נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:39 pm
רוממה האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 6:35 pm
די סטעיט דעפארטמענט האט באנייט דאס באנייאונג פון פאספארטן אנליין.
אין 2021 האט עס די DOS אויספראבירט אין די Alpha שטאפל, א טעסט וואס האט אנגעהאלטן ביז אין מארטש 2023. יעצט איז עס ווידער געעפנט געווארן אין די Beta שטאפל.

Pass.jpeg
טעסט רעזולטאטן? פאזיטיוו!
די Beta טעסט פאזע איז אריבער מיט סוקסעס ווען ארום 200,000 האבן גענוצט די דיגיטאלע מעגליכקייט דורכאויס די צייט. יעצט איז די באקוועמליכקייט אפן פאר אלע פאספארט באזיצער

DHS state.jpg
עעענדליך
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

פליגער לאנדעט אויף בלויז איין landing gear
יעדער ארויס אן קיין קריץ

א דראמאטישע ווידיאו ווייזט ווי א קליינע Cape Air פליגער האט געמאכט א עמערדזשענסי-צוריקקער צו באסטאן עירפארט נאכן זיך הייבן עטליכע מינוט פריער פון דארט אויפן וועג קיין Maine
דער פילאט פון די פליגערל וואס האט געטראגן בלויז צוויי פאסאנדזשירן האט באמערקט גלייך נאכן זיך הייבן אז עפעס טויג נישט מיט די landing gear, און ער האט באריכטעט די עמערדזשענסי פאר די קאנטראלירער פון וואו ער איז נארוואס אוועקגעפארן. אפאר מינוט דערויף האט ער וואונדערליך געמאכט א לאנדונג על רגל אחת, ווייל די אנדערע שיכעלעך האבן זיך נישט אויסגעצויגן מלא קומתם.
אלע האבן ארויסשפאצירט אומבאשעדיגט, און די פליגער האט געליטן שאדנס אבער נישט קיין פייער.
קיין דעטאלן ארום די עמערדזשענסי זענען נאכנישט באקאנט, אבער עקספערטן צייגן אן אז דער פילאט איז וארשיינליך אן עקספעריענסד פליער, ווייל אזאנס דורכצופירן פאדערט זיך אביסל מער עקספערטיז ווי דאס וואס קים יאנג אן באווייזט אין די ווידיאוס ווי ער פירט פליגערס...

איין ווידיאו פון די לאנדונג
א צווייטע ווידיאו מיט א ברייטערע בליק
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דראגס קאנפיסקירט אויף עראפלאן אין באליוויע
גאנצע מאנשאפט פארהאלטן אויף פארדאכטן פון קאאפעראציע

אינדערצייט וואס אונזערע אמעריקאנע פלייט אטענדענטס טרויען זיך בלויז צו שווערצן אויף פליגערס די כסף פון די דראגס, טוען די באליוויאנע חברה זיך באפאסן מיט די מטלטלין...
די דראג ענפארסמענט דעוויזיע פון די באליוויאנע רעגירונג, האבן נעכטן אינדערפרי זיך אראפגעלאזט אויף די Santa Cruz לופטפעלד און אונטערזוכט א A330 פליגער פון די לאנד'ס הויפט עירליין Boliviana de Aviación נאכן ערהאלטן א טיפ איבער פארדעכטיגטע זעקלעך וואס ליגן דארט.
און אז מ'זוכט טרעפט מען...
צוועלף פעקלעך פון געפארפולע סחורה זענען אפגעפונען געווארן פארשטעקט אין עטליכע פלעצער אין די פליגער, אריינגערעכנט די galley cart וועגעלעך וואס פלייט אטענדענטס נוצן צו פארטיילן עסן, די מיסט קאסטענעס, און אפילו די אייוועלעך אין וועלכע מ'ווארימט איבער די עסן אויפן פליגער!
די געטראפענע סחורה ווערט געשאצט צו זיין ווערד ארום $285,000!
די פאליציי האבן פארהאלטן די גאנצע עירליין שטאב פון 26 וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט דעם פליגער, אבער די הויפט פארדעכטיגטע זענען א טייל פון די 11 מיטגלידער פון א רייניגונגס פירמע וואס האבן אנגעגרייט דעם פליגער פאר איר רייזע קיין מאדריד (א רייזע וואס איז אפגערופן געווארן פארשטייט זיך)
צוויי פון די רייניגונגס אגענטן זענען שוין היינט געשטעלט געווארן פארן געריכט און קלארע ווידיאוס זענען געצייגט געווארן ווי איינע פון די ארבעטארערינס פארען זיך צו פארשטעקן א זעקל אין איינע פון די מיסט קאסטענעס
ס'איז ברייט אנגענומען אז אין די קארופטירטע באליוויע טוען הויכע רעגירונגס שישקעס מיטארבעטן מיט, פארדינען פון און אפילו אנפירן דראג עקספארטן, ווי ס'איז אויפגעדעקט געווארן א צייט צוריק איבער א טראנספארט פון מער ווי טויזנט פונט פון קאקעין (א סארט דראג) וואס האט געגרייכט שפאניע אויף א פליגער פון די זעלבע רעגירונגס-אנגעפירטע עירליין. די גאווערמענט פון באליוויע האט דאן מודה געווען פאר שפאניע אז גאר הויכע פענסטערס האבן קאאפערירט אין די גאר נידריגע מעשים.
אויב פליט איר אויף א טריפ קיין באליוויע, זייט וויסן אז מיטן עסן פון מאלצייטן וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט די ארטיגע ווארעמערס, קען מען אנהייבן פליען נאך העכער...

