אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אנשטאטס עפענען נאך אן אשכול א יעדע שטיק צייט ווען איך באשרייב אוויאציע קרישקעלעך, האב איך מחליט געווען צו מאכן איין אשכול וואס וועט ווערען אפדעטיד א יעדע שטיק צייט.

איך עפען עס אויף אינטער אונטערהאלטונג ווייל איך האף אז דער עולם וועט זיך קענען אינטערהאלטען אביסעל מיט די געשמאקע קרישקעלעך.

א בחינה ווי נארמיס שאו אדער מעכי רעכי וואס איז אויך אין אינטערהאלטונג.

איך וויל דיירעקט אז דאס זאל נישט זיין אינטער ידעות און וויסענשאפט ווייל כהאב מיך שוין איבערצייגט אז סאיז דא דארט זייער ווייניג באזוכער. אנשטאטס זאל דאס זיין אין קרעטשמע ווי סאיז דא סאך מער באזוכער

איז אויב ווילט איר וויסען יעדע מאל סאיז דא אן אפדעיט, ביטע סאבסקרייבט אייך צו דער דאזיגע אשכול. געט א קליק דער סאבסקרייב באטאן דא👇

בילד
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 2:56 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אדמתו
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 30, 2024 1:20 am

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמתו »

א געוואלדיגע מהלך.
יעצט דארף מען נאר מסדר זיין מ'זאל זיך קענען סאבסקרייבן צו די ניק אליינס.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע 4.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

בילד

Virgin Group איז א בריטיש באזירטע conglomerate קאמפעני.

conglomerate באדייט א קאמפעני וואס האט אינטער זיך אפאר ביזנעסער וואס איינס האט נישט קיין שייכות מיט דער אנדערע.

נישט אנדערש איז די Virgin Group וואס האט אינטער זיך פארשידינע קאמפעניס וואס פארקויפען פון וויינען, שאמפענען, סעלפאון סערוויס , האטעלן, אין צייטווייליגע זיצען אויף א שידה המיטלטלת מלא וריקן המחזיק יותר מארבעים סאה, וואס צו דעים ווילען אונז צוקומען.

טייל פון די נעמען זענען ווי פאלגענד:
  • Virgin Wines
זעט אויס די בריטישע גלייכען אויך וויין
  • Virgin Hotels
  • Virgin Atlantic
  • Virgin Australia
  • Virgin Mobile
וואס שטעלט צו מאבייל פלאנס אין פארשידינע לענדער א שטייגער ווי פולין.

און נאך אסאך. דא קענט איר טרעפען א ליסטע מיט אלע. אטו כי רוכל ליזל ולייתי.

פיין יעצט אז מיר ווייסען שוין ווער די בעל הבית פון די אלע Virgin קאמפעניס זענען, לאמיר צוקומען צום נושא, וועלכע קאמפעני ווילט איר מען זאל רעדן פון? געוויס עירליינס ניין?! אז נישט זענט איר אין דער אומרוכטיגע אשכול. איז חברה Welcome Aboard.

בילד

Virgin Atlantic איז א בריטישע עירליין וואס איז געגרינדעט געווארן אין יארע 1984 למספרם.

די עירליין האט 2 האבס, 1 אין London–Heathrow און 2 אין מאנטשעסטער.

די עירליין איז 51% געאוינט ביי Virgin Group און 49% ביי דעלטא עירליינס.

די עירליין האט As of חודש אגוסט 2024 למספרם 44 פליגערס. זיי האבן נאר wide-body פליגערס וואס באשטייט פון 8 Airbus A330-300
5 Airbus A330-900
12 Airbus A350-1000
און 17 פון Boeing 787-9.

די עירליין איז היינט א מעמבער פון SkyTeam airline alliance וואס אין דעים געפונען זיך אויך א שטייגער ווי Delta Air France און נאך.

די עירליין פירט אן זייערע אפעראציעס פון טערמענאל 3 (T3) אין לאנדאן'ס היטראו לופטפעלד. דא האט איר א בילד.

3034344042_4326a5857d_b.jpg
3034344042_4326a5857d_b.jpg (208.69 KiB) געזען 1811 מאל
און אז מער רעדט שוין פון היטראו לאמיר זעהן וויפעל טערמענאלס דער לופטפעלד פארמאגט.

היטראו לופטפעלד האט היינט 4 טערמענאלס פון 2 ביז 5.

טערמענאל 1 איז פארמאכט געווארן אין 2015.

