דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 2:11 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:00 am
פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:23 am
איינפאכער איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:05 pm
דברי הרה"ג ר' ברוך קאפלאן זצ"ל
מנהל בבית יעקב לבנות, באמעריקע - א' מגדולי בעלי המוסר
(א ווארט ביי ווארט איבערזעצונג פון א טעיפ , ווי ער דערציילט באריכות די גאנצע געשיכטע ווי ער איז געווען איינער פון די איבערלעבער פון דעם באוואוסן פאגראם אין חברון אין יאר תרפ"ט)

די צייט וואס איך בין געווען אין חברון איז אויך אויסגעפאלן דאס וואס עס זענען נעבאך אומגעקומען אן ערך פון עטליכע און צוואנציג ישיבה לייט גרויסע תלמידי חכמים און נאך פערציג מענטשן פון די אנשי העיר, וואס די וועלט רופט עס "די פרעות פון חברון" [די חברון פאגראם].

האב איך געוואלט באצייכענען דא א טעות וואס איז אריין געגאנגען אין דער וועלט, א געוואלדיגן טעות, א מורא'דיגע טעות, אז די וועלט האט אנגענומען אז די חברון'נער אראבער זענען געווען רוצחים און זיי האבן באפאלן די יודן מחמת רציחה, מחמת שלעכטקייט. אבער אויב מען וועט אויסגלייכן די ידיעות איז דאס באמת נישט ריכטיג. אוודאי אן אראבער איז אן אראבער, ער איז נישט קיין יוד, אבער זיי זענען געווען זייער פריינטליכע אראבער, די יודן האבן געלעבט מיט זיי זייער פריינטליך, די גוים האבן געארבעט פאר די יודן, און מ'איז געווען צופרידן, עס איז געווען רואיג.

א דוגמא ווי ווייט רואיג עס איז געווען צווישן יודן און די אראבער, למשל איך האב געהאט א מנהג, בערך א מייל-צוויי לעבן חברון איז געווען א בוים וואס עס איז מקובל אז די בוים איז געווען די אשל אברהם, וואו אברהם [אבינו] האט אויפגענומען די מלאכים, האב איך געהאט א גרויסן הרגש פון צייט צו צייט צו גיין באזוכן דעם בוים, (מובא בחוט המשולש תולדות מרן החת"ס שאכן מקובל שזה הי' של א"א) ספעציעל אין זומער צייט ווען ס'איז ווארים. דארט איז אבער נישט געווען קיין ישוב, ס'איז געווען יעדע 5-7 בלאק אן איינצעלנע הויז, איך פלעג אביסל רעדן מיט זיי, מ'האט זיך פארשטאנען מיטן וואונק [נישט קענענדיג דעם אראבישן שפראך].

קיינער אין ישיבה האט מיר נישט געזאגט גיי נישט אונטערן שטאט, ס'איז א סכנה, "אראבער!". ס'איז נישט איינגעפאלן, אזוי פריינדליך האט מען געלעבט מיט די אראבער.

אויך האב איך געזען א בריף פון גערער רבי'ן, אין יענע יארן שרייבט ער אז ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, אזוי ווי ס'האט אנגעהויבן ווערן א באוועגונג, אז מען וויל אוועקפארן פון פוילן קיין ארץ ישראל, האט ער געוואלט זען וואס פאר א סארט פאלק דער אראבער איז, ווי אזוי צו ראטן די מענטשן, צו מען זאל יא פארן אדער נישט פארן, שרייבט ער דארט אין דעם בריעף אז דער אראבער איז זייער א פרידליכע פאלק, און א פיינער פאלק.

דערפאר וויל איך זאגן אז ס'איז אריין א געוואלדיגע גרייז אין דער וועלט אז די חברון'ער אראבער זענען געווען גרויסע רוצחים, און באפאלן די יודן. מעשה שהי' לא כך הי', נאר וואס דען? וועל איך אייך - ביי דעם געלעגנהייט - זאגן מעשה שהי'.

די מעשה איז אזוי, די היינטיגע ציונים די רשעים, איז שוין דעמאלטס אויך געווען די זעלבע זאך אזוי ווי היינט, זיי האבן געקערט די וועלט דארטן, אזוי ווי היינט מאכן זיי ביטערע אומגליקן ביי די מלחמות מיט די אראבערס, ס'איז שוין אומגעקומען אזויפיל יודן זאל דער אויבערשטער אונז אויסהיטן, דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז. דעמאלסט אויך זענען זיי ארויס געגאנגען איין מאל מיט א לאזונג אז דער כותל [המערבי] איז א יודישע נאציאנאלע אייגנטום, די אראבער געווענטליך האבן געהאלטן פארקערט, אז שוין 1100 יאר איז דאס זייערע. וואס קען מען טאן, מיר זענען דאך אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצנו, אבער עס האט זיך אנטוויקעלט די ציוניסטישע באוועגונג, זענען געקומען די פוסטיאקעס די אלע שווארץ יארן, האבן זיי געזאגט "די כותל איז אונזערע", (עס איז בכלל א קשיא וואספארא שייכות האבן זיי צו די מקומות הקדושה). איז געווארן א גרויסע ויכוח אין די צייטונגען. און דערנאך האבן זיי געוואלט מאכן א מקום קבוע צו דאווענען, (כאטש אז זיי האבן אזא שייכות צום דאווענען אזוי ווי גרון [דער דעמאלסדיגער רב הראשי] האט א שייכות צום דאווענען, ער גייט אויפן מקום המקדש מאכן א מנין), צו ענטעגענייזן [רייצן] די אראבער און צוביסלאך מער אריינקריכן, און ס'האט צוגעברענגט צו סכנת נפשות.

ר' יוסף חיים זאנענפעלד האט זיי געבעטן ברחמים "לאזט אפ!", ס'איז גענוג אז די אראבער טוען א חסד און לאזן אונז קומען דאווענען, אבער אויף א קביעות האבן מיר קיינמאל נישט געהאט קיין חזקה, עס איז נישט אונזער ארט, ס'איז זייער ארט עד ביאת גואל צדק, אבער זיי האבן נישט געפאלגט, זיי האבן געמאכט א גרויסע אסיפה, אין ירושלים מ'האט געזאגט אז ס'איז געווען 10,000 מענטשן, אויסצורופן אז ס'איז פאר די יודן, און זיי רופן זיך יודן (כאטש דער חפץ חיים שרייבט אז זיי זענען נישט קיין יודן, די ציונים זענען זרע עמלק), איינער פון די רעדנער איז געווען דער רב הראשי האט ער אויסגערופן אזוי: "שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד", דאס איז געווען אין אלע צייטונגען. האט זיך צוהיצט און צופלאקערט צווישן די ציונים און די אראבער, השם ירחם.

דערנאך, איינמאל, מ'איז געזיצן אין חברון און געלערנט, זעען מיר אין שטאט לויפן ארום בויעס [יונגאטשן] מיט קורצע אפגעשניטענע הויזלעך און מיט געווער מיט בייסעקלס און מאטערסייקעל'ס, און לויפן ארום אין די הויפט גאסן אין חברון אהין און צוריק, פון די געווער האט מען זיך דערשראקן, וואספארא מעשה? מער פעלט דא נישט.

בקיצור, האט מען געשיקט רופן אט די חברה, צום ר' משה מרדכי [עפשטיין, דער משגיח אין חברון'ער ישיבה], און זיי האבן נישט געוואלט קומען, מען האט געמוזט גיין צו זיי, האט מען זיי געפרעגט, פאר וואס קומט איר? מה ראו על ככה? וואס טוט