אמאזאן ביזנעס צום פארקויפן

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

משה11249
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 3:30 am

אמאזאן ביזנעס צום פארקויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11249 »

קודם כל לאמער אביסל אויסשמועסן פארוואס איך שרייב עס אפ דא און נישט נאר ארויסגעבן פאר ביזנעס בראוקערס.

איז די מעשה אזוי... ווייל איעדער וואס גייט אריינקוקון דערין גייט האבן פיפציג קשיות מיט תירוצים און די ברויקערס ארבעטן אויף קאמישען ממילא הייבן אן הויעך און ביז יענער זעט אז עס איז נישט אזוי גלאנציג ווי ער האט געמיינט הייבט זין אן א בעק ענד פארדס ,ממילא איז מיר מער ווערט צו נעמען די פאר שעה און ארויסשרייבן מיט די מערסטע דיטעילס וואס איז שייך אז נאר א גאר גאר אינטערעסירטער זאל קאנטאקטן.

ביטע פארשטיין אז מיין ציל איז נישט דא אויסצושמועסן קיין מיינונגן וויפיל עס איז ווערט אדער אויב עס איז א גוט געשעפט מיין ציל דא איז אז אויב שפירסטו אז דאס איז פאר דיר און די קענסט באצאלן און די רעינטזש, דאן לאזט מיר וויסן.


דעם געשעפט האב איך אנגעהויבן ארום 10 יאר צוריק און דאס איז פארקויפן אויף אמאזאן ברענדעט אייטעם'ס, פשוט פשט, געקויפט פון סופלייערס סחורה און פארקויפט אויף אמאזאן פאר א שיינעם פראפיט.

די אייטעם'ס איז נישט און א ספעציפישע קעטעגארי נאר ווי די מארק אפ מאכט סענס (בי מיר ארום 20% אז עס זאל בלייבן 10-15 נאך ריטורנס) קויפט מען.

איבער די יארן איז געווען צייטן וואס עס האט געמאכט ערגעץ צווישן 250 און 400 אלפים א יאר, ביז לעצנטס ווען איך בין ב"ה פארנומען געווארן מיט אנדערע געשעפטן און נישט געארבעט ווי מ'דארף איז עס היבש אראפ נענעטער צו די 150-200 רעינזש

קלאר צו מאכן אז ווי יעדער ווייסט גייען אמאזאן סעללערס אדורך שווערע צייטן אבער איך קען קלאר אנווייזן אז סיבה פארוואס דעס איז אראפ האט קיין שייכות נישט מיט דעם נאר פשוט מיט די פאקט אז פון ארבייטן א גאנצען טאג איז עס געווארן אזא סייד זשאב פאר מיר ווען גאנצעטע טעג גייט אדורך מיט מיר ספענדן אינטער א שעה אויף דעם.


סא, למעשה לאמיר קלאר מאכן וואס איך פארקויף דא....

און די ביזנעס וועלט איז אנגענומען אפצושאצן די ווערט ארום 4-5 מאל די פראפיט. ממילא לויט חשבון רעדט מען ערגעץ צווישן א מיליאן און א מיליאן א האלב.

למעשה איז דא היבש אנדערש ווייל איך פארקויף נישט קיין ביזנעס מיט א קלייענט ליסט, און איר דארפט נישט מיין אמאזאן אקאונט, ממילא איז עס מער א מהלך ווי אזוי צו מאכן געלט.

אזוי אויכעט נאכדעם וואס איך וועל ווייזען פונקטלעך וואס מ׳האט צו טאן קען זיך דיר דאכטן אז דאס…. קען איך דאך אליינס טאן. וואס איז דער חידוש.

פון די אנדערע זייט א יעדער בר שכל פארשטייט אז עס נעמט אסאך צייט פון ווען מפרובירט א נייע זאך ביז עס היייבט אן צו ארבעטן. און דא פארקויף איך דיר די גאנצע זאך מרישא ועד גמירא און די קענסטן אנהייבן היינט און זיין ביי א טאפ לעוועל און אפאר קורצע חדשים (געוואנדן ווי לאנג׳ עס וועט נעמען ביז די אמאזאן אקאונט איז אקטיוו)

איך האב געארבעט מיט מיין הויפט אקאונט אויך אן אנדערע נאמען וואס יענער האט מער נישט געוואלט עס זאל אנגיין (ב"ה נישט קיין פראבלעימען נאר יעער איז עלטער געווארן און געווארן אומבאקוועם דערמיט)
ממילא האב איך פארמאכט דעם אקאונט, ממילא אנשטשאט א P&L וועל איך געבן א ליסט מיט אייטעם'ס צו קענען זען פון וויפיל רווחים מען רעדט דא.