בילדער פארעפנטליכט דורך די ארטיגע רעגירונג
דראגס2.jpg
דראגס2.jpg (273.34 KiB) געזען 2802 מאל
דראג.jpg
דראג.jpg (345.71 KiB) געזען 2802 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:36 pm
IMG-20240918-WA0093.jpg
אין JFK פריער...
איך זעה גארנישט באריכטעט וועגן JFK, איך האב געטרייט צו זוכן אויף אפאר פלעצער וואס וואלטן עס געדארפט האבן תיכף ומיד
פון וואו קומט די בילד? ס'דארף צו ווייזן עפעס א אינצידענט? אפשר איז עס סתם געכאפט פון א angle וואס מאכט עס אויסזעהן ווי די צוויי פליגער זענען נאנט איינס צום צווייטן אבער באמת זענען זיי נישט?
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3564
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 5:44 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:36 pm
IMG-20240918-WA0093.jpg
אין JFK פריער...
אפשר איז עס סתם געכאפט פון א angle וואס מאכט עס אויסזעהן ווי די צוויי פליגער זענען נאנט איינס צום צווייטן אבער באמת זענען זיי נישט?
קארעקט.

ווען עס וואלט געווען א ערענסטע אינצידענט וואלסטע געהערט דערפון.

בכלל אויפן בילד קוקן די פליגער'ס אויס נענטער ווי עס איז געווען.

דאס איז פריער פארגעקומען ביי די דעלטא טערמינאל.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 5:31 pm
דראגס קאנפיסקירט אויף עראפלאן אין באליוויע
גאנצע מאנשאפט פארהאלטן אויף פארדאכטן פון קאאפעראציע

אינדערצייט וואס אונזערע אמעריקאנע פלייט אטענדענטס טרויען זיך בלויז צו שווערצן אויף פליגערס די כסף פון די דראגס, טוען די באליוויאנע חברה זיך באפאסן מיט די מטלטלין...
די דראג ענפארסמענט דעוויזיע פון די באליוויאנע רעגירונג, האבן נעכטן אינדערפרי זיך אראפגעלאזט אויף די Santa Cruz לופטפעלד און אונטערזוכט א A330 פליגער פון די לאנד'ס הויפט עירליין Boliviana de Aviación נאכן ערהאלטן א טיפ איבער פארדעכטיגטע זעקלעך וואס ליגן דארט.
און אז מ'זוכט טרעפט מען...
צוועלף פעקלעך פון געפארפולע סחורה זענען אפגעפונען געווארן פארשטעקט אין עטליכע פלעצער אין די פליגער, אריינגערעכנט די galley cart וועגעלעך וואס פלייט אטענדענטס נוצן צו פארטיילן עסן, די מיסט קאסטענעס, און אפילו די אייוועלעך אין וועלכע מ'ווארימט איבער די עסן אויפן פליגער!
די געטראפענע סחורה ווערט געשאצט צו זיין ווערד ארום $285,000!
די פאליציי האבן פארהאלטן די גאנצע עירליין שטאב פון 26 וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט דעם פליגער, אבער די הויפט פארדעכטיגטע זענען א טייל פון די 11 מיטגלידער פון א רייניגונגס פירמע וואס האבן אנגעגרייט דעם פליגער פאר איר רייזע קיין מאדריד (א רייזע וואס איז אפגערופן געווארן פארשטייט זיך)
צוויי פון די רייניגונגס אגענטן זענען שוין היינט געשטעלט געווארן פארן געריכט און קלארע ווידיאוס זענען געצייגט געווארן ווי איינע פון די ארבעטארערינס פארען זיך צו פארשטעקן א זעקל אין איינע פון די מיסט קאסטענעס
ס'איז ברייט אנגענומען אז אין די קארופטירטע באליוויע טוען הויכע רעגירונגס שישקעס מיטארבעטן מיט, פארדינען פון און אפילו אנפירן דראג עקספארטן, ווי ס'איז אויפגעדעקט געווארן א צייט צוריק איבער א טראנספארט פון מער ווי טויזנט פונט פון קאקעין (א סארט דראג) וואס האט געגרייכט שפאניע אויף א פליגער פון די זעלבע רעגירונגס-אנגעפירטע עירליין. די גאווערמענט פון באליוויע האט דאן מודה געווען פאר שפאניע אז גאר הויכע פענסטערס האבן קאאפערירט אין די גאר נידריגע מעשים.
אויב פליט איר אויף א טריפ קיין באליוויע, זייט וויסן אז מיטן עסן פון מאלצייטן וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט די ארטיגע ווארעמערס, קען מען אנהייבן פליען נאך העכער...

