מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3907
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

לאגיק האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:06 am
עס ליגט מיר אין קאפ אז אלץ קינד האב איך געזען א בוך אין אידיש מיט סיפורי צדיקים וואס ר' יום טוב עהרליך האט געשריבן, איינער דא ווייסט עפעס מער דערוועגן?
יא איך האב עס אויך אמאל געזען, ער רעדט דארט פון דייניסארס
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2903
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובה דורך פומפדותא »

שווערדן מייסטער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:33 am
איך ווערט שוין לאנג אז איינע פון די אידישע רייזנדע זאלן אונטערנעמען א פארש מיסיע קיין אוזבעקיסטאן אין פרובירט צו טרעפן דעם קאלכאז פון ווי יאקאב האט אנטלאפן , אפשר גאר איז דא א לעגענדע אין דעם דארף פון עפעס א חתן וואס איז פארשוואונדן געווארן...
זינט דאן פירט מען זיך אין דעם דארף אז א חתן די טאג פון די חתונה מעג נישט זיין אליין...
בילד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לאגיק האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:04 am
דא שטייט אז ר' בצלאל דער מוהל איז געווען הרב בצלאל ווילשאנסקי: https://chabadpedia.co.il/index.php/%D7 ... 7%99%D7%9A
און דא האבן זיי א באשרייבונג איבער אים:
https://chabadpedia.co.il/index.php/%D7 ... 7%A7%D7%99

הרב בצלאל ווילשאנסקי (מכונה צַלְקֶה חֶרְסוֹנֶר על שם מוצאו מהעיר חרסון; כ"א שבט תרנ"ח - ב' סיון תשמ"א) למדן מופלג, חסיד נלהב, ירא שמים גדול, שו"ב ומוהל מתוך מסירות נפש בימי השלטון הקומוניסטי.
נאט אייך דעם סיפור, פון א תשורה פון אן אייניקל, כנהוג בחב"ד, רעקאמענדירט צו לייענען דאס גאנצע [פון עמוד 12], די וואס האלטן מיט די רוסקריינע קריג אויף די מאפע וועלן זיך פילן היימיש.
Wilschansky-Rendler - Teves 8, 57781.jpg
Wilschansky-Rendler - Teves 8, 57781.jpg (334.66 KiB) געזען 511 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

איך האב מער פרטים איבער די מעשה פון איצל פיצל פוילער אינג. איך ווייס נישט צי ס'פאסט מ'זאל לייגען א נאמען.

שושנה טאטש נישט די פיאנע, מיט הינדע וואס האט ציבראכן די ווינדע, זענען געווען אייניקלעך האט מען דעמאלטס געשמועסט.

אוי פעסעלע די קיילעכדיגע פעסעלע, מיט די טייך וואס מקען נישט שווימען.. ווייס איך נישט ווער סאיז געווען.
יגאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 11:45 am

תגובה דורך יגאל »

א שטיקל סך הכל פון דערווייל

1. יאקאב איז שוין דורכגעטון און אויסגעפארשט און מער ווייניגער גאנץ קלאר און @שווערדן מייסטער האט א אינטערעסאנטע געדאנק
שווערדן מייסטער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:33 am
איך ווערט שוין לאנג אז איינע פון די אידישע רייזנדע זאלן אונטערנעמען א פארש מיסיע קיין אוזבעקיסטאן אין פרובירט צו טרעפן דעם קאלכאז פון ווי יאקאב האט אנטלאפן , אפשר גאר איז דא א לעגענדע אין דעם דארף פון עפעס א חתן וואס איז פארשוואונדן געווארן...
2. בצלאל די מוהל איז געווען ר' בצלאל ווילשאנסקי ווי ער ברענגט דא
לאגיק האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:04 am
דא שטייט אז ר' בצלאל דער מוהל איז געווען הרב בצלאל ווילשאנסקי: https://chabadpedia.co.il/index.php/%D7 ... 7%99%D7%9A
און דא האבן זיי א באשרייבונג איבער אים:
https://chabadpedia.co.il/index.php/%D7 ... 7%A7%D7%99

הרב בצלאל ווילשאנסקי (מכונה צַלְקֶה חֶרְסוֹנֶר על שם מוצאו מהעיר חרסון; כ"א שבט תרנ"ח - ב' סיון תשמ"א) למדן מופלג, חסיד נלהב, ירא שמים גדול, שו"ב ומוהל מתוך מסירות נפש בימי השלטון הקומוניסטי.בילד
און @farshlufen ברענגט די מעשה פון א קינדבילד

3. בנוגע דער גענעראל זאגט האט @עף בי איי דאס גענטפערט
עף בי איי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:27 pm
יגאל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:01 pm

1) די מעשה דעם רוסישן גענעראל וואס האט תשובה געטון נאכן זיך מתבונן זיין אין א סטאטוע פון נאפאליאן און קומען צו די הכרה אז כבוד און געלט מאכט נישט גליקליך.

