מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמואל גימל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 7:37 pm

אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גימל »

שא שטיל, עס איז פרי פארטאגס און די גאנצע וועלט איז טיף אריינגעטונקען אין איר שניידענדן שטילקייט, ווען מיין שלאף ווערט שארף איבערגעריסן פון א יאמערליכע געוויין "טאטי.. מאמי.. טאטי.."

איך לויף אריבער צו די קינדער צימער זען וואס גייט פאר, און צו מיין קנאפער איבערראשונג איז עס חיים'ל, ער מוז 'יעצט' האבן א באטי... און ער גייט אזוי וויינען ביז ער באקומט עס... זאל זיך די גאנצע משפחה אויפוועקן... זאל זיך די גאנצע בנין איבערדרייען... און א עקשן ער איז! אה יעס!

איך ווייס אז אויב וויל איך נישט יעצט האבן א חתונה מיט א קארניוואל צוזאמען, דאן מוז איך נאכגעבן (יא.. 'איך' מוז נאכגעבן...) און ערפילן זיין רצון...

איך שלייך זיך אריין אין קאך, און דרוק אראפ די קנעפל פונעם קומקום, און ווארט... אויף צו להכעיס, נעמט אים עס יעצט לאנג צו ווערן הייס... אויף ביזדערווייל כאפ איך א שפאציר אין האלוועי... ווען צו מיינע אויערן דעגרייכן א גערויש - איינער האקט..

איך גיי צו צום טיר און נייג צו אן אויער... יאפ, איך חלום נישט, א טיר האקט און שווערע פוסטריט פאלגן נאך... ערשט מאך איך זיכער אז מיין טיר איז הערמעטיש פארשלאסן און אז מיין מזוזה איז אין פלאץ... אה יעצט קען מען אנהייבן טראכטן רעאליסטיש...

ווער קען זיין די וואגאבונד?! אין אזא פריע שטונדע? די שכן ווייס שטייט הערשט אויף אין אזא זעקס-זיבן שעה ארום... די שכן שווארץ, נאך שפעטער... איז עס א פרעמדע אריינדרינגער? ווייטער האט זיך דער אוזבעקישן שכן אנגעשיכורט?!

איך כאפ א בליק ארויס פונעם טיר לעכל און - אהה... ס'איז דער אלטער בוכארישע מר. חיימוב, ס'איז חודש אלול - ער גייט צו סליחות... יא יעצט 5:21 am, שלעפט ער זיך ארויס צו סליחות... נישט נאר היינט יעדע צופרי... בעסער געזאגט - יעדע נאכט...

קיינער גייט אים נישט פארהאלטן וואו ער איז געווען, אדער פארוואס קומט ער שפעט...

אבער אן קיין חכמות "בלי טריקים ובלי שטיקים" שטייט ער אויף ביים עלות און שלעפט זיך צום ספרד'ישן בעיסמענט שול, און מ'גייט זאגן סליחות...

איך בין מחליט מען טוט זיך פלינק אן און מען כאפט זיך מיט... איך שפיאניר אים נאך, אונז קומען אן צום קליינעם שול'כל באדעקט מיט קארפעט... אנגעלייגטע טישן מיט עצי ועשבי שיריים פון שבת... און הויפענעס סליחות'לעך מיט'ן פנים פונעם רב הראשי ז"ל ביים כותל...

שטייען א פופצן עלטערע ספרד'ישע אידן (דריי בוכרים, צוויי תימנ'ער, פיר מרוקאים, עטליכע ישראל'ישע אינגען...) און זינגען צוזאמען שטייט, בניגון המקובל והידוע -

אה... אאאדדון הסליחחותת... בווחחחן לבבוותתת.... גולללה עמוקקותת... איי.. דובבבר צדדקות! (אלע צוזאמען) חטטאננו לפפניך - אוי - ררחחם עללינו!

השם השם!! ס'בלאזן לאנגע געדרייטע שופרות! בדיל ויעבור! עס גייט א רויעך!!