בילדער פארעפנטליכט דורך די ארטיגע רעגירונג

דראגס2.jpg

דראג.jpg
כנראה אז איינער האט פארפאסט א חודש'ליכע פעימענט ערגעץ ווי פאר די הויכע פענסטער... מארגן איז צירוק ביזנעס עס יוזשעל.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

Yiddish Travel האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:57 pm
רוממה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:39 pm
רוממה האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 6:35 pm
די סטעיט דעפארטמענט האט באנייט דאס באנייאונג פון פאספארטן אנליין.
אין 2021 האט עס די DOS אויספראבירט אין די Alpha שטאפל, א טעסט וואס האט אנגעהאלטן ביז אין מארטש 2023. יעצט איז עס ווידער געעפנט געווארן אין די Beta שטאפל.

Pass.jpeg
טעסט רעזולטאטן? פאזיטיוו!
די Beta טעסט פאזע איז אריבער מיט סוקסעס ווען ארום 200,000 האבן גענוצט די דיגיטאלע מעגליכקייט דורכאויס די צייט. יעצט איז די באקוועמליכקייט אפן פאר אלע פאספארט באזיצער

DHS state.jpg
עעענדליך
יעצט דארפן זיי נאר נאך מאכען גלאובל ענטרי זאל זיין אומזינסט פאר יעדעם איינעם, דעיטס איט, נישטא קיין סיבה שבעולם אז נישט.
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 1:48 am

איך מיין אז די עפפ איז געווענליך פונקט אזוי שנעל (כ'האב עס נאך קיינמאל נישט גענוצט)
https://play.google.com/store/apps/deta ... p.pspd.mpc
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 9:59 am

וואס טוט די עפפ?!

קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:20 am

מ,קען טוהן די קאסטומס און בארדער פראצעדור דורך די עפפ
https://www.cbp.gov/travel/us-citizens/ ... rt-control

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:19 am

אבער מען דארף ווייטער שטיין אין די ליין 1.3 שעה צו זעען א מענטש אריינקומענדיג, ריכטיג?! VS גלאובעל ענטרי וואס האט א ליין פון א מינוט.

קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:54 am

ניין. ס'האט א עקסטערע שנעלערע לעין
אבער ווי געזאגט, איך האב עס נאך קיינמאל נישט אליינס גענוצט און איך רעד נישט פון עקספעריענס

Iphone
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 1:02 pm
קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:54 am
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:19 am
קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:20 am
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 9:59 am