איינער ווייסט א נאמען? און עפעס מער דיטאלן האט ער קינדער וכדומה?
כ'ווייס א נאמען, אויפגעשטעלט א הערליכע חסידישע שטוב מיטן גאנצן חן! קינדער און אייניקלעך גייען ווייסע זאקן!

כ'ווייס נישט צו ס'איז אויסגעהאלטן לייגן א נאמען, כ'גלייב זיינע אייניקלעך דרייען זיך דא.
און אויף איצל פיצל וואס איך האב געמיינט איז סתם א משל ווערט מען געוואר אז ס'איז א מעשה שהיה
SPXUP האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 8:43 am
איך האב מער פרטים איבער די מעשה פון איצל פיצל פוילער אינג. איך ווייס נישט צי ס'פאסט מ'זאל לייגען א נאמען.

שושנה טאטש נישט די פיאנע, מיט הינדע וואס האט ציבראכן די ווינדע, זענען געווען אייניקלעך האט מען דעמאלטס געשמועסט.

אוי פעסעלע די קיילעכדיגע פעסעלע, מיט די טייך וואס מקען נישט שווימען.. ווייס איך נישט ווער סאיז געווען.
אגב @SPXUP וואס איז מיטן יונגעלע מיטן שארפן צינגעלע ווייסטו ווער דאס איז געווען?

4. אויף טשופטשיק האט זיך נאך קיינער נישט אנגערופן.
5. און אויך נישט אויף די מעשה ווי די שפאלע זיידע האט זיך מגלה געווען ביי א חתונה אין סאמארקאנד און געטאנצט מיט די כלה'ס זיידע.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

תולעת שני האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:16 pm
איך האב אן אלטן סתירה אויפן יאקאב ניגון.

א דארף איז פארהאן,
וואס זעט נישט קיין באן.
מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן.

און שפעטער.
און וויאזוי האט אים דו רוסישער באן.
פארווארפן קיין אוזבעקיסטאַן.

הא??????
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט, ער אליין וואונדערט זיך דערויף, ”ווי וואונדערליךהאט אים דער רוסישער באן פערווארפן” קיינער האט טאקע נישט געוואוסט דער סוד
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

יגאל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:01 pm

ר' יום טוב עהרליך האט ווי באקאנט ארויס געגעבן צענדליגע טעיפס ובתוכם פארציילט מסתמא הונדערטע מעשיות,

2) די מעשה פון טשופטשיק וואס רעדט זיך פון עפעס א רוסישע אפיציר א איד וואס איז פארשיקט געווארן אין לאגער ווי ער האט תשובה געטון און זיך ארויס געריסן פונעם לאגער, און שפעטער געוואוינט אין ארץ ישראל און געהאט א משפחה.

א נאמען? וועלכע לאגער האט מען מצליח געווען צו אנטלויפן? געוואוינט אין ארץ ישראל מיט א משפחה - עני מאר דיטעילס?

3) די מעשה ווי די שפאלע זיידע האט זיך מגלה געווען ביי א חתונה אין סאמארקאנד און געטאנצט מיט די כלה'ס זיידע.

א נאמען ווייסט איינער און נאך פרטים?
פערהאנדן עטליכע סארטן מעשיות וועלכע ער דערציילט

פון חז”ל, ש”ס ומדרשים, א דוגמא פון שלמה המלך'ס טאכטער

סיפורי צדיקים וועלכע זענען פארציילט געווארן ביי חסידים. א שטייגער עטליכע מעשיות פונעם בעל שם טוב, פונעם בית אהרן

סיפורי אנשי מעשה, צוויי סאטן
א ספעציפישע מעשה חסד, מסירת נפש, א שטייגער ווי ר' בצלאל, אדער דער גענעראל

אדער מעשיות וועלכע האבן פאסירט און פאסירן כסדר אין די 100'טע, ווי טשופשיק, כל נדרי ודומיהן
איצל פיצל, און שושנה קענען אפשר אויך אריין אין די קעטעגאריע

