ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי
אזוי ווי איך גיי פראבירן בעזהשי"ת ארויפצולייגן 2 מאהל א חודש אן ארטיקל ספעציעל פאר אייוועלט. אדער עצות והדרכה פאר אינוועסטארס, אדער אן אנאליז איבער דעם ריל עסטעיט מארקעט, שפיר איך אלס והייתם נקיים צו געבן אביסל א בעגראונד איבער אני הקטן.
1. איך בין שוין עוסק אין ריל עסטעיט באלד 15 יאר.
2. פאר לאנגע יארן געארבעט אין פארשידענע דשאבס אין ריל עסטעיט (פון פיעלד ארבעט ביז אפיס ארבעט) ביז איך בין אריין דאס ערשטע מאל אלס א שותף אין א געשעפט (איך גיי עס פירן, און דער אינוועסטאר לייגט אריין דאס געלט).
3. כהיום שטייט מען שוין ב"ה נאכן קויפן קנאפע 300,000 סקווער פיס, (א חלק האלט מען און א חלק פארקויפט מען). גארנישט אין ניו יארק/ניו דשורזי. אלעס אין צוויי סטעיטס, וואס ביידע נעמט צו אהין צו פליען א שיינע פאר שעה. פארוואס טאקע? דאס גייט מען אי"ה מברר זיין מיט עטליכע ארטיקלן.
4. איך בין ווייט פון זיין א גביר, אבער אזוי ווי דער אייבערשטער האט מיר געפירט ביז אהער, האף איך און איך בעט אז ער זאל מיר ווייטער פירן ברחמים ובחסדים גדולים.
במילא, אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן. און איך האב געשפירט אז אויב איך קען העלפן א צווייטן מיט ארויסברענגען פארשידענע נקודות, יהא זה חלקי מכל עמלי.
פרק א'
אינעם עולם הריל עסטעיט איז דא אן אנגענומענע יסוד. ווי אזוי רעכענט מען א גוטע אדער שלעכטע אינוועסטמענט? פשוט, מען קוקט אויף די קעפ רעיט. פון א געוויסע קעפ און העכער, איז גוט. פון א געוויסע קעפ און אראפ, איז שוואך. און איין געוויסע איז נישט צום עסן און נישט צום שפייען, אבער לאמיר ראנען די נאמבערס צו זעהן אויב קען מען עפעס טוהן מיט דעם.
אויבן אויף, דאס איז טאקע דעם חשבון ווי אזוי מען קוקט, אויב קויפט מען א בנין וואס דער עיקר איז די אינקאם כהיום יום. אבער דא דארף מען נעמען אין חשבון נאך אן אנדערע נקודה, וואס דאס צווארפט אמאל דעם גאנצן יסוד.
די חשבון הייסט: רענט פער סקווער פיס.
אויב איך דינג א דירה פאר $3,000 א חודש,
מיין דירה איז גרויס 900 סקווער פיס,
קומט אויס אז איך באצאל $36,000 א יאר פאר 900 סק.פ.
וואס דאס מיינט $40 א דאלער א יאר פער סק. פ.
הגם ביים היימישן עולם ווען מיר דינגען א דירה פאר זיך צו וואוינען, ווייניג מאכן דעם חשבון וויפיל רענט צאל איך פער סקווער פיס, עס גייט בעיקר אויף שלאף צימערן (און פארדעם ווערן די דירות צו פארדינגען קלענער און קלענער). אבער ביי די גוים על פי רוב, זיי קוקן דערויף גאר שטארק.
אוודאי איז דא וועגן ווי אזוי דאס צו פארגיטיגן, למשל א גרויסע קאממאן עריע, פארקינג, וכדומה. אבער על פי רוב ווען א גוי טראכט פון נעמען א דירה אדער אן אפיס, וועט ער פון די ערשטע זאך נעמען אין חשבון וויפיל באצאל איך רענט פער סקווער פיס.
והשתא דאתית להכי, לאמיר עס בעסער מסביר זיין מיט צוויי דוגמאות.
____
איך האב דעם מעגליכקייט אדער צו קויפן איינע פון די צוויי בנינים:
אדער א 8.85% קעפ (בנין א'), אדער א 5.36% קעפ רעיט (בנין ב')
ביידע זענען די זעלבע גרויס, די זעלבע געגענט, און די זעלבע סארט בנין.
אויבן אויף? וואס איז די שאלה בכלל? אוודאי בנין א', עס איז דאך פיל אן העכערן קעפ רעיט!
אבער דא ליגט די הינט באגראבן.
אין בנין א' איז די עווערדש רענט פער סקווער פיס, $26.33
אין בנין ב' איז די עווערדש רענט פער סקווער פיס, $16.83
אזוי ווי א מענטש קויפט דאך נישט בלינדערהייט, קוקט מען דאך פארדעם וויפיל רענט איז טאקע די מארקעט יעצט. זעט מען אז די פרייז כהיום יום איז אין עווערדש $24 דאלער א סק.פ. אין הכי נמי אז מען קען פושן און דרייען ביז מען באקומט 26, אבער עס איז נישט דעם עובר לסוחר.
___
אזוי ווי מיר ווייסן אז די עוורידש איז $24 דאלער פער סק. פ. לאמיר מאכן א חשבון ווי אזוי קען אויסקוקן ביידע בנינים אין 2 יאר ארום ווען די ליסעס זענען אפגעלאפן (נ.ב. רעכן אייביג די רענטס אין צוויי יאר ארום כאילו עס איז היינט, קיינמאל רעכן נישט אז די רענטס גייען מער ארויפפארן צוליב א נייע טרעין, נייע בנינים וכדומה. צו רעכענען לויט די צווייטע וועג, איז רובו דרובו פעלער א רעסעפי פאר א דורכפאל).
לאמיר נעמען ביידע בנינים ווי אזוי די רענטס קענען אויסקוקן אין צוויי יאר ארום.
וואס איז די חילוק?
אין בנין א' האט דער מוכר געמאכט די געלט און דיר געלאזט הענגן, אין בנין ב' האסטו געמאכט די געלט און געלאזט דעם מוכר הענגן.
אוודאי קען מען דאס נישט נעמען פאר גרענטיט אז דער מוכר איז א טיפש און ווייסט נישט ווי אזוי מען רעיזט די רענט. מען דארף ערענסט אריינקוקן פארוואס האט דאס פאסירט, ווער זאגט אז דו קענסט בכלל רעיזן די רענט, און אזוי ווייטער.
די משלים האב איך פשוט גענומען נאר כדי לסבר ולשבר את האוזן.
___
היוצא לנו מכל זה:
בנין א' איז זיכער א ברכה לבטלה,
בנין ב' דארף מען אריינקוקן ערענסט, צו עס איז דא א מקום ווי די ברכה זאל חל זיין.
___
תכלית
1. אייביג קוקטס אויף די רענט פער סקווער פיס וואס די חברה באצאלן כהיום,
2. קוקטס לויט די עוורעדש רענט פער סקווער פיס "פאר אזא סארט בנין", אין די מארקעט כהיום,
3. און לויט דעם מאכטס דעם חשבון.
- אויב זענען דיינע רענט העכער פון די מארקעט, לויף אוועק פונעם געשעפט.
- אויב זענען דיינע רענטס לויט די היינטיגע מארקעט, גייטס אריין בידוע ברורה אז דאס איז כלה כמו שהיא, דאס וויפיל דו מאכסט אינעם ערשטן חודש, דאס וועסטו מאכן 2 יאר ארום.
- אויב זענען דיינע רענטס נידעריגער פונעם מארקעט, נעמטס א טיפן אטעם און מאך דיין ריסורטש. די גרעסערע רויחים מאכט מען אזוי.
__
עד כאן פרק א'
נ.ב.
אויב איינער וויל פרעגן סיי וואס, איך וועל אי"ה הארצן גערן ענטפערן. גארנישט איז נישט קיין אן עמהארצות אינעם עולם המסחר. הצלחה רבה!