איך מיין אז די עפפ איז געווענליך פונקט אזוי שנעל (כ'האב עס נאך קיינמאל נישט גענוצט)
https://play.google.com/store/apps/deta ... p.pspd.mpc
וואס טוט די עפפ?!
מ,קען טוהן די קאסטומס און בארדער פראצעדור דורך די עפפ
https://www.cbp.gov/travel/us-citizens/ ... rt-control
אבער מען דארף ווייטער שטיין אין די ליין 1.3 שעה צו זעען א מענטש אריינקומענדיג, ריכטיג?! VS גלאובעל ענטרי וואס האט א ליין פון א מינוט.
ניין. ס'האט א עקסטערע שנעלערע לעין
אבער ווי געזאגט, איך האב עס נאך קיינמאל נישט אליינס גענוצט און איך רעד נישט פון עקספעריענס
Depends where and when. Sometimes they close it. In EWR it's usually closed
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א פליגער פון EasyJet האט געדארפט עוועקואירט ווערן איידערן זיך הייבן אין גריכלאנד ווייל בשעת דער עולם האט זיך uploaded צום עראפלאן האט א פעקל עלעקטראנישע ציגארן אויפגעריסן ווי א ביפער...
דער שאכטל מיט וועיפּערס (מיט א פּינטל אין די פּ) איז געלעגן אין איינעמס באגאזש, אבער אנשטאטן צואווארטן אז דער בעה"ב זאל זיי פאררייכערן האבן זיי זיך פאררייכערט איינע דעם צווייטן אויפרייסנדיג מיט א "בום".
צעשראקענע ביישויער האבן גענומען שרייען אין פאניק נישט וויסנדיג וואס דא האט פאסירט, און זיך גענומען ארויסיאגן דורך אלע עקזיטס ווי אויך דורך די עמערדזשענסי גליטשערס. עווענטועל איז די מצב געקומען אונטער קאנטראל און די פליגער האט זיך געהויבן זיכערערהייט און דערגרייכט איר דעסטינאציע - לאנדאן - מיט א שטיקל פארשפעטיגונג.
ס'איז נאכנישט קלאר פארוואס דער יעניגער האט זיך ארומגעטראגן מיט א שאכטל פון וועיפּס, לאקאלע ישיבות ווערן פארבעטן צו דורכקוקן אויב מ'האט לעצטנס גענוצט די פאבליק טעלעפאנען זיך צו פארבינדן קיין גריכלאנד...

Easyjet.jpg
Easyjet.jpg (325.48 KiB) געזען 1593 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
בוק קיפפער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3244
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 9:25 pm
א פליגער פון EasyJet האט געדארפט עוועקואירט ווערן איידערן זיך הייבן אין גריכלאנד ווייל בשעת דער עולם האט זיך uploaded צום עראפלאן האט א פעקל עלעקטראנישע ציגארן אויפגעריסן ווי א ביפער...
דער שאכטל מיט וועיפּערס (מיט א פּינטל אין די פּ) איז געלעגן אין איינעמס באגאזש, אבער אנשטאטן צואווארטן אז דער בעה"ב זאל זיי פאררייכערן האבן זיי זיך פאררייכערט איינע דעם צווייטן אויפרייסנדיג מיט א "בום".
צעשראקענע ביישויער האבן גענומען שרייען אין פאניק נישט וויסנדיג וואס דא האט פאסירט, און זיך גענומען ארויסיאגן דורך אלע עקזיטס ווי אויך דורך די עמערדזשענסי גליטשערס. עווענטועל איז די מצב געקומען אונטער קאנטראל און די פליגער האט זיך געהויבן זיכערערהייט און דערגרייכט איר דעסטינאציע - לאנדאן - מיט א שטיקל פארשפעטיגונג.
ס'איז נאכנישט קלאר פארוואס דער יעניגער האט זיך ארומגעטראגן מיט א שאכטל פון וועיפּס, לאקאלע ישיבות ווערן פארבעטן צו דורכקוקן אויב מ'האט לעצטנס גענוצט די פאבליק טעלעפאנען זיך צו פארבינדן קיין גריכלאנד...

Easyjet.jpg
יישר כח פאר אלע קלארע און געשמאקע באריכטן אייביג מיט די לשונות צו די זייט

עפעס שטימט נישט אויך געניצט די גליטשערס און די פליגער איז שפעטער ווייטער געפארן?
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

בוק קיפפער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:28 pm

מסתם א ריפלעיסמענט
לא דייקתי בלשוני
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

עקל אלערט: מישט ווייטער אויב איר האלט אינמיטן עסן

אן אומגעווענליכע stowaway איז אנטדעקט געווארן אויף א A320 פליגער פון SAS, אינדערצייט וואס די פאסאנדזשירן זענען געפארן פון אסלאו, נארוועגיע קיין מאלאגא, שפאניע.
מען האט געהאלטן אינמיטן פארטיילן די מאלצייט, ווען א קוויטש האט זיך געהערט! איינער האט אומשולדיגערהייט אראפגענומען די זילבער-פאפיר ארום די עסן-טעצל ווען פלוצלינג איז - פונקט ווי ביים ר"ר יונתן - ארויסגעשפרינגן א מייזל פונעם טאץ!!
דער שרץ העו"ף האט זיך פלינקערהייט געגעבן א גליטש ארויס און פארשוואונדן געווארן ערגעצוואו אין א פארשטעקטן טייל פונעם קאבינע, און דער עולם האט זיך רואיג צוריק געזעצט אויף די פלעצער (אנדערש ווי אין תלמוד תורה וואו מ'האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו טאנצן פון שרעק פאר די איבריגע חלק טאג אפילו ווען דער מייזל איז געווען אין קלאסצימער פאר בלויז עטליכע סעקונדן...)
אבער די פילאטן האבן דערקלערט א עמערדזשענסי אויס מורא אז דער קליינטשיקער קען זיך אריינבאקומען אין סענסיטיווע ערטער אינערהאלב די פליגער (למשל א עסן-טאץ??) און שאפן פראבלעמען. די פליגער האט זיך פארקירעוועט קיין קאפנהעגן, דענמארק וואו SAS האט גרייט געהאט א סאבסיטוט עראפלאן וואס האט געפירט דעם עולם קיין שפאניע.