דערנאך זענען פארהאנען, פאלקס מעשה'לעך, לעגענדעס. פארצייטענס פלעגט מען דאס רופן באבע מעשיות, ווארשיינליך צוליב וואס דער מקור מוסמך אויף די מעשה איז געווען די באבע אליין. א געווענליכע עדאלט קען עס דערשפירן אויף א מעשה אז דאס געהער צו דער קאטעגאריע אזוי צו זאגן, און וועט זיך נישט שטעלן חוקר זיין דערויף. אויף די אליהו הנביא טעיפ איז ער רייך מיט די סארט לעגענדעס.
מען דארף זיין א געוויסע טיפ דאס צו קענען איבערדערציילן אויף א טעיפ.
מען דארף זיין א געוויסע טיפ עס נישט צו קענען איבערציילן
און א נער זיך צו שטעלן פרעגן אויף די מקור
(על פי רוב זענען פרויען אין די ערשטע, און מענער אין די צווייטע, ר' יונטעל ז”ל איז אבער געווען אין די ערשטע)
לעצט פארראכטן דורך יוד אלף אום פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

יש עבר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:55 pm
נייהויז האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:22 pm
תולעת שני האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:16 pm
איך האב אן אלטן סתירה אויפן יאקאב ניגון.

א דארף איז פארהאן,
וואס זעט נישט קיין באן.
מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן.

און שפעטער.
און וויאזוי האט אים דו רוסישער באן.
פארווארפן קיין אוזבעקיסטאַן.

הא??????
ער זאגט רוסישער פאן מיט א "פ"
דאס איז דער רוסישע ווארט פאר הער. (שר)
ד.מ. דער רוסישער הער האט אים דארט פארשיקט.
????!!!!!!!!!

וואס איז די המשך פון די צוויי שורות אז ס'נישטא דארט קיין הער און מ'פארט אהין מיט אן עראפלאן????!!!!!!

עס איז בכלל נישט פאעטיש אויסגעהאלטן אזוי צו שרייבן שורות און אין פאעטיע איז ר' יו"ט געווען א מומחה!!
א דארף איז פארהאן
וואס זעהט נישט קיין באן.

ווי ווינדערליך האט אים דער רוסישער פאן
פארווראפן קיין אוזבעקיסטאן.

בערך אזויווי
לאנגסאם: פישל שמשמען.
פעלדמאן: האסט צו געלייגט א "ש"
לאנגסאם: נעעע פישל האט נאר איין "ש"
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2903
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

"רוסישער באן" איז לכאורה אן אויסדרוק וואס מען האט גענוצט אויף די רוסישע רעגירונג
בילד
אוועטאר
ברדלס
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

טשופטשיק איז באזירט אויף א אידיש פאלקס-לידל מיט די זעלבע ווערטער.
מאך נישט קיין ריס, וועסטו נישט ברויכן קיין לאטע...
יגאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 11:45 am

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגאל »

יוד אלף האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 11:38 am
יגאל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:01 pm

ר' יום טוב עהרליך האט ווי באקאנט ארויס געגעבן צענדליגע טעיפס ובתוכם פארציילט מסתמא הונדערטע מעשיות,

2) די מעשה פון טשופטשיק וואס רעדט זיך פון עפעס א רוסישע אפיציר א איד וואס איז פארשיקט געווארן אין לאגער ווי ער האט תשובה געטון און זיך ארויס געריסן פונעם לאגער, און שפעטער געוואוינט אין ארץ ישראל און געהאט א משפחה.

א נאמען? וועלכע לאגער האט מען מצליח געווען צו אנטלויפן? געוואוינט אין ארץ ישראל מיט א משפחה - עני מאר דיטעילס?

3) די מעשה ווי די שפאלע זיידע האט זיך מגלה געווען ביי א חתונה אין סאמארקאנד און געטאנצט מיט די כלה'ס זיידע.

א נאמען ווייסט איינער און נאך פרטים?
פערהאנדן עטליכע סארטן מעשיות וועלכע ער דערציילט

פון חז”ל, ש”ס ומדרשים, א דוגמא פון שלמה המלך'ס טאכטער

סיפורי צדיקים וועלכע זענען פארציילט געווארן ביי חסידים. א שטייגער עטליכע מעשיות פונעם בעל שם טוב, פונעם בית אהרן

סיפורי אנשי מעשה, צוויי סאטן
א ספעציפישע מעשה חסד, מסירת נפש, א שטייגער ווי ר' בצלאל, אדער דער גענעראל

אדער מעשיות וועלכע האבן פאסירט און פאסירן כסדר אין די 100'טע, ווי טשופשיק, כל נדרי ודומיהן
איצל פיצל, און שושנה קענען אפשר אויך אריין אין די קעטעגאריע

