- עטליכע דערפלעך ארום זענען חרוב געווארן און מענטשן פעלן. - אה גראדע די מעיאר און גאווערנער ווייסן צו זאגן אז א פייער האט אויסגעבראכן צוליב דראונס וואס זיי האבן אראפגעשאסן. - די געגענטער ארום האבן געפילט קליינע ערדציטערנישן. - גאנץ מעגליך אז אסאך צפון קארעא אמוניציע און מיסילס זענען דארט חרוב געווארן.
ערשטע סעטעלייט בילד פון די אטאקע.
GXxBgFFXYAAgXZc.jpg
ארום 30,000 טאן פון אמוניציע איז חרוב געווארן ביים אטאקע אויפן וואפן זאפאס אין Toropets, דאס איז ארום צוויי צו דריי חדשים סופליי פאר די רוסישע מיליטער.
נעבן די Kostyantynivka ווילעדזש אין דאנעצק האבן די רוסן דורכגעפירט נאך א גרויסע ארמערד אטאקע, זיי זענען געקומען מיט 35 ארמערד טרעקלעך צוזאמען מיט 9 טאנקן וואס זאלן באשיצן, די 79'סטע Air Assault בריגאדע פון די אוקריינע מיליטער האבן באוויזן צו חרוב לייגן 5 טרעקלעך און בערך 30 רוסן זענען טויט.
אין ריכטונג פון Pokrovsk האבן די רוסן היינט אנגעהויבן צו שטורעמען מיט 27 אנדערע עקוויפמענט, אוקריינע מיליטער האט באוויזן חרוב צולייגן 16 דערפון און די רוסן האבן געליטן פון 60 געפאלענע סאלדאטן.