מיר וועלן מסיים זיין מיט א ניגון: פּעֶסאָנטעֶר... עֶקסטעֶר-מִי-נעֶי-טעֶר...🎶

mouse AI.jpg
mouse AI.jpg (223.09 KiB) געזען 1318 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

גרויסע נייעס: דזשעט בלו פלאנט צו אנהייבן צוצושטעלן עירפארט lounges
די לופטליניע וועט אנהייבן מיט צוויי

דזשעט בלו'ס CEO האט זיך היינט געלאזט הערן אז די עירליין פלאנט צו introduce'ן צו זייערע קאסטומערס די באקוועמליכקייט פון א lounge
ווי ער זאגט וועלן די ספעציעלע אפטיילונגען זיין accessible נאר פאר די גאר עליטע Mosaic 4 מעמבערס אינערהאלב די TrueBlue פראגראם, ווי אויך צו פאסאנדזשירן וואס רייזן אין די אינטערנאציאנאלע ביזנעס קלאס מינט קאבינע (נישט די טרענס-קאנטינענטל). עווענטועל פלאנט די עירליין צו אפפערן א העכער tier קרעדיט קארטל - אין צוגאב צו זייערע צוויי יעצטיגע - וואס וועט קאסטן א פעטערע פרייז און זיין פאררעכנט אלס זייער "פרימיום" קארטל, די קארטל וועט אויך קומען מיט lounge access.
די ערשטע 8,000 סקווער-פיסיגע lounge וועט קומען קיין JFK טערמינאל 5, און קורצליך דערנאך וועט אן עלעוו-טויזנט ס"פ'יגער געעפנט ווערן אין באסטאן'ס טערמינאל C. דאס זענען די צוויי לאקאציעס פון וועלכע די עירליין האט דערווייל אינטערנאציאנאלע פלייטס. אנדערע lounge לאקאציעס וועלן נאכפאלגן מיט די צייט.
דאס איז גאר א גרויסע שריט פאר די עירליין צו נעמען, און רוקט זיי נענטער צו א גענצליכע full service carrier ווי אלע אנדערע. אנדערש ווי זייער ארגינעלע דורכגעפאלענע ביזנעס מאדעל וואס איז געווען נענטער צו די לאו-קאסט זייט.
איך האב נישט געהערט קיין דאטום ווען זיי פלאנען דעם חנוכת הבית פאר די ערשטע lounge, אבער ערגעץ האב איך געזעהן שטיין "late 2025". ונזכה ונחי' ונראה.
@Yiddish Travel , עני קאממענט?

JB.jpg
JB.jpg (117.36 KiB) געזען 1277 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אז מ'רעדט שוין פון די געשיכטע פון ר' יונתן אייבשיץ וואו ער האט איבערצייגט אז "א קאץ בלייבט א קאץ" האבן מיר א בילד וואס צייגט איבער אז "א חסידישע איד בלייבט א חסידישע איד"

קענסט אים לייגן אויף א פרייוועט דזשעט, אבער ער קומט אן מיט אן אנגעבלאזענעם פינקע S&W שאפינג בעג...

Plane.jpg
Plane.jpg (175.14 KiB) געזען 1232 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

וועלקאם בעק @רוממה .

יעדע תגובה דיינע ברענגט מיר ארויס א שמייכל. יישר כח!
באלד באלד
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

Iphone האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 2:26 pm
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 1:02 pm
קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:54 am
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:19 am
קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:20 am

וואס טוט די עפפ?!
מ,קען טוהן די קאסטומס און בארדער פראצעדור דורך די עפפ
https://www.cbp.gov/travel/us-citizens/ ... rt-control
אבער מען דארף ווייטער שטיין אין די ליין 1.3 שעה צו זעען א מענטש אריינקומענדיג, ריכטיג?! VS גלאובעל ענטרי וואס האט א ליין פון א מינוט.
ניין. ס'האט א עקסטערע שנעלערע לעין
אבער ווי געזאגט, איך האב עס נאך קיינמאל נישט אליינס גענוצט און איך רעד נישט פון עקספעריענס
Depends where and when. Sometimes they close it. In EWR it's usually closed
i used it already in EWR it cut atlist 1 hour wait
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

1000137753_11zon.jpg
1000137753_11zon.jpg (300.94 KiB) געזען 849 מאל

א יונייטעד עירליינס פליגער הארט פארן לאנדען אין LGA עירפארט (דאפעלט לשון) האט נארוואס..........

