיסעלא, ניו יארק
2) קוויק טשעק, מאהווא, ניו דזשערסי
3) טייס'ס קארנער מארקעט פלעיס, וואוד קליף לעיק, ניו דזשערסי
4) סטעיפּלס, ניו דזשערסי 17, פאראמוס, ניו דזשערסי
5) סענטעראל פארק עוו, יאנקערס, ניו יארק
6) קאני איילענד (נעבן סיגעיט), ברוקלין, ניו יארק

כדי צו נוצן די טעסלא טשארדזשער מוז מען האבן די טעסלא עפפ (מען קען נוצן א קאסטום מהדרין דיווייס, אדער כשר'ע טעבלעט).
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”