איז למעשה תכלית, איך וויל פאר דעם צווישן 250-350 אלפים געוואנדן וויפיל מען לייגט אראפ אפ פראנט און לאמיר קלאר שטעלן וואס די באקומסט פאר דעים

א. 1. א וועירהאוז וואלקינג דיסטנעס פון וויליאמסבורג פאר $3,300 אינקלאדינג יוטיליטיעס, אויפגעסעט מיט אלעם אן דארפן אריינלייגן א פעני
2. אן ארבייטער פאר $20 א שעה פארט טיים וואס טוט און א שעה וואס א צווייטער טוט און 3 שעה און ווייסט וואס ער האט צוטאן
3. א ווייבל וואס ארבעט אויף די שעה (קען ריקן מער אדער ווייניגער) וואס קען די זאך און העלפן זיך אריינטרעינען
4. אן ערל וואס טראגט און ברענגט אריין און ארויס אלע דיליוועריס פאר אפאר מאות א חודש


ב. העלפן אויפצוסעטן א אמאזאן אקאונט אויף דיין נאמען פון עפענען א קארפארעישאון ביז נאך אלעס מסדר זיין קען נעמען אפאר וואכן (אויב האסטו שוין א סעלער אקאונט קען מען גראד גיין צום נעקסטען סטעפ

ג. א פרייוועט לעבעל ברענד וואס האט געמאכט די לעצטע יאר $11,000 פראפיט מיט דעם וואס די דריי בעסטע אייטעם איז שוין נישט און סטאק און בכלל נישט אדווערטייזט, פון ריסטאקן אליינס בעפאר אנהויבן עדס קען עס גיין לכה"פ צו 30 אלפים

ד. בערך $10 אלפים ווערט פון די פרייוועט לעיבעל אייטעם'ס א חלק וואס גייט און א חלק וואס גייט נישט דערווייל אבער מיט עדס קען מען עס מאכן ארבעטן, די אייטעם'ס נישט און סטאק האט ארום 1000 ריוויאס און אנדערע איינס ארום 850 און אנדערע 200

ה. אויפגעסעטע ווערהאוז מיט אפיס, טישן, פאקן טישן, עירקאדיש,ן ארום $20 אלפים ווערט

ו. א ברענד וואס די קאמפעני לאזט נישט זייערע האלסעילערס פארקויפן מער ווי 10 שטיק אויף אמאל און אויך נישט אויף אמאזאן (זיי מאכן אבער נישט קיין פראבלעים פאר אמאזאן סעללערס, קיינמאל נישט געהאט קיין זאך פאר די לעצטע 8 יאר) למעשה האביך געטראפן אפער צווישן אלע ריטעילערס וואס געבן מיר סחורה און פון דעים אויב מען איז געסטאקט קען מען רעכענען ארום 3-4 אלפים א חודש

ז. די עיקר געשעפט די מהלך פון וואס איך קויף איין פון ווי איך קויף ווי אזוי מ'שיקט אין אלעס ארום, אז איינער וואס איז גרייט אריינצולייגן זיך ראשו ורובו קען ארויסנעמען דערפון גאר שיינע רווחים.
אני כשלעצמי בין אביסל שטארק קאנסערוואטיוו ממילא האב איך עס נישט גענימען צום נעקסטן שטאפל אבער איינער וואס קען אביסל מער פארנעמען קען דאס נעמען אסאך אסאך העכער. לדוגמא צו פארדינען $250,000 א יאר דארף מען קויפן צווישן 100-150K סחורה אויב איינער וויל גיין טאפעלט איז נישט עכט דא קיין אפהאלט, איך האט קיינמאל נישט געסטאפט קויפן ווייל ס'איז נישט געווען קיין אייטעם'ס ס'איז אלס געווען ווייל עס האט געריטשט נאמבער'ס וואס איך בין נישט געווען רויאיג צו דיעלן מיט.

ח. נאך א חלק מיט א 20 אלפים ווערט וואס איך וועל זאגן ווען מ'וועט האלטן דארט.

ט. א געוויסע פרישע חידוש מיט גאר א גרויסע פאטעציעל פאר ווער עס וויל זיך אריינלייגן דערין.

י. געוויסע אייטעם'ס קען איך צושטעלן פאר גאר גוטע פרייזן דורך די זאך מיט וואס איך באשעפטיג זיך יעצט

----

סך הכל

דאס איז נישט א זייטיגע זאך וואס קען ברענגן פעסיוו אינקאם דאס איז געהעריגער ארבעט פאר איינער וואס וויל זיך באמת אריינלייגן דערין און עס האט א גרויסע פאטענציעל.