דערנאך זענען פארהאנען, פאלקס מעשה'לעך, לעגענדעס. פארצייטענס פלעגט מען דאס רופן באבע מעשיות, ווארשיינליך צוליב וואס דער מקור מוסמך אויף די מעשה איז געווען די באבע אליין. א געווענליכע עדאלט קען עס דערשפירן אויף א מעשה אז דאס געהער צו דער קאטעגאריע אזוי צו זאגן, און וועט זיך נישט שטעלן חוקר זיין דערויף. אויף די אליהו הנביא טעיפ איז ער רייך מיט די סארט לעגענדעס.
מען דארף זיין א געוויסע טיפ דאס צו קענען איבערדערציילן אויף א טעיפ.
מען דארף זיין א געוויסע טיפ עס נישט צו קענען איבערציילן
און א נער זיך צו שטעלן פרעגן אויף די מקור
(על פי רוב זענען פרויען אין די ערשטע, און מענער אין די צווייטע, ר' יונטעל ז”ל איז אבער געווען אין די ערשטע)

יש"כ פארן אוועקשטעלן אזעלכע קלארע כללים

און יעצט אפאר הגהות דאס וואס דו שרייבסט
אדער מעשיות וועלכע האבן פאסירט און פאסירן כסדר אין די 100'טע, ווי טשופשיק, כל נדרי ודומיהן
פארשטיי איך נישט וואס די מכוון דא איז, וואס הייסט ס'פאסירט כסדר?! אויב מיינסטו צו זאגן אז דאס איז נישט א מעשה וואס ער האט מיטגעלעבט אדער געהערט קראנט נאר ס'איז באזירט אויף היסטארישע פאקטן - ווי ס'ווערט גערופן אין די שרייבערישע שפראך - און ער האט פראדוצירט די מעשה, דאס איז סברא וואס איז ווייט נישט מסתבר עכ"פ ביי טייל מעשיות און באזירט אויף וויפיל איך שוין געטון ביזדערווייל האט ר' יו"ט קיינמאל נישט אויפגעמאכט קיין מעשה נאר ער האט אויך נישט געמאכט קיין גרויסע חקירות ודרישות און זיך פארלאזט אויף סיי וואס ער האט געפונען, א גוטע דוגמא דערצו איז די מעשה פון די 93 קדושים וואס איז געווען בשעתו אפילו באריכטעט און די צייטונגען (און די ליכט שטראלן באשרייבט עס אויכעט - אבער ער האט יא אויפגעמאכט מעשיות) אבער האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אלץ להד"ם, אבער אזא מעשה ווי טשופטשיק - ווי ער ענדיגט צו אז ער וואוינט יעצט אין ירושלים און האט אויפגעשטעלט א שטוב, און מטעם המדינה איז מען אים געקומען בעטן ער זאל דינען אין מיליטער, איז משמע אז ער ווייסט פון וועם מ'רעדט נאר ער זאגט נישט.

אבער אודאי שליס איך נישט אויס די מעגליכקייט אז ס'איז להד"ם, און טאקע על כגון זה האט זיך געעפנט די אשכול צו מברר זיין נאך פרטים אויף די מעשיות און ב"ה האב מיר שוין באקומען א בילד פון ר' בצלאל די מוהל און א קלארקייט ווי פרונז איז און אז די מעשה פון די ציג מיט די שנעלע וועג קיין א"י ווערט שוין געברענגט און גוטע פלעצער און ס'איז יצא מכלל סתם א לעגענדע און נאך געשמאקע דעטאלן, און אודאי וועט בהמשך אויך נתברר ווערן וועלכע פון די מעשיות וואס קוקט אויס ווי ס'האט פאסירט זענען לאו דוקא אזוי.

און איך וויל טאקע ארויסברענגען די נקודה מיט א קלארקייט אז די עיקר ציל דא אויסצוקלארן די מעשיות וואס ס'איז משמע ר' יום טוב האט געקענט די מעשה ערשט האנטיג מיט אלע פרטים ארום דעם אדער אזעלכע מעשיות וואס ער האט גענומען פון פארשידענע פלעצער, זאל מען טאקע וויסן וועלכע מעשיות ה אט ער געקענט ערשטהאנטיג וועלכע זענען מדרשים - נישט יעדער קען אלע מדרשים - וועלכע זענען פאלקס מעשיות - און פון די פאלקס מעשיות גופא וועלכע ווערן צוגברענגט אין ספרים, און פארשטייט זיך כל המסתעף - ווי למשל אזא חידוש אז אפילו איצל פיצל איז א מעשה שהיה!!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

