מים רבים - פארוואסער'טע כוחות

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

מים רבים - פארוואסער'טע כוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

אליין איך גליטש זיך ארויף און אראפ
בערג און טאלן גארנישט שטעלט אפ.

איך וואנדער פון איין גרופע צום צווייטן
מיין וואוינונג יעדע מינוט טוט זיך בייטן.

חבירים ווי מיר האב איך איבעראַל
ווייטע שטרעקעס מיילן אויף מייל.

באגיין אן מיר אומעגליך,
מ'ניצט מיר טאג טעגלעך.
אבער:
צומאל שטער איך די וועג'לעך,
אזש עס איז אומדערטרעגליך!


ווי א טייך טרונקסטו מיין געוועזנהייט
ביי דיר אין זעהל ווער איך פארשפרייט.

איך טו דיין הארטץ אלעמאל דערמינטערן
צו ס'איז אין זומער אדער ווינטער - אין.

טויזענטער מענטשן האב איך שוין געגעבן
רעטונג, שיץ, און געראטעוועט זייער לעבן.


באגיין אן מיר אומעגליך,
מ'ניצט מיר טאג טעגלעך.
אבער:
צומאל שטער איך די וועג'לעך,
אזש עס איז אומדערטרעגליך!


אבער טעגליך טוען מענטשן מיט מיר זיך דערטרענקן
גאנצעטע שטעט האב איך שוין געטון אפשווענקען.

אויף מיר צומאל זיי פאלן און גליטשן - זיך
אפטרוקענען מיינע נאכווייען זיי מוטשע'ן - זיך.

ווי פון א פייער וואס ברענט א שטארקע דעגרי
קענען זיי אויך פון מיר כאפן א ברי.

באגיין אן מיר אומעגליך,
מ'ניצט מיר טאג טעגלעך.
אבער:
צומאל שטער איך די וועג'לעך,
אזש עס איז אומדערטרעגליך!


נעם א קאלטן טרונק
און הער מיר אויס פלינק.

די זעלבע וואסער וואס די טרונקסט דא בטעם'ט
איז נעכטן געוועהן אין א טייך פארשוועמענדיג א שטאט פון אמט.

די זעלבע וואסער וואס די וואשט זיך די הענט
האט א צווייטן נעכטן דערטראנקען אדער פארברענט.


טאקע באגיין אן אים אומעגליך
וואסער האלט מיר ביים לעבן
אבער צומאל איז עס אומדערטרעגליך
אז ''אן גאט'' קען מען זיך נישט קיין עצה געבן.

הצלחה!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: מים רבים - פארוואסער'טע כוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

מזל טוב צום 2,5!!

זייער שיין און הערליך!
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: מים רבים - פארוואסער'טע כוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

WOW זייער זייער שיין!
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
ראש ישיבה
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:49 pm
לאקאציע:מגי''ש שטיבל

Re: מים רבים - פארוואסער'טע כוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש ישיבה »

שיינע וואסער געפילן!
ראש ישיבה פארוואס?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”