אדורך געפארן העכער מיין קאפ.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

באלד באלד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:18 pm
Iphone האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 2:26 pm
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 1:02 pm
קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:54 am
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:19 am

מ,קען טוהן די קאסטומס און בארדער פראצעדור דורך די עפפ
https://www.cbp.gov/travel/us-citizens/ ... rt-control
אבער מען דארף ווייטער שטיין אין די ליין 1.3 שעה צו זעען א מענטש אריינקומענדיג, ריכטיג?! VS גלאובעל ענטרי וואס האט א ליין פון א מינוט.
ניין. ס'האט א עקסטערע שנעלערע לעין
אבער ווי געזאגט, איך האב עס נאך קיינמאל נישט אליינס גענוצט און איך רעד נישט פון עקספעריענס
Depends where and when. Sometimes they close it. In EWR it's usually closed
i used it already in EWR it cut atlist 1 hour wait
אקעי
איך האב לעצטענס געמאכט גלאובעל ענטרי זייענדיג אן אפטע רייזער. פאר דעים פלעג איך נוצען די CBP עפפ.

די צווייע זענען נישט קיין פארגלייך.

קודם מיט גלאבעל ענטרי האסטו אויך TSA Pre,

דערנאך האב איך געהאט איינמאל וואס כהאב געווארט אין יענע שורה לענגער ווי די מענטשען פון דער אנדערע שורה.

ווי אויך איז דער שורה היבש מאל פארמאכט.

וואס כהאב לעצטענס באמערקט איז אז מען טיילט שוין נישט אויף דער פליגער די בויגען אויסצופילען אויב מען ברענג אריין שאר מיני ירוקות. דער עיקר געדאנק פון דער עפפ איז געווען מען זאל אויספילן דער בויגן עלעקטעראניש.
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

עמיראטס וועט בקרוב אנהייבן נוצן די ניי-איבערגעמאכטע 777ס אויף אמעריקאנע רוטס
די פליגערס וועלן אנהייבן באנוצט ווערן אין נאוועמבער

ווי שוין איבערגעשמועסט עטליכע מאל אין דעם אוויאציע ווינקל טוט עמיראטס איבערפרישן זייער פלאטע, מיטן איבערטוישן אויף ניי די interior פון זייערע A380ס און טריפל-סעווענס.( ליין דא און דא פון @Yiddish Travel )
יעצט האט די עירליין געמאלדן אז דורכאויס די קומענדיגע חדשים וועלן זיי ארויפשטעלן די refurbished טריפל-סעווען פליגערס אויף די רוטס פון/צו אמעריקאנע דעסטינאציעס, נאך וואס די פראדוקטן זענען שוין דא צו באקומען א שטיק צייט אויף אנדערע רוטס.
די ערשטע איבערגעמאכטע 777 וועט אריינגיין אין באנוץ אויף אן אמעריקאנע רוט אנהייב נאוועמבער, און צוביסלעך וועט עס די עירליין צולייגן אויף נאך און נאך רוטס אין די נאכפאלגנדע מאנאטן.
די אויפגעפרישטע 777ס וועלן גענוצט ווערן אויף 4 אמעריקע-דובאי רוטס - שיקאגא ORD, באסטאן BOS, דאללאס DFW, און סיאטעל SEA - און איין רוט וואס פארט צווישן מיאמי און באגאטא, קאלאמביע. אבער בעיקר דארף מען ארויסהייבן די היימישע עמיראטס רוט צווישן ניוארק און אטענס, גריכלאנד וואס וועט אויך באקומען א באנייטע עראפלאן אום פעברואר.

עמיראטסביז777.jpg
עמיראטסביז777.jpg (137.92 KiB) געזען 642 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (104.03 KiB) געזען 336 מאל

א פרייליכן זונטאג טייערע אידן פון איבער די גאנצע וועלט (אויסער אין אינדיע וואו ס'איז שוין מאנטאג...) וואס האלטן מיט די אפדעיטס אין די אוויאציע ווינקל!
איידער מיר טרעטן צו צום עיקר תכלית פון די אסיפה, נעמליך, דאס איבערגעבן א שטיקל סך הכל פון פאראינטערעסירנדע נייעסלעך פון די לעצטע פאר טעג, וועט יעדער נעמען א סעקונדע און געבן א לייק דעם תגובה כדי די מייקס זאלן קענען ארבעטן אומגעשטערט...
געלייקט? יאללא!