אויב ווילט איר וויסן עפעס מער אדער די ביזט סתם נייגעריג אדער עס קען אפשר זיין אינטערעסאנט פאר איינעם ואס די קענסט דאן פרעג עס דא און איך וועל ענטפערן און דעם אשכול, אויב די ביזסט ערענסט אינטערעסירט אין דעם, דאן קום אין אישי.

נ.ב. אויב האסטו א קרוב/חבר/שכן ואס דו וואלסט געוואלט אריינשטעלן און ביזנעס און בארגען/אינוועסטן דאס געלט און איז גרייט צו ארבעטן פלייסיג, ביטע שיקט אים א לינק צו דעם אשכול צו זען אויב עס איז אים אינטערעסאנט און אויב יא דאן קומט און אישי

הצלחה רבה
משה11249
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 3:30 am

Re: אמאזאן ביזנעס צום פארקויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11249 »

אפאר אידן האבן געפרעגט די זעלבע שאלה ממילא וויל איך אויסקלארן

די ברענדעד אייטעם'ס האט נישט קיין שום קעטעגאריע נאר ווי איך קען ארויפלייגן 20-25% וועל איך קויפן

די אייטעם'ס און אות ו' איז און beauty & personal care
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: אמאזאן ביזנעס צום פארקויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

@עם הארץ
אפשר איז דאס פאר דיר?
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
צייט איז ווערדפול
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 3:29 pm
לאקאציע:גלות

Re: אמאזאן ביזנעס צום פארקויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט איז ווערדפול »

זאג דיין איקספירענס ווען אמעזאן פארהאקט ברענדס און ווי אזוי די געסט דיר אן עצה מיט דע אלע טויזענעטער אינווענטארי וואס די האסט דארט און ביי דיר און די ביסט פארהאקט

די פערצענט פראפיט איז אן די נייע low inventory fee און די placement fee אדער מיט ?

די פארקויפסט דיין אקאונט אויך ?
ר' איד הער מיך גוט אויס:
די טראכטסט פון דיר, און דיין חבר/שותף/קינד/ ווייבטראכט פון זיך....פינטל .

האלא וויפל אזייגער איז? יוא...ס'שפעט!
מחשבה מח
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:13 am

Re: אמאזאן ביזנעס צום פארקויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבה מח »

זייענדיג גוט באקאנט אין עמזאן, איז דיינע ווערטער זייער גוט משמע אז דיין ביזנעס איז ווערד אפשר צוואנציג טויזענט דאלער.

עס איז דא איין וועג וואס דו קענסט באקומען דערפאר אפילו א מיליאן דאלער.

קודם א שטיקל הקדמה. זייער אסאך געלונגע עמזאן סעלערס האבן פארקויפט זייער ביזנעס פאר גרויס געלט, אבער באקומען למעשה נאר א חלק פון דעם אפקויף סכום. פארוואס?

ווייל אלץ א חלק פון די סעיל האט מען געגעבן נאר למשל האלב פון די סעיל פרייז, סאבדשעקט אז ביז א יאר וועט מען געבן די איבריגע, אויב מען קומט אן צו א געוויסע אמאונט פון סעילס. ווייל אפשר איז די פאפירן אויפגעבלאזן אדער גייט עפעס געשען וואס זיי ווייסן נישט פארוואס דאס האט מצליח געווען אונטער די אלטע בעלי בתים.

ווי באלד עמזאן סעלערס האבן אנגעהויבן צו דערלייגן גרויסע געלטער משום גמה סיבות ווי באוואסט פאר אונז אלע וואס זענען אין די ליין. האבן טאקע אקאונטס געטראסקעט אין סעילס, ווען צום סוף האט מען נישט באקומען די געלטער וואס מען האט געמיינט אז מען גייט באקומען.

דאס זעלבע מיט דיין ביזנעס. דו שרייבסט ווי סוקסעספול דאס איז. עס איז פונקט גוט פאר פאנטאזיע. די פאקט ווייזט אז כמעט אלע עמזאן סעללערס זענען גוט אין דער ערד. ווען דיינס איז נישט קיין אויסנאם.

אבער איין אפציע האסטו, פארקויף עס פאר די ריכטיגע ווערד לשיטתך פאר א מיליאן דאלער, סאבדשעקט אויב עס קומט טאקע אן צו די גאלדענע נומערן וואס דו האלטסט עס גייט אנקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”