מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2024 8:50 pm
כ׳בין דשעלעס! זייער דשעלעס!!!
כ׳ווייס נישט פארוואס, אבער פאר מיר קומט אן זייער שווער צו ענדיגן בלעטער. מיין מוח ווערט כסדר סטאק אין די דיטעילס, איך מוז אלעס פארשטיין, עס ברענט אסאך מוח קראפט, כ׳ווער ערשעפט שנעל, און די דפים קריכן זייער שטייט. דאס איז פלעין גמרא רש״י.

כ׳האב שוין פארשאפט א טייטש גמרא (נישט די בלויע חלילה) און עס פארט טאקע גרינגער, אבער מיין מוח פארט זייער שנעל אוועק און איך שפיר נישט קיין טעם דערין, אנשטאט פארשטיין די גמרא, דארף איך טראסטן אז ס׳איז דא א קשיא מיט א תירוץ… איך בין עס נישט קונה און כ׳קען נישט די גמרא נאך אזא לערנען און מיין מוח פארט כסדר אוועק.

יתכן אז ס׳איז אלעס שיינע תירוצים, איך האב שווערע זיץ פלייש. אבער די פאקט האט באוויזן אז מיט די ריכטיגע חברותה, קען איך לערנען 4 שעה ברציפות! האב איך יא זיץ פלייש אדער נישט?!

אפשר איז כדי צו מאכן א באזונדערע אשכול.
אפשר קענסטו פרובירן א אנדערע לימוד, הלכה אפילו אביסל גרונטליך מיט טור בית יוסף לויפט אויף א אנדערע מהלך, ועוד איז דא אסאך לימודים, אין אדם לומד אלא במקום שליבו חפץ, די 1 סייז פיטס אלל צו לערנען גמרא רש”י אלץ די עיקר קביעות פאר יעדע בעל הבית איז גאר א נייע זאך.
אוועטאר
תינוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2024 8:50 pm
כ׳האב שוין פארשאפט א טייטש גמרא (נישט די בלויע חלילה) און עס פארט טאקע גרינגער, אבער מיין מוח פארט זייער שנעל אוועק און איך שפיר נישט קיין טעם דערין
יתכן, אז דו וועסט יא פארשאפן די בלויע חלילה, וועט דיין מוח אוועקפארן מער פאמעליך

אויב איז די תגובה א 'סימפאטיע' צו די מדינה און צו די פארבן פון איר פאן, דאן ביטע צונעמען מיין רשות הכתיבה
לעצט פארראכטן דורך תינוק אום מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2024 9:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3431
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2024 8:50 pm
כ׳בין דשעלעס! זייער דשעלעס!!!
כ׳ווייס נישט פארוואס, אבער פאר מיר קומט אן זייער שווער צו ענדיגן בלעטער. מיין מוח ווערט כסדר סטאק אין די דיטעילס, איך מוז אלעס פארשטיין, עס ברענט אסאך מוח קראפט, כ׳ווער ערשעפט שנעל, און די דפים קריכן זייער שטייט. דאס איז פלעין גמרא רש״י.

כ׳האב שוין פארשאפט א טייטש גמרא (נישט די בלויע חלילה) און עס פארט טאקע גרינגער, אבער מיין מוח פארט זייער שנעל אוועק און איך שפיר נישט קיין טעם דערין, אנשטאט פארשטיין די גמרא, דארף איך טראסטן אז ס׳איז דא א קשיא מיט א תירוץ… איך בין עס נישט קונה און כ׳קען נישט די גמרא נאך אזא לערנען און מיין מוח פארט כסדר אוועק.

יתכן אז ס׳איז אלעס שיינע תירוצים, איך האב שווערע זיץ פלייש. אבער די פאקט האט באוויזן אז מיט די ריכטיגע חברותה, קען איך לערנען 4 שעה ברציפות! האב איך יא זיץ פלייש אדער נישט?!

אפשר איז כדי צו מאכן א באזונדערע אשכול.
אין אסאך סאטמערע בתי מדרשים איז דא די בלויע ליידער גמרות, קענסטוך דארט אריינזעצן... ח"ו !
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
אוועטאר
אייזיק פערל
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 2:00 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזיק פערל »

הרב @יחזקאל סגל לנדא ואמרתם כה לחי... ממך ילמדו וכן יעשו, קנאת סופרים תרבה חכמה.
פיאקער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 3:32 pm
דיירי עלמא דביצתא, כל חד בשמיה טבא יתברך.
לאו אתון צריכין למהימן יתי...
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

צ"ק

די נייע סטאק מיט'ן נאמען Ymah, שיסט ארויף ווי משוגע.... ס'איז א בול מארקעט....

מ'קען נאך יעצט אינוועסטן... און שניידן רווחים אויף יום כיפור...

מיין פארטפאליא האלט שוין איבער 10 פראצענט... (דארק גרין)....

#שבת וואקסט עס עפעס נישט נארמאל הויעך... מאנכע טענה'ן אז ס'האט צוטון מיט נשמות... גיי ווייס... דאס איז די פעקט...

הצלחה ברכה, וויל קיפ יא פאוסטעד, עניוואן איז גלעדלי וועלקאם טא דזשוין.

הק' יחזקאל
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
אין איין ווארט
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 31, 2022 11:05 am
לאקאציע:ספעיס

Re: מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין איין ווארט »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 12:53 am
צ"ק

די נייע סטאק מיט'ן נאמען Ymah, שיסט ארויף ווי משוגע.... ס'איז א בול מארקעט....

מ'קען נאך יעצט אינוועסטן... און שניידן רווחים אויף יום כיפור...

מיין פארטפאליא האלט שוין איבער 10 פראצענט... (דארק גרין)....

