Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.
א שיינעם דאנק פאר די קלארע ענטפער!דער מענעדזשער האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 31, 2024 9:37 pmזייער קלאר גענטפערטבני לוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 31, 2024 9:17 pmאזוי ווי ס'יעצט מאכט עס מיר סתם משוגע, כ'טראכט לאמיר פרובירן עס צו ברענגן לידי מעשה, איז אדער וועט עס זיין א געשמאקע פרענדשיפ, אדער וועל איך געוואר ווערן אז ס'נישט דא קיין סיבה פארוואס אים קורש צו זיין, ער איז בכלל נישט מיין טייפ, נישט קלוג, וכו' און כ'וועל אים ארויסטשוכענען פון מיין קאפ.דער מענעדזשער האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 31, 2024 9:12 pmוואס איז דיין 'עכטע' ציל? ר' @בני לוי.
ווילסט פארזעצן מיטן קראש? נאר זוכסט עס ארויסצונעמען פון חלק המחשבה און עס אריינברענגען לידי מעשה?
אדער פארקערט, דו פייגערסט פאר אים, עס לויפט דיר נאך און קשורה בו ככלב, האלטסט עס נישט אויס, און ווילסט עס צוקנאקן איינמאל פאר אלעמאל?
לאמיר זיין זייער קלאר (איך בין נישט קיין עקספערט, כ'האב בלויז עטוואס פערזענליכע ערפארונג)
אויב דו טרעפסט זיך נישט מיט אים אויף א טעגליכע פארנעם, לויט ווי דו לייגסט עס אראפ, =איז ער פון הימל נישט באשערט צו זיין פון דיין קרייז חברים, ממילא איז אלעס פלעינע קרענק און משוגעת, חזר איינמאל און נאכאמאל ער איז נישט אנדערש פון שמעון חאצאוואסקי פון קאנגא, גראדע איז ער געווען א תקופה אין איין מסגרת אינאיינעם מיט דיר, אבער פונקט ווי דו האסט נישט קיין שייכות מיט זייער אסאך מענטשן מיט וועם דו פלעגסט פארברענגען אין דיינע קינדער יארן, כל שכן יענער מיט וועם דו האסט נישט געהאט קיין שייכות.
אויפהייבן א פאון צו יענעם וועט עס גאנץ זיכער צוקראכן, ווייל דו וועסט זיך נישט מוחל זיין אויף די בזיונות... איך קאל סתם פאר קרושית??? בעיבי!!!!
ווען דו וועסט זיך טרעפן מיט אים די איינמאל א יובל, אריינבאמפן אין יענעם מיט א פאסיגע אויסטויש אויב עס איז אין פלאץ קען אין אסאך פלעצער צוקראכן דעם באבל, אפטמאל קומט עס פון מיסטעריע וואס נעמט יענעם ארום, אבער איינמאל אונז האבן זיך באקאנט געמאכט מיט א געשמאק בלייבט עס א געשמאקע רילעישאנשיפ און אין 7 חדשים ארום ווען ענק וועלן זיך נאכאמאל טרעפן ביי יענע חתונה וועלן ענק מעגליך האבן א קורצע געשמאקע פארברענג און דאס לעבן וועט דיר אי"ה פארן געשמאק.
עס האט אבער אויך דעם ריסק אז עס קען הערשט אויפפלאקערן... אויב איז עס געווען געשמאק גייסטו הערשט פייגערן אים צו טרעפן נאכאמאל...
אין קורצן:
יענער איז נישט באשטימט פון הימל צו זיין פון מיין סגל החבורה.
אויב איז עס יא באשערט, וועט עס סייווי פאסירן בעתו ובזמנו, טראג נישט דעם באשעפער'ס דאגות...
לייג דיך אריין צו מאכן נאנטערע קשר און אויפבויען שטארקערע געפילן צו דיינע יעצטיגע נאנטע, חברים משפחה און קאלעגעס.
פרוביר צו מסיח דעת זיין דערפון און עס מסלק זיין פון מחשבה.
ווען די געפילן זענען הויעך געב דיך אויס אויף פאפיר וויפיל עס גייט מיט אלע לשונות של אהבה וגעגיעון אבער נאר פאר דיר פריוואט בינך לבין קונך
נעקסטיים ווען דו טרעפסט אים גארטל דיך אן מיט עזות און פרוביר צו מאכן א קורצע שמועס, אויב עס איז אין פלאץ, נישט קיין נפ"מ וויפיל כוחות הנפש עס וועט דיר קאסטן.
כ'רעד לויט ווי איך פארשטיי פון דיין מעשה אז ער איז זייער זעלטן אין דיין סביבה, און האסט נאכנישט געהאט די געלעגנהייט אים צו קענען לערנען, און די הויפט סובסטאנץ אינעם קראש איז מעגליך איינפאכע מיסטעריע.
ענק אלע מעגן מחולק זיין, איך בין נישט קיין עקספערט.
דערמאנסט מיר טאקע וויאזוי איינמאל אין קעמפ ווען מ'איז אהיימגעפארן אויף שבת און כ'האב עס נישט אויסגעהאלטן האב איך מיר אפגעשריבן א לאנגע בריוו צו אים ארויסגעבנדיג אלע מיינע געפילן, כ'געדענק נישט ס'זאל צופיל העלפן, אבער כ'קען פרובירן נאכאמאל.