טערמענאל 2 איז דער נייעסטע טערמענאל וואס איז געפענט געווארן אין 2014. דאס ווערט אויך אנגערופען The Queen's Terminal.

טערמענאל 2 סערווירט בעיקר פאר Star Alliance עירליינס א שטייגער ווי United און Lufthansa.

אפשר וועט מען איין טאג אי"ה רעדן פון די אלע Alliance גרופעס.

טערמענאל 3 איז דער היים פאר רוב oneworld און SkyTeam מעמבערס. דאס נעמט אריין אמעריקאן עירליינס דעלטא Air KLM France אין ווי פריער געשריבען Virgin Atlantic.

רוב פלייטס וואס קומען פון ווייטע פלעצער אדער פון אמעריקא וועלען אנקומען צו טערמענאל 3.

טערמענאל 4. איז אויך פאר די איבריגע SkyTeam עירליינס וואס זענען נישט אין 3. ווי אויך ווערט דאס באנוצט דורך די ציניסטעשע אל על עירליינס. רוב פלייטס וואס קומען קיין טערמענאל 4 וועלען קומען פון מיטל מזרח אזיא אדער אפריקא. אין אנדערע ווערטער די מער קערצערע פלייטס.

טערמענאל 5 האט זיך געפענט 15 יאר צוריק אין 2008. דאס איז דער צווייטע נייעסטע טערמענאל נאך 2.
טערמענאל 5 איז דער גרויסע האב פאר @בריטיש עירוועיס אין איז דער איינציגסטער עירליין וואס באנוצט זיך מיט דאס.

דא קענט איר טרעפען די טערמענאל וואס אייער באליבטע עירליין נוצט אין פאל איך האב עס נאכנישט אויסגערעכענט.

אקעי רבותי איך בין נאכנישט פארטאג, יעדער זאל זיך צוריק אראפזעצען אויף דער פלעצער.

אונז זעמער פארקראכען דא אבער צוריק צו די Virgin Group.

נאך א עירליין אונטער זיי איז Virgin Australia.

בילד

Virgin Australia איז א גרויסע דאמעסטעק עירליין אין אסטראליע.

סהאט אויך געציילטע אינטערנאצינאלע פלייטס צו און פון אסטראליע.

די עירליין פלעגט אמאל הייסן Virgin Blue.

די עירליין פירט היינט דורך רייזעס צו 33 דעסטענאציעס אין אסטראליע.
די עירליין פארמאגט היינט צו טאגס נאר Boeing 737 Next generation מיט 737 מעקס. א סך הכל פון 91 פליגערס.

די עירליין האט 3 גרויסע האבס. 1. Brisbane א שטאט אין מזרח אסטראליע. 2. די באקאנטע אידישע שטאט מעלברון 3. אויך א אידישע שטאט סידני. אלע 3 זענען אין מזרח אסטראליע.

Qatar Airways האט אפגעקויפט א גרויסע חלק פון די עירליין.

און צום לעצט פאר היינט איז Virgin America

בילד

פאר די עלטערע צווישען אונז וועלען נאך געדענקען די עירליין. Virgin America איז געווען א Low-cost עירליין וואס האט בעיקר אפערירט אין מערב אמעריקא ווי סאן פראנציסקא און לאס אנדשעלעס.

זיי האבען געהאט 67 פליגערס. בעיקר Narrow body Airbus 320 פאמיליע. זיי זענען געפארן צו 31 דעסטענאציעס.

למעשה אין 2018 איז דאס געקומען צו אן ענדע ווען די עירליין האט געמירדזש מיט Alaska Airlines.

למעשה איז יעצט איבערגעבליבען 2 עירליינס אונטער די Virgin Group דאס זענען Virgin Atlantic און Virgin Australia.

בילד

@דניאל אויערבאך דאס מאל האב איך אייך נישט געמאכט שווינדלען

This information was brought to you by
@בריטיש עירוועיס
בריטיש איז an author of many articles on ivelt since 2023

דאס איז עס פאר היינט. נישט פארגעסען זיך צו סובסקרייבען צו באקומען א נאטעפיקאציע גלייך אין אייער אינבאקס
בילד
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אוויאציע 4.0