בן אד-ם מה לך נרדדדם - קום קרא בתחנונים! שפוך שיחחהה - דרוש סליחחהה - מלפני אדון האאדדוננים.... שטייען זיי מיט געבויגענע קעפ און זינגען צום טאקט...

אה עס צוגייט אין די ביינער.... עס גרייכט די נשמה... עס וועקט אויף... אוי... מה לך נרדם... עס קומט א ראש השנה ועשי"ת...

דער באשעפער ווארט אונז זאלן זיך צוריקקערן צו אים... שפוך שיחה.... דרוש סליחה... מען דארף נישט ווארטן ביז "אונז" הייבן אן צו זאגן סליחות... מען קען זיך שוין נעמען אין די הענט אריין...

נאך אזא קארגע 55 מינוט, ענדיגט מען שוין ענדליך... (דאונט יא ווארי, ביי אונז - וואלט עס גענומען א קארגע 14 מינוט... און דעט'ס איט...) איך שפאציר זיך אהיים, די גאסן זענען נאך לער... קוים עטליכע קארגע משכימים... און די פשוט'ע פראסטע פרענקען - זענען שוין טיף אינמיטן די עבודת הקודש...


זיי נישט קיין נאר, זיי מברר וואו איז די נאנסטע מנין סליחות צו דיר, און כאפ דיך אריין איין טאג... העסט הנאה האבן... ברוחניות ובגשמיות....

#חאטאנו לעפאנעך.... ראחעם אלעינו....

שמואל.
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

פיין געזאגט!



וואס איז געבליבן מיט די באטי?
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
דא פאר יענעם
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:32 pm

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דא פאר יענעם »

גא"ם
זייער גוט געשריבן
א טאג אן קיין חסד איז קיין טאג נישט
רפרם גרינפעלד
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

גאר גוט!
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע:בעיסמענט

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

עני איידיע ווי און ווען איז דא א ספרדישע סליחות אין בארא פארק אדער אומגעגנט?
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4539
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

א פיינעם שפראך דער גימל.
שמואל בדורו כיפתח בדורו.
ושמואל בקוראי שמו.
אוועטאר
מאפיא
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 8:26 pm

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאפיא »

פיין געשריבן!!

נישט גערעכט אזוי אפצופיצן אינמיטן די נאכט, און לאזן די קינדער וויינען....
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

געלייקט
ווען נישט די איין שורה פון העיט "(דאונט יא ווארי, ביי אונז - וואלט עס גענומען א קארגע 14 מינוט... און דעט'ס איט...)" וואלט איך הנאה געהאט אויך
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
שמואל גימל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 7:37 pm

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גימל »

אושר עד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:24 pm
עני איידיע ווי און ווען איז דא א ספרדישע סליחות אין בארא פארק אדער אומגעגנט?
עני שול אין פלעטבוש
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

אושר עד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:24 pm
עני איידיע ווי און ווען איז דא א ספרדישע סליחות אין בארא פארק אדער אומגעגנט?
דארף צו זיין אינעם ספרד'ישן שול אויף 41 1321
בערך 5 פארטאגס

כאפ דיך אריין דארט, און ברענג צוריק א גריס...

@שמואל וואו האסטו געזאגט?
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אין מאנסי איז דא כמה פלעצער ובתוכם צווי דריי אין שיינער’ס, אפי’ אין קר”י איז דא.
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע:בעיסמענט

Re: אוי!! ווער האקט ביי מיין טיר, 5:22 am?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2024 8:40 pm
אושר עד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:24 pm
עני איידיע ווי און ווען איז דא א ספרדישע סליחות אין בארא פארק אדער אומגעגנט?
דארף צו זיין אינעם ספרד'ישן שול אויף 41 1321
בערך 5 פארטאגס

כאפ דיך אריין דארט, און ברענג צוריק א גריס...

@שמואל וואו האסטו געזאגט?
1321-41 איז דא א שול?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”