#שבת וואקסט עס עפעס נישט נארמאל הויעך... מאנכע טענה'ן אז ס'האט צוטון מיט נשמות... גיי ווייס... דאס איז די פעקט...

הצלחה ברכה, וויל קיפ יא פאוסטעד, עניוואן איז גלעדלי וועלקאם טא דזשוין.

הק' יחזקאל
זיכסט א חברותא?
קום אין אישי אויב די ווילסט

🖥️ Custom software
🕸️Web Development
☁️Salseforce development


[email protected]
אוועטאר
אויפוואכער
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 15, 2024 1:50 am

Re: מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפוואכער »

מה נאר ומה מדבר ???

אן א לשון
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 4:21 pm
מאיר מרדכי בערקאוויטש:

מזל טוב - אייוועלט!! מזל טוב!!

עהעם... מען בעט אלע בחורים - זאלן זיך רוקן פון די מוזיק...
די אכילה גייט יעצט אריינפארן, דער עולם זאל זיך זעצען אויף די באשטימטע פלעצער... מען זאל זיך נישט צוהאקן ביידע באקן - אויף איינמאל...

ברוכים הנאספין - אזויווי מיר האבן זיך דא צוזאמגענומען, צו פייערן די געוואלדיגע סייעתא דשמייא און קידוש השם, וואס הילכט יעצט אפ... ווען מיר האבן ברוך השם באוויזן צו 'ריטשן די גאול' פון טערי טרי פוינט טרי... בעט מען די גאנצע עולם חשוב'ע פארזאמעלטע זאלן צוזאמען מאכן א לחיים, צו פייערן אט די גרויסע מאמענט....

און יעצט וועלן מיר האבן די זכיה, צו הערן די משא המעמד פון @יחזקאל סגל לנדא , איבער די גאנצע השתלשלות הענינים... ששש...

ברשות! מרנן! ורבנן! ורבותי!
אזויווי ס'איז שפעט, און מען וויל נישט אויפהאלטן דר'עולם... וועלן מיר זיך האלטן קורץ און שארף...

ביים גרינדן די טשעלענדזש, האבן מיר געזוכט עפעס וואס האט די פאטענציאל אנמוקומען צום גאול בקרוב... נאך עטליכע מיטונגען זענען מיינע אויגן געפאלן אויף פעסטע אבער גאנץ קליינע סטאק מיטן נאמען RHSH...

די מעלה פון דעם איז, איינס אז ס'איז א קליינע מסכת... און צוויי עס קומט שוין ראש השנה....

א רגע.... איך בין צומישט...

לאמיך זיך בעסער מסביר זיין: זייענדיג זיך מצמצם אין מיין שרייבעריי/באנוצעריי דא אויף אייוועלט, האב איך מחליט געווען צו טרענספערן די צייט, אריין אין מסכתא... דהיינו: בזמן וואס איך פלעג שרייבן ארטיקלען און בריוו... וועל איך משקיע זיין אין א זייטיגע לימוד.. און די אפציע איז געפאלן אויף מסכת ראש השנה... א שיינע קורצע געשמאקע מסכת... אין חודש א-ל-ו-ל... וואקען זיין בעסער...

יא טאקע בו בזמן וואס מען האט געלופטערט די לעצטע בריוו, האט מען מיט א התחדשות זיך געזעצט צום "ארבעה ראשי שנים הם"...

און ברוך השם! יעצט צוויי וואכן דערויף - האלטן מיר ביים מסיים זיין די מסכת בשטומ"צ... מיט אירע 'טערי טרי פוינט טרי' בלעטער....

זעענדיג די סוקסעס אינעם טשעלענדזש: גיי מיר ווייטער גיין בעזהשי"ת, און זיך נעמען צום נעקסטן טשעלענדזש - "מסכת יומא"... לאמיר זען וואו איך קען ריטשן ביז יום הקדוש (כיפער-כלשון הפרענקן)...

יעצט אין די געלעגנהייט וויל איך "אייך" באדאנקען פארן געבן די געלעגנהייט צוצולייגן א עקסטערע שיעור אין די הייליגע תורה... (בנוסף אויף מיינע קביעות'דיגע שיעורים) און כשם שעזרתני לסיים... כך אזכה לסיים מסכתות אחרות... בקרוב ובנקל (לערנען מעג אנקומען גרינג?)...


טייערע ידיד! יעצט אין די געלעגנהייט וויל איך דיר מציע זיין צו 'זיך מיטכאפן מיט די מאוומענט', און ממעט זיין אין הבלי עולם הזה, און אין די צייט אויסנוצן פאר נצחיות און עבודת הקודש... ספעציעל יעצט אין די ימי הרחמים והרצון ווען די יאר שטייט שוין ביי איר ברעג.... וזוחלין ורועדין מיום בואך....

שקויעך פאר מיר אויסהערן און האט'ס מיר אלע משתתפים ביים סיום, א כתיבה וחתימה טובה, ושנזכה להיכתב בספרן של צדיקים גמורין.

מזל טוב!! מזל טוב!!



#ועלייך אמרתי = חילך לאורייתא!
מזל טוב צום סיום! כשם שסיימת מסכת זו כן תזכו להתחיל ולסיים מסכתת וספרים אחרים!
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

ברוך השם: דעם ראש השנה האב איך געריטשט דף מ' אין מסכת יומא!

זאל איך פראבירן ענדיגן צו יום הקדוש?!
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
monroe
שר האלפיים
תגובות: 2628
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2024 5:41 pm

Re: מזל טוב-אייוועלט!! גאול געריטשט!! 33.3!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2024 5:27 pm
ברוך השם: דעם ראש השנה האב איך געריטשט דף מ' אין מסכת יומא!

זאל איך פראבירן ענדיגן צו יום הקדוש?!
אוואדא.
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסן צו 845-243-0215
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”