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 8:27 pm
טערמענאל 5 איז דער גרויסע האב פאר @בריטיש עירוועיס אין איז דער איינציגסטער עירליין וואס באנוצט זיך מיט דאס.
אהא, כ'הער שוין פינקטליך...
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הערליך!!
שיינע זאך צו מאכן איין צענטראלע אשכול פאר אלע אוויאציע פוינט זיראוס
איין הערה, איך מיין אז ווירדזשין אמעריקע איז יא געפארן טראנסקאנטינענטל פונקט ווי אויף וועסט-קאוסט.
כמעט זיכער אז הרה"ק בעל מאור מ'סקולען איז געפארן מיט זיי קיין פאלם ספרינגס בשנת תשע"א (אזוי געדענק איך פונעם באגלייטן אין עירפארט, אבער די זכרון קען מישן נאך אזויפיל יארן)
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]

דארפסט ווען ווידמען אפאר שורות פאר די אייגנארטיגע גרינדער Sir Richard Branson
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינע קאווע »

יעצט זיי מיר מסביר וואסי פשט אז " בריטיש עירוועיס" באשרייבט Virgin Atlantic

העניוועי זייער הנאה געהאט
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 12:38 am
הערליך!!
שיינע זאך צו מאכן איין צענטראלע אשכול פאר אלע אוויאציע פוינט זיראוס
איין הערה, איך מיין אז ווירדזשין אמעריקע איז יא געפארן טראנסקאנטינענטל פונקט ווי אויף וועסט-קאוסט.
כמעט זיכער אז הרה"ק בעל מאור מ'סקולען איז געפארן מיט זיי קיין פאלם ספרינגס בשנת תשע"א (אזוי געדענק איך פונעם באגלייטן אין עירפארט, אבער די זכרון קען מישן נאך אזויפיל יארן)
יא מעגליך
אבער זייער עיקר פאוקס ווי אויך זייער האבס זענען געווען אין מערב אמעריקא
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

פיינע קאווע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 5:21 am
יעצט זיי מיר מסביר וואסי פשט אז " בריטיש עירוועיס" באשרייבט Virgin Atlantic

העניוועי זייער הנאה געהאט
עכט איז ער אל על...
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול

צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 130$
קומט אין אישי.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ראטשילד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:10 am
פיינע קאווע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 5:21 am
יעצט זיי מיר מסביר וואסי פשט אז " בריטיש עירוועיס" באשרייבט Virgin Atlantic

העניוועי זייער הנאה געהאט
עכט איז ער אל על...
דיין זכרון ארבעט
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

סובסקרייבד! כ'האב געזען אין אפלאודען אשכול אז עפעס קומט, כ'האב נישט געוואוסט וואס..
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

LaGuardia Airport

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

LaGuardia Airport

LaGuardia Airport אדער ווי מען רופט עס אין קורצען LGA, טראגט איר נאמען נאכען געוועזענעם ניו יארק סיטי מעיאר Fiorello La Guardia.

די עירפארט איז געפענט געווארן אין 1939.

די עירפארט דינט אלץ אן האב פאר אמעריקאן און דעלטא עירליינס.

די עירפארט געפינט זיך אין East Elmhurst קווינס, נישט ווייט פון וויליאמסבורג.

די עירפארט געפינט זיך אויף דער GCP Grand central parkway.

LGA האט 2 ראנוועיס, איינס גייט אין 4/22 דיירעקציע און דער צווייטער 13/31.
ביידע זענען בערך 7000 פיס לאנג, צוליב די קורץ קייט קענען נאר קלענערע פליגערס לאנדען דארט
בילד

LaGuardia Airport האט נישט קיין בארדער קאנטראל גרעינץ. רוב פלייטס זענען פון אמעריקא, די געציילטע אינטערנאצינאלע פלייטס למשל פון מאנטריאל אדער טאראנטא גייען דורך די גרעינץ נאך אין קאנאדא, ווען זיי קומען דא אן קענען זיי גלייך ארויס שפאצירען.

LaGuardia Airport פלעגט אמאל האבען 4 טערמענאלס.

למעשה בויעט מען איבער אז C מיט D זענען געווארן איין גרויסע טערמענאל C.

למעשה איז דא יעצט 3 טערמענאלס וואס זענען ווי פאלגענד מיט זייערע לאגאס

בילדבילדבילד

טערמענאל A וואס ווערט אויך אנגערופען די Marine Air Terminal אדער בקיצר MAT ווערט היינט בשעת דער שורות ווערען געשריבען באנוצט בלויז דורך איין עירליין Spirit Airlines.

טערמענאל A איז די עלטסטע און ווייניגסטע פראכט פון אלע טערמענאלס צוליב וואס אלע אנדערע זענען דורך געגאנגען רענעוואציעס.