יגאל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:40 am

יש"כ פארן אוועקשטעלן אזעלכע קלארע כללים

און יעצט אפאר הגהות דאס וואס דו שרייבסט
אדער מעשיות וועלכע האבן פאסירט און פאסירן כסדר אין די 100'טע, ווי טשופשיק, כל נדרי ודומיהן
פארשטיי איך נישט וואס די מכוון דא איז, וואס הייסט ס'פאסירט כסדר?! אויב מיינסטו צו זאגן אז דאס איז נישט א מעשה וואס ער האט מיטגעלעבט אדער געהערט קראנט נאר ס'איז באזירט אויף היסטארישע פאקטן - ווי ס'ווערט גערופן אין די שרייבערישע שפראך - און ער האט פראדוצירט די מעשה, דאס איז סברא וואס איז ווייט נישט מסתבר עכ"פ ביי טייל מעשיות און באזירט אויף וויפיל איך שוין געטון ביזדערווייל האט ר' יו"ט קיינמאל נישט אויפגעמאכט קיין מעשה
וואס איך מיין צו זאגן, איז א מעשה וואס טראגט נישט קיין שום באזונדערע כארקטער, עס איז נישט באזירט אויף פאקטן, עס איז א פשוט'טע טעגליכע מציאות, וואס פאר א קינד איז עס א ”מעשה”
ר׳ בצלאל איז א מעשה פון שטיקל אז ער האט געמיינט אז מען נעמט זיך אויף זיינע ביינער, דערווייל איז עס געווען גאר אן אינטערגעשטעלטע שפיצל. מען קען הערן אזא מעשה און טראכטן אויב עס איז אמת אדער באזירט אויף אמת.

איצל פיצל פאסירט יעדען טאג אין פילע אידישע שטובער, מעשה שהי׳ ושיהי' נישט ”באזירט”
די מעשה מיט טשופטשיק טראגט נישט קיין באזונדערע מעשה צו זיך, דאס געשעט יעדן טאג.
יגאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 11:45 am

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגאל »

יוד אלף האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:15 pm

פיין
איצל פיצל בין איך בעצם מיט דיר אויף איין בלעטל ווען נישט אז איינער דא (וואס איז מעגליך ר' יו"ט'ס אייניקל) זאגט אז מ'האט גערעדט פון ספעציפישע קינד.

די מעשה פון טשופטשיק ביסטו גערעכט בנוגע די עצם מעשה.
אבער ווען ער זאגט אז ער האט זיך ארויס געבראכן פון זיין לאגער און וואוינט יעצט אין א"י, איז א שאד נישט צו זען אויב איינער ווייסט עפעס מער, און יא אה"נ מעגליך וועט די תירוץ זיין אז איינער ווייסט פאר א פאקט אז די מעשה איז להד"ם.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

@יגאל די תירוץ איז, (אין מיין מיינונג) אז כמעט יעדער וואס שטעלט זיך אפ פאר איין מינוט טראכן, קען דיר דערציילן עטליכע אזוי'נע מעשיות.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

יוד אלף האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:27 pm
@יגאל די תירוץ איז, (אין מיין מיינונג) אז כמעט יעדער וואס שטעלט זיך אפ פאר איין מינוט טראכן, קען דיר דערציילן עטליכע אזוי'נע מעשיות.
און עמעצער וואס טראכט נישט, נאך מער...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

צו געזונט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:33 pm
יוד אלף האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:27 pm
@יגאל די תירוץ איז, (אין מיין מיינונג) אז כמעט יעדער וואס שטעלט זיך אפ פאר איין מינוט טראכן, קען דיר דערציילן עטליכע אזוי'נע מעשיות.
און עמעצער וואס טראכט נישט, נאך מער...
מיינסט צו זאגן עימיצער וואס טראכט אויס
אוועטאר
כח און מח
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

אדם א מענטש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:44 am
לאגיק האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:06 am
עס ליגט מיר אין קאפ אז אלץ קינד האב איך געזען א בוך אין אידיש מיט סיפורי צדיקים וואס ר' יום טוב עהרליך האט געשריבן, איינער דא ווייסט עפעס מער דערוועגן?
יא איך האב עס אויך אמאל געזען, ער רעדט דארט פון דייניסארס
אן עמעראצישע שאלע: איז דייניסארס רילעטעד צי UFO ? ווייל כ'געדענק צי האבן געזעהן ערגעץ דא אויפן וועלטל אז ער רעדט דארט פון UFO'ס

און פארשטייט זיך אויב איינער האט מער אינפא וכ"ש אויב מ'קען עס אהער שטעלן וועלן מיר הנאה האבן
יגאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 11:45 am

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגאל »

יוד אלף האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:27 pm
@יגאל די תירוץ איז, (אין מיין מיינונג) אז כמעט יעדער וואס שטעלט זיך אפ פאר איין מינוט טראכן, קען דיר דערציילן עטליכע אזוי'נע מעשיות.

די תירוץ אויף וואס????

כ'מיין אז איר'ט נישט פארשטאנען מיין ציל מיט'ן עפענען דעם אשכול!