אמעריקאנע נייעס

א דעלטא עירליינס פלייט אטענדענטוואס ארבעט דארט בלויז צוויי אהאלב יאר, באשולדיגט די עירליין אין אנטיסעמיטיזםאון קלאגט זיי אין געריכט פארן דיסקרימינירן קעגן זיין רעליגיע.
ער דערציילט אז איינמאל האט מען אים צו שנעל געטריבן ארויף צו א פלייט און נישט געגעבן קיין צייט צו קויפן פרוכט און גרינצייגן ביי די עירפארט געשעפטן, נאר אנשטאט אים צוגעשטעלט בלויז א דבר-אחר פארציע אלס א מאלצייט אויפן פליגער. ווי אויך האט די עירליין זיך נישט צוגעשטעלט צו זיינע פארלאנגען אים צו געבן off יום כיפור.
איך וואלט אים געזאגט אז אנשטאטן ערווארטן אז די גאנצע וועלט זאל זיך צושטעלן צו זיין אידישקייט, זאל ער זיך צושטעלן צו אויטענטישע אידישקייט און גיין ארבעטן געהעריג אין א וויליאמסבורגע גראסערי אזויווי אלע גרים טוען...
---
סאוטוועסטהאט געשיקט א נאטיץ פאר אירע ארבעטערס אז די עירליין האלט אינמיטן מאכן "שווערע באשלוסן"איבער וויאזוי זיך צו רוקן פאראויס אין די ביזנעס ארענע, און זיך פון פאראויס אנטשולדיגט פאר אלע ארבעטער על הצד אז זיי וועלן מעגליך אפעקטירט ווערן אויף א נעגאטיווע וועג.
דער אויפזעער וואס האט געשיקט דעם נאטיץ האט נישט פארגינט צופיל ווערטער איבער וועלכע טוישונגען מ'קען מעגליך איינפירן, אבער ס'קען זיין אז ס'קומט גרויסע נייעס א שטייגער ווי ערנסטע רוט שניטן, אדער טוישן די סטראטעגישע hubs.
דעם דאנערשטאג גייט די קאמפאני אפהאלטן א אינוועסטאר-קאנפרענס, און דאס איז געווענליך א צייט ווען א פירמע מעלדט טוישונגען, דעריבער איז מעגליך אז דאס קומט אין בעפארברייטונג פון עפעס א הכרזה יענעם טאג.
---
די עליאטט גרופעוואס שטופט סאוטוועסט פאר גרויסע changes, האט פארלאנגט אז די עירליין זאל טוישן די יוניפארםפון אירע פלייט אטענדענטס, כדי צו געבן א מער פראפעסיאנעלע אויסקוק אין די אויגן פון ביזנעס קאסטומערס.
די גרופע וויל אז די עירליין זאל שוין נישט ערלויבן קיין קורצע ערמל און קורצע הויזן אנגעטועכץ, נאר אדאפטירן א געהעריגע לבושי כבוד סטאנדארט...
---
א דזשעט בלו פליגעראויפן וועגן פון JFK קיין סאן דיעגא, האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונגאין א קליינע עירפארט אין קענזעס, נאך וואס די פילאטן האבן באקומען אן אלערט איבער א מעגליכע פייער אין די קארגא אפטיילונגפון די פליגער.
די פלייט טרעקינג ווייזט אז די פליגער האט ממש "געטראסקעט" אויף א שנעלן ספיד, זיך אראפלאזנדיג פון 36,000 פיס אין די הייעך, צו נידריגער ווי 5,000 אין ווייניגער ווי צען מינוט.
די פליגער איז געווען א A321 און א ריפלעיסמענט איז געברענגט געווארן פון באסטאן צו פארענדיגן די רייזע.
די פייער איז נאכנישט געפונעגן געווארן, און מ'האפט עס ווייטער נישט צו טרעפן...
---
אן אייפעד אויף א האווייאי עירליינס פלייטקומענדיג פון האנאלולו, האט ארויסגעגעבן תמרות עשןהארט פארן לאנדן אין איר דעסטינאציע - פארטלענד, ארעגאן.
קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן און אויך די פליגער האט נישט געליטן קיין שאדנס. סך הכל האט עס צוגעיאגט די לאנדונג פראצעדור, ווייל אזוי האבן די פילאטן געקענט דערקלערן אן עמערדזשענסי און באקומען די פריאריטעט צו לאנדן שנעל...
---