טערמענאל B ווערט באנוצט דורך אפאר עירליינס א שטייגער ווי אמעריקאן דזשעט בלוי און יונייטעד.

טערמענאל B איז א נייע טערמענאל וואס איז ממש לעצטענס געווארן גאר שיין איבערגעבויט. די טערמענאל איז צוטיילט אין 2 חלקים אדער ווי מען רופט עס אין ענגליש Concourses. די East חלק וואס איז בלויז פאר אמעריקאן עירליינס, און דער West חלק וואס איז פאר אלע אנדערע עירליינס.

דערנאך איז דא טערמענאל C, די טערמענאל ווערט באנוצט בלויז דורך דעלטא עירליינס. די טערמענאל האט 4 חלקים אדער ווי גערופן אין ענגליש Concourses.

די טערמענאל איז אויך א גאר נייע אוו שיינע טערמענאל וואס איז ממש יעצט געווארן איבערגעפרישט.

דעלטא איז דער גרעסטע עירליין אין LGA. דערנאך קומט אמעריקאן עירליינס.

דא האט איר א ליסטע פון אלע עירליינס און וועלכע טערמענאל זיי באנוצען זיך.

1000138072_11zon.jpg
1000138072_11zon.jpg (233 KiB) געזען 743 מאל

LGA האט א רול וואס ווערט גערופען די 1500 Mile perimeter rule. וואס דאס מיינט אז א פליגער פון און צו דער עירפארט קען נישט פארן מער ווי 1500 מייל אויסער צו דענווער קאלאראדא אין אויסער אום שבת.

די סיבה פאר דעים איז ווייל זיי האבען נישט געוואלט אנלייגען דער עירפארט מיט צופיל טרעפיק, ווי אויך האבן זיי געוואלט האלטען די לענגערע רוטס קיין JFK אדער נוארק.

נאך א סיבה איז ווייל סאיז שווער פאר די קורצע ראנוועיס צו האנדלען די פליגערס וואס פארן ווייט, וואס צוליב דעים ווערט עס דורכגעפירט מיט גרעסערע פליגערס, ווי אויך פליגערס מער אנגעפילט מיט גאז.

צוליב דער רול קענט איר נישט טרעפען קיין פליגערס פון LGA קיין לאס אנדשעלעס אדער אריזאנע.

בילד פון דער נייע טערמענאל

בילד
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 8:22 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22934
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

א פרישע קאפיטל פון בריטי מוז מען גלייך ליינען!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
עס וועט זיי נאך באַנק טאָן די נצחונות!

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 9:31 pm
א פרישע קאפיטל פון בריטי מוז מען גלייך ליינען!
אבער שוין
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10054
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין.

אויב איז דאס אזוי קליין, וואס פעלט ער אויס בכלל, אז 5 מינוט פון אים איז דער קעיניג JFK?

כ’מיין אז אלע עירליינס חוץ ספיריט פארן אויך פון JFK, ניין?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

@בריטיש עירוועיס די בילדער קומען עפעס נישט אריין געהעריג אויפן עפפ, ווי ליגן די בילדער?
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך און קלאר ווי אייביג
מאיבי תחכמני
שוואכע מענטשען נעמען נקמה
שטארקע מענטשען זענען מוחל
אינטעליגענטע מענטשען מאכן זיך נישט וויסענדיג

כתיבה וחתימה טובה
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

זייער שיין אין קלאר!

טערמינעל a זעהט אויס אביסל ווי די סטארידזש פון די שמש.... ווי מ'גייט באפמט מען אריין אין באקסעס אין און געשעפטן....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

שמייכל תמיד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:57 pm
@בריטיש עירוועיס די בילדער קומען עפעס נישט אריין געהעריג אויפן עפפ, ווי ליגן די בילדער?
1 אויף אייוועלט
1 אויף וויקיפידיע
די טערמענאל לאגא אויף דער עירפארט וועבסייט
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 7:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אלטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:30 pm
זייער שיין.

אויב איז דאס אזוי קליין, וואס פעלט ער אויס בכלל, אז 5 מינוט פון אים איז דער קעיניג JFK?

כ’מיין אז אלע עירליינס חוץ ספיריט פארן אויך פון JFK, ניין?
סאיז גארנישט אזוי קליין
סאיז פון דער 20 גרעסטע עירפארטס אין אמעריקע
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”