ניין איך האב נישט געזוכט אינפארמאציע אויף ר' חיים וואס זוכט יראת שמים, און נישט אויף די בעלי דינים פון די שיכור'ע דין תורה, און נישט אויף דער יוד וואס ווארט פרייטאג צונאכט א גאנצע נאכט, און נישט אויפן צדיק וואס גייענדיג אויפן זעט ער בלעטל אראפ פאלן וכו', און נישט אויף דער ירושלימער יוד וואס קומט קיין אמעריקא און קומט קיין וויליאמסבורג, און נישט אויף די משפחה וואס איז געפארן אין קאנטרע, און נישט אויף די חתן וואס יעדער העלפט אים מיט די הכנות צו די חתונה, און נישט פון ווי ער נעמט אז די רעפארם טעמפלען וועלן בימות המשיח ווערן מקוואות און ביי די ביטשעס גייט שנייען גאלד און א מינק קאוט גייט קאסטן $5 וכו', און פון ווי ער איז געוואר געווארן פון איינער ר' אליעזר וואס מאכט פאר משיח'ן א כתר וכו' וכו' וכו' וכו' כ'מיין כ'האב שוין געגעבן גענוג דוגמאות אויף נישט!

וואס יא?!

ס'דא געוויסע מעשיות וואס איז ניכר אדער אז ס'איז א מעשה שהיה וואס ער'ט מיטגעהאלטן ערשטהאנטיג אדער האט עכ"פ ער געהאלטן אז די מעשיות זענען אמת,
למשל: 1. יאקאב
2. ר' בצלאל די מוהל
3. דער גענעראל ביים באל
4. טשופטשיק
5. כל נדרי
6.די חתונה אין סאמארקאנד מיט די התגלות פונעם שפאלער זיידע
7. די בלעקאוט - וואס איז גאנץ באקאנט
8. רוב זאכן וואס ער פארציילט וועגן די צייט פאר די מלחמה און בשעת המלחמה
9.פרונזער עשעלאן
10. די 93 קדושים וואס איז דעמאלט געווען א אנגענומענע מעשה
11. זיין פארביטערטע מיואש'דיגע חבר וואס ער האט מחזק געווען איז מן הסתם א ליקוט פון אפאר חברים
12. די תלמיד וואס האט געקלאפט אויפן פענסטער פון ר' אהרן הגדול
13. די תלמיד אין מדבר
14. די מעשה פון הערשל ציג
15. די קורצע וועג קיין ארץ ישראל
16. די אלע מעשיות פון אליהו הנביא
17. די מעשיות פון די מדרשים
ועוד ועוד ועוד

אויף די אלע מעשיות -
אויב איז עס א מדרש, צייכן עס אן.
אויב איז עס א חסידישע פאלקס מעשה צייכן אן ווי ס'ווערט געברענגט די ערשטע און ווי שטארק מ'האט עס אנגענומען [לדוגמא די מעשה וועגן די שנעלע וועג צו א"י איז כנראה געווארן שטארק מקובל].
אויב דו ווייסט פאר א פאקט [נישט השערה] אז א געוויסע מעשה איז להד"ם אדער לכה"פ נאר באזירט אויף אמת'ע פאקטן, דאן איז דא די פלאץ מיטצוטיילן די דאזיגע ידיעה אייערע.

און והעיקר אויב האסטו מער פרטים אויף א געוויסע מעשה זייט אזוי גוט און טיילט עס מיט מיטן ציבור הצמאים לדעת.

און אזוי אויך קען מען דא פרעגן סיי וועלכע פראגעס איבער זיינע מעשיות, וואס וועלן האפנטליך דא פארענטפערט ווערן אזוי ווי מ'האמיר שוין טאקע געזען דא. (אגב פראגעס בנוסח ביסט אפגעפרעגט איז דאך נישט שייך צו ענטפערן ווייל אויף א פערטיגע מסקנא קומט נישט א תירוץ נאר א אויפקלעריכץ והוא אומנות בפנ"ע, איך מיין נישט דיר מיט דעם נאר א צווייטן)
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3907
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

כח און מח האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:36 pm
אדם א מענטש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:44 am
לאגיק האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:06 am
עס ליגט מיר אין קאפ אז אלץ קינד האב איך געזען א בוך אין אידיש מיט סיפורי צדיקים וואס ר' יום טוב עהרליך האט געשריבן, איינער דא ווייסט עפעס מער דערוועגן?
יא איך האב עס אויך אמאל געזען, ער רעדט דארט פון דייניסארס
אן עמעראצישע שאלע: איז דייניסארס רילעטעד צי UFO ? ניין ווייל כ'געדענק צי האבן געזעהן ערגעץ דא אויפן וועלטל אז ער רעדט דארט פון UFO'ס