דעלטאהאט געמאלדן אז זייער זומער-רוט צווישן JFK און מינכן וועט נישט באנייט ווערןאין 2025. די עירליין האט געאפפערט די סעזאניאלע (ווער ס'פארשטייט נישט: seasonal) רוט יעדעס יאר צווישן די מאי און אקטאבער חדשים, אבער דאס יאר וועט עס זיין די לעצטע.
די לופטליניע האט שוין געמאלדן עטליכע שניטן אויף אמעריקע-אייראפע רוטס דורכאויס די לעצטערע פאר חדשים.
עס זענען נאך פארבליבן יונייטעד און לופטהאנזא וואס סערווירן די ניו יארק-מינכן רוט, און סייווי איז נישט דא אין די זומער אזא דימענד ביים היימישן עולם צו פארן קיין אייראפע, ווייל רוב יארצייטן זענען אין די ווינטער, און ווער פארט דען אויף מקומות סתם אזוי אין קאנטרי סעזאן (אמממ...).
---
FAA דאטא צייגט אז דאס אריבער רוקן די TRACON אחריות איבער ניוארק קיין פילאדעלפיע האט אנגעבראכט איבער 800 דילעיס ביי ניוארק לופטפעלדאין די למספרם דאטומען צווישן יולי 31 און אוגוסט 8.
דאס זענען די טעג ארום וועלכע די 24 קאנטראלערס האבן געמופט פון די ניו יארק געביידע צו די פילאדעלפיאנע, און ס'זעהט אויס אז זיי האבן נישט געדינגן קיין בחורים צו זאגן דארט ויהי נועם און חמשה חמשי תורה, ווייל זיי האבן דעפיניטלי נישט אנגעהויבן מיטן רעכטן פיס...
---
די העקערס וואס האבן זיך אריינגעבראכן אין סיאטעל עירפארט סיסטעמען , פארלאנגען פון די עירפארט אויטאריטעט צו באצאלן 100 ביטקויןפאר די גערויבטע פיילס. דאס קומט אויס צו איבער 6.2 מיליאן דאללערלויט די יעצטיגע ביטקוין ווערד.
איך ווייס נישט וואס די פיילס האבן ענהאלטן און אויב ס'איז ווערד די פרייז.
---
א פרישע אויפשאקלונג אין באואינג. די הויפט פון די ספעיס און דעפענס אפטיילונג האט פארלאזט זיין פאזיציעאון ווערט צייטווייליג ערזעצט דורך א צווייטע עקזעקיוטיוו אין די קאמפאני.
אויף אויסצוקלארן, א הויכע עקזעקיוטיוו פארלאזט געווענליך נישט זיין פאזיציע מרצונו הטוב.
מ'גלייבט אז די נייע CEO קעלי ארטבערג וועלכער איז נארוואס ארויף אויפן טראן, האט אים געוואלט ערזעצן נאך א רייע דורכפעלער אין די סטארליינער פראגראם, א ספעיס שיפל וואס האט געמאכט העדליינס די לעצטע פאר חדשים און יארן מיט א לאנגע קייט פון פראבלעמען.
לעצטנס האט עס געהאלטן די וועלט געשפאנט ווען צוויי אסטראנאטן האבן געכאפט א היטש מיט סטארליינער קיין ספעיס און געוואויר געווארן דארט אויבן אז זייער קאמפאני האט נאר באצאלט פאר א וואן-וועי טיקעט... דערווייל האט א tow-truck שוין אוועקגעשלעפט זייער קאר צוריק צום ערד-קוגל, און זיי זענען נאך דארט ווארטנדיג אז די רייכע פעטער מר. מאסק זאל זיי קומען אויפפיקן מיט זיין טייערע טעסלא...
פאר מער ליינט אין די בשכינות'דיגן אשכול (אדער הערט בקביעות קול מבשר...)
---
די Boom Supersonicפירמע - וועלכע פלאנט צו ערצייגן א סופערסאניק פליגער פאר קאמערציאלע באנוץ - האט סוקסעספול דורכגעפירט די פערטע טעסט פלייטמיט זייער XB-1 פראטאטייפ. די פירמע פלאנט צו דורכפירן לכה"פ 10 סוב-סאניק טעסטס איידערן אנהייבן טעסטס אויף די סופערסאניק מעגליכקייטן. אין די יעצטיגע טעסט איז די פליגער געפלויגן אויף Mach 0.6

לייקט אויב ווילט איר ליינען חלק ב' - וועלטליכע נייעס, אדער סתם אזוי צו מאכן עקסערסייז מיטן מייזל...
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”