ווי איז די חומוס?!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

ווי איז די חומוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

פרשן הפרשה - כי תבוא


אלעס האט זיך אנגעהויבן ביי א רואיגע תיקון פארברענג נאכן דאווענען. א ברייטע אויסוואל פון הערינג איז געווען אויסגעלייגט אויף די טישן פאר די הונגעריגע אידנטום פון בית המדרש 'אוהל גדליה'. ''שיק אריבער די הערינג דארטן'' האט זעמל געשריגן צו אן קאלעגע איד וועלכע איז געזעסן ביים צווייטן זייט שולחן און הנאה געהאט פון איינע פון די פולע הערינג פושקע'ס ''יענער דארט'' האט זעמל צוגעוויזן מיטן פינגער אויף א פושקע וועלכע האט געהאט אייגנארטיגע געווירצן דערויף צו פארמערן די שארפקייט. אז זעמל בעט געבט מען גראד.מזל טוןב, די ציל איז ערייכט געווארן.

אזוי זיצנדיג פארטון און פארשידענע שטורעמישע געשפרעכן העומדים ברומו של עולםהאט זיך די טיר האסטיג ג'עפענט און זכריה קנאבלמאן א רעספעקטירטע מיטגליד אינעם שול איז געקומען צו פליען ווי די נאר זאל אים ווען שטופן. ''חברה, הערטס מיר אויס'' האט ער איבערגעהאקט די פאליטישע דעבאטעס.

אלעמענס אויגן האבן זיך געוואנדן און קנאבלמאן'ס ריכטונג, ''זכריה? וואס האסטו אזוי וויכטיג צו איבערגעבן פאר ציבור אז עס איז געווען אזוי וויכטיג מיר צו איבערהאקן אינמיטן די עבודה'' האט זעמל געפרעגט מיט פארדרוס זענדיג אז זיין באליבטן פושקע האט געטרעוולט אוועק פון אים איבערלאזנדיג בלויז א מינימאלע אויל אויסגוס אויפן טישטוך אלס זכר.

''הער מיר צו'' האט זכריה גענומען דאס ווארט, ''אזוי ווי עטס ווייסט האב איך זיך לעצטנס אריינגעלייגט אין א נייע אונטערנעמונג, איך שטעל צו אויספלוג פלאנירונג 'אייטינערערי בלע''ז (ביטע אנטשולדיגן אויב ס'איז דא אן איביריגע ריי'ש) פאר מענטשן. איך סערוויר יעדן גלייך אפגעזען זיין ראסע, קאליר, אדער שיכט'' האט זכריה אויסגעפירט מיט פאמפע.

זעמל איז בכלל נישט אנציקט געווארן, ''נו וואס ווילסטו זאגן דערמיט?''האט ער גראד אטאקירט ר' קנאבלמאן. זיינע אויגן האבן נאכאלס נאכגעפאלגט די הערינג פושקע וועלכע איז אזוי אינג פארכאפט געווארן.

'הערטס צו מיינע פריינד'' האט זכריה גענומען די ווארט. ס'איז געווען קענטיג אז עס איז אים שווער צו רעדן, זיין אונטערשטן ליפן האט פארמאגט עטליכע טיפע קעלט שפאלטנס און יעדערס מאל ער האט געדארפט שאקלען זיינע ליפן האבן פרישע בלוט טראפנס פארשמירט זיין געזיכט. ער האט אבער גענומען די קוראזש און פארגעזצט, ''אלס א וועג צו פארשפרייטן מיינע געלונגע אויספלוגן פאר די ברייטע גאס האב איך באשלאסן אין א מעכטיגע מארקעטינג סטראטגיע צו אפרעכטן א נסיעה פאר די מתפללים פון אונזער שול, גענצליך פריי פון אפצאל יעדער קען מיטקומען. גלייבטס מיר, ס'גייט זיין אזאנס און אזעלכס, קיינער וויל דאס נישט פארפאסן!''