און פארשטייט זיך אויב איינער האט מער אינפא וכ"ש אויב מ'קען עס אהער שטעלן וועלן מיר הנאה האבן
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יגאל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 12:28 am
איר האט פארגעסן פון די חסיד'ישע סיפורים אויף רננו צדיקים ביידע חלקים, דאס זענען קארלינע מקובל'דיגע סיפורים פון פריערדיגע דורות אדער וואס איז געווען אין די לעצטע צייטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

אויף די לוקסוס טעיפ פארציילט ער עטליכע געשעהנישן וואס האט בשעתו גערידערט די גאס, צום ביישפיל א כלה וואס האט אפגעזאגט א שידוך ווייל די חתן האט געגעבן א סיזי שטיין, א חתונה וואס מהאט איבערגעשפילט ווייל די פיקטשערס זענען נישט געלונגן.
ווי אויך די אלע וואס געדענקן די ברוינע פאפירענע בעגס וואס האבן זיך גלעכערט פון אונטען אין סהאט זיך אויסגעמישט אויל אויף אייער.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

יגאל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 12:28 am
יוד אלף האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:27 pm
@יגאל די תירוץ איז, (אין מיין מיינונג) אז כמעט יעדער וואס שטעלט זיך אפ פאר איין מינוט טראכן, קען דיר דערציילן עטליכע אזוי'נע מעשיות.

די תירוץ אויף וואס????

כ'מיין אז איר'ט נישט פארשטאנען מיין ציל מיט'ן עפענען דעם אשכול!

ניין איך האב נישט געזוכט אינפארמאציע אויף ר' חיים וואס זוכט יראת שמים, און נישט אויף די בעלי דינים פון די שיכור'ע דין תורה, און נישט אויף דער יוד וואס ווארט פרייטאג צונאכט א גאנצע נאכט, און נישט אויפן צדיק וואס גייענדיג אויפן זעט ער בלעטל אראפ פאלן וכו', און נישט אויף דער ירושלימער יוד וואס קומט קיין אמעריקא און קומט קיין וויליאמסבורג, און נישט אויף די משפחה וואס איז געפארן אין קאנטרע, און נישט אויף די חתן וואס יעדער העלפט אים מיט די הכנות צו די חתונה, און נישט פון ווי ער נעמט אז די רעפארם טעמפלען וועלן בימות המשיח ווערן מקוואות און ביי די ביטשעס גייט שנייען גאלד און א מינק קאוט גייט קאסטן $5 וכו', און פון ווי ער איז געוואר געווארן פון איינער ר' אליעזר וואס מאכט פאר משיח'ן א כתר וכו' וכו' וכו' וכו' כ'מיין כ'האב שוין געגעבן גענוג דוגמאות אויף נישט!

וואס יא?!

ס'דא געוויסע מעשיות וואס איז ניכר אדער אז ס'איז א מעשה שהיה וואס ער'ט מיטגעהאלטן ערשטהאנטיג אדער האט עכ"פ ער געהאלטן אז די מעשיות זענען אמת,
למשל: 1. יאקאב
2. ר' בצלאל די מוהל
3. דער גענעראל ביים באל
4. טשופטשיק
5. כל נדרי
6.די חתונה אין סאמארקאנד מיט די התגלות פונעם שפאלער זיידע
7. די בלעקאוט - וואס איז גאנץ באקאנט
8. רוב זאכן וואס ער פארציילט וועגן די צייט פאר די מלחמה און בשעת המלחמה
9.פרונזער עשעלאן
10. די 93 קדושים וואס איז דעמאלט געווען א אנגענומענע מעשה
11. זיין פארביטערטע מיואש'דיגע חבר וואס ער האט מחזק געווען איז מן הסתם א ליקוט פון אפאר חברים
12. די תלמיד וואס האט געקלאפט אויפן פענסטער פון ר' אהרן הגדול
13. די תלמיד אין מדבר
14. די מעשה פון הערשל ציג
15. די קורצע וועג קיין ארץ ישראל
16. די אלע מעשיות פון אליהו הנביא
17. די מעשיות פון די מדרשים
ועוד ועוד ועוד

אויף די אלע מעשיות -
אויב איז עס א מדרש, צייכן עס אן.
אויב איז עס א חסידישע פאלקס מעשה צייכן אן ווי ס'ווערט געברענגט די ערשטע און ווי שטארק מ'האט עס אנגענומען [לדוגמא די מעשה וועגן די שנעלע וועג צו א"י איז כנראה געווארן שטארק מקובל].
אויב דו ווייסט פאר א פאקט [נישט השערה] אז א געוויסע מעשה איז להד"ם אדער לכה"פ נאר באזירט אויף אמת'ע פאקטן, דאן איז דא די פלאץ מיטצוטיילן די דאזיגע ידיעה אייערע.

און והעיקר אויב האסטו מער פרטים אויף א געוויסע מעשה זייט אזוי גוט און טיילט עס מיט מיטן ציבור הצמאים לדעת.

און אזוי אויך קען מען דא פרעגן סיי וועלכע פראגעס איבער זיינע מעשיות, וואס וועלן האפנטליך דא פארענטפערט ווערן אזוי ווי מ'האמיר שוין טאקע געזען דא. (אגב פראגעס בנוסח ביסט אפגעפרעגט איז דאך נישט שייך צו ענטפערן ווייל אויף א פערטיגע מסקנא קומט נישט א תירוץ נאר א אויפקלעריכץ והוא אומנות בפנ"ע, איך מיין נישט דיר מיט דעם נאר א צווייטן)

ער דערציילט אמת'דיגע מעשיות אויף אסאך מער טעיפס ווי @יגאל האט דא אנגעכאפט, און ווי @farshlufen דערמאנט די קארלינער מעשיות, און פארשטייט זיך אויף די דריי טעיפס פון סאטמאר רבי'ן זי"ע האט ער דאך אויך א שלל מיט מעשיות פון כלי ראשון.

איך פארשטיי באמת נישט וואס איז די מאסיווע עף. בי. איי. אויספארשונג אויף די מעשיות, מיט אזעלכע לשונות ווי "להד"ם" - כאילו מען רעדט דא פון חושן משפט שאלות. און אויב מען האט אים "געכאפט ביי די מעשה" אז א געוויסע מעשה איז נאר 95 פראצענט אמת? אדער נאר 65 פראצענט? איז "להד"ם!!!" מיט'ן גאנצן שארפקייט?

דער זיידע ביי די חתונה אין סאמארקאנד. אביסל מאדנע צו עפענען אזא גרונטליכע אויספארשונג... למעשה איז ער דאך אליינס געווען אין סאמארקאנד, האט ער מיטגעלעבט אזא חתונה. און ביי יענע אידן האט זייער געקענט זיין אזא מעשה מיט'ן שפאלער זיידן זי"ע.

די מעשה מיט צופציק זאגט ער דאך אליינס א נאמען! חוץ אויב איר וועט טראכטן אז דאס האט ער אויך געבאקן, און אליינס אויפגעקומען מיטן שם עריסה צופציק און די משפחה נאמען.

אבער ניין, האט מען יא אזא אוצר ווי ר' יום טוב, דארף מען רופן די עף. בי. איי. צו טרעפן "להד"מ'ס" ווי מער, זאל מען אים אויך קענען אפרעגן. מאדנע ביז גאר, וואס זאל איך אייך זאגן.

אויב עפעס, פרובירט צו דערגיין וויאזוי ער האט פארפאסט - אדער גענומען פון ערגעץ - אזעלכע הערליכע מעלאדיס פאר זיינע טעיפס. למשל, ווער האט געמאכט די "ניגון" פון "יאקאב" - נישט די ווערטער, נאר די ניגון, ווער האט עס קאמפאזירט? ווער האט געמאכט די ניגונים וואס ער האט אויף צוויי טעיפס נאר מוזיק אן ווערטער, מזמור לתודה און למנצח בנגינות.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
ייחוס זוכער
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

[quote=SPXUP post_id=5432247 time=1726836226 user_id=23781

שושנה טאטש נישט די פיאנע, מיט הינדע וואס האט ציבראכן די ווינדע, זענען געווען אייניקלעך האט מען דעמאלטס געשמועסט.

[/quote]

ער זאגט נישט ''טאטש נישט דער פיאנע'', ער זאגט ''שושנה, גיי אוועק פון די פיאנע'' [א גוטער אונטערשייד צווישן די היימישע פארענגלישטע פלעין יודיש היינט צו טאג און פאר פופציג יאהר].
אוועטאר
Purple Water bottle
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 4:04 pm
לאקאציע:נעבן קאמפיוטער

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Purple Water bottle »

וואו קען מען פארגעסן פון ניסן, וואס זיין טאטע האט איהם אזוי געשמיסן, אז 3 טאג האט ער נישט געקענט שטיין אדער זיצן
ייחוס זוכער
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: מער פרטים אויף די מעשיות פון ר' יום טוב עהרליך געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

דער פאראגראף וואס גייט מיר נישט ארויס פון זכרון '' ביים קלויזענבערגער פאלן טרערן, און טיפן קרעכצן ביי דעם סקווערן, און די סטאלינער חסידים שרייען, ביים סאטימער הערשט אנגעפאנגען, מען איז אין מקוה הערשט געגאנגען, ביי דעם וויזשניצער טרינקט מען שוין לחיים'', אין מיינע אויגן איז דאס איינס פון זיינע בעסטע שטיקלעך, וויאזוי ער האט יעדעם איינער דערמאנט און אויסטערליש גוט מגדיר געווען.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”