די פרזאמלטע זענען געבליבן זיצן אויף די ערטער געפלעפט, אויף אזאנס האבן זיי זיך נישט געראכטן. אלע האבן אייניג פראבירט מיט אייזענע צוואנגן צו באהאלטן די שמייכל וועלכע האט זיך ארויסגעריסן אן רשות, אלס רעזולטאט פונעם קאמף האט זיך אנגעזען אזא אינטערסאנטע מינע פון פארקרימטע ליפן…

''נו, ווער קומט מיט?'' האט זכריה געפרעגט פיל מיט לעבנס לוסט. איינס ביי איינס האבן זיך אלע אנגערופן אז זיי וועלן אנטייל נעמען אין דעם היסטארישע וואקאציע אויספלאנירט דורך דעם 'וואן ענד אלני' זכריה קנאבלמאן…

צוויי וואכן שפעטער אין דשעי עף קעי אינטערנאציאנאלע לופטפעלד. א גרופע מענער מיט שווערע רוקזאק מאכן זייער וועג צום אנגעגעבנער געיט. די גערוך וועלכע האט זיך ארויס געגנב'ט פון זעמל'ס זוטשקע האט פארציילט די סוד, די הערינג איז דא… א לייכטע געמיט הערשט צווישן די אנוועזנדע, יעדער איז פרייליך צו גיין אויף וואקאציע. אפי' זעמל האט זיך ערלויבט צו אויסשפרייטן א קומץ פון א שמייכל אויף זיין געווענדליך טרויעריגן געזיכט.

די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מיט א קנאק, אלס איז געווען אהער געשטעלט אויפן העכסטן סטאנדארט אזוי ווי נאר זכריה קען. פון די גאסט הויז ביז די ווערצהויז, די געלונגענע אויספלוגן צו בארימטע אטראקציעס.די הערליכע פאנאראמעס און איינדרוקספולע טייכן ווי זיי האבן באזוכט, אלס איז געווען אריינגעלייגט אין די אנגעפילטע סדר היום. זעמל האט זיך ארומגעדרייעט ווי אן עכטע וויכטיגמאכער, צוויי 'בלו טוט' אפעראטן האבן ארויסגעהאנגען פון זיינע אויערן, זיין פיאות איז נישט געמאכט געווארן אפי' איינמאל דורכן נסיעה, ''זכריה על הגובה''

דריי אזייגער נאכמיטאג אויפן אונטערשטע טאג פונעם אויספלוג האט זכריה צוגעשטעלט א רייכע לאנטש. זכריה האט באשטעלט פון צענדליגע עסן פארבריקן פון די גאנצע אומגעגענט רייכע פארציעס. די לאנטש איז געווען א צוזאמשטעל פון פיטא פאלאפול און נאך פארשידענע גרינצייגן. זעמל איז געווען די ערשטע צו באמערקן אז עפעס פעלט, ''ווי איז די חומוס?!'' האט ער געפרעגט אזוי הויעך אז די ווענט האבן זיך דערשראקן. זעמל האט עקספלאדירט.

גיך איז זכריה צוגעלאפן צו די קעסטל פון די עסן און אנגעהויבן נישטערן דערינען זוכנדיג פאר די חומוס, זכריה האט זיך דערגרינטעוועט ביז צו די קומה תחתיה פון דעם קעסטל אבער קיין זכר פון די ארבס יצירה. אהה האט ער זיך געכאפט ביים קאפ, ''איך האב פארגעסן צו באשטעלן'' האט ער געזאגט א פארשעמטע…

א רעש א טומל איז געווארן אין עס זאל, ''וואס הייסט האסט פארגעסן?!'' האט זעמל געשריגן רויט ווי א בוריק, ''איז דאס א נארמאלע נסיעה? פארדעם האסטו מיר געשלעפט ביז קיין ארץ ישראל?! נישט צו געבן קיין חומוס?'' זעמל האט שווער געארבעט אז ער נישט גענצליך פארלירן קאנטראל איבער זיין צווילדעוויטן קערפער.

''חברה מאכטס ענק גרייט צו פארן'' האט זכריה אויסגערופן שטיל א פארשעמטער נאך עטליכע מינוט. זיין גייסט איז געווען צוקלאפט.

די קומענדיגע וואך אין בית המדרש: האסט געהערט, האט איינער פארציילט פארן צווייטן מיט אויפברויז, ''ס'איז נישט געווען קיין ח-ו-מ-ו-ס''. זעמל האט געקאכט און אלע זענען מיטגעפארן, דער זכריה טויג אויף גארנישט! די גאנצע שמועס איז געפארן מיט די איין טעמע, יא חמווס נישט חומוס… חומוס אהער חומוס אהין. קיינער געדענקט בכלל נישט די בחינם'דיגע נסיעה…

***
א יעדער מענטש האט אין זיין טאג אזוי פיל גוטס. דא זענען עטליכע, ער לעבט, ער קען וואקן אויף די אייגענע צוויי פיס, ער קען זען! (וויפיל כיזבאלא מערדער קענען שוין נישט זען?) און נאך פיל. יעדער, אבער יעדער איז ארומגענומען מיט חסד אגאנצן טאג, מען דארף בלויז עפענען די אויגן א קליין ביסל און זען.

ווי נאריש דארף מען זיין זיך צו שטעלן אויף קלייניקייטן און ווערן באבלאזן דערויף. לאמיר נעמען א ביישפיל; חיים האט פארלוירן זיין דזשאב. חיים ווערט אויפגערעגט, דעפרעסט, פארמשבר'ט. אגאנצן טאג טראכט ער נאר ''וואס האב איך שלעכטס געטון אז די אייבערשטער וויל מיר אזוי שוטראפן'', ער שפילט ברוגז.

אבער קלער אריין א מינוט. חיים, דו לעבסט! דו ביסט געזונט! דו האסט קינדער! דו האסט וואס צו עסן! און נאך טויזענטער חסדים אויף טריט און שריט, ווי שעמסטו זיך נישט צו שטעלן אויף א נארישקייט און אויף דעם ארויף בלאזן אויפן באשעפער וואס האט דיר איבערגעפילט מיט מתנות. דו ווייסט אז אלס וואס דו האסט איז א בלויזער מתנה פונעם באשעפער, ס'קומט דיר גארנישט. איז וואס שרייסטו?

נישט אז עס איז 'פאן' צו זיין ארבעטסלאז, אבער אקעגן די פולע טויזענטער חסדים איז דאס א קלייניקייט

אין איין ווארט - מען דארף זיין משוגע נישט צו אנערקענען די חסדים פונעם באשעפער, און מען דארף זיין א שוואכע בעל שכל נישט צו מכיר טובה זיין!

די וואך אין די סדרה שטייט די פרשה פון ביכורים. די באשעפער באפעלט אז מען זאל ברענגען פון די ערשט געצייטיגטע פרוכט צום בית המקדש. רש''י דערמאנט שוין אז דערמיט וואס מען ברענגט ארויף די פירות צייגט מען אז מיר זענען נישט קיין כפוי טובה. יא, אפי' אזא פשוטע זאך ווי אויף פרוכט וואס וואקסט ביי מיר אין פעלד וואס בעצם וואלטן אסאך מענטשן נישט געטראכט אז דא ליגט עפעס ספעציעלע חסדים פונעם באשעפער, כ'מיין איך האב דאך געארבעט דערפאר.

אבער טאקע אויף דעם דארף מען דאנקען. ווייל אלס, הכל בכל מכול איז א בלויזע 'פרעזענט' פון אונזער ליבער טאטע!

ס'קומט ראש השנה, און עס איז העכסט געראטן אז פאר דו גייסט גיין און בעטן פאר נאך א פעטע יאר מיט אלע ברכות, אנערקען אין די פולע חסדים וואס דו האסט געהאט די יאר, זאג ש'כוח…

גוט שבת און א כתיבה וחתימה טובה!
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 4:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
בעל מוסף
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 12:14 am

Re: ווי איז די חמס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מוסף »

צ''ק
אין די עזה טאנעלען
אין קורצן: אייוועלט איז א קינדערגארטען פאר טאטעס
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: ווי איז די חמס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

*חומוס....
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: ווי איז די חמס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:19 pm
*חומוס....
פאראכטן
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6190
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ווי איז די חמס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:19 pm
*חומוס....
אויך
וואו*
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: ווי איז די חומוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »


מעגא ארטיקל דאס!!!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
עמית
שר האלף
תגובות: 1295
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: ווי איז די חומוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

פיינע נייעס אזויווי אייביג
אבער איך ווייס נישט פארוואס די מאכסט אזוי אוועק די חומוס עס איז גארנישט אזא קלייניקייט
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: ווי איז די חמס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

הארזים האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 5:31 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:19 pm
*חומוס....
אויך
וואו*
שוין שוין... עפעס מעג מען געבן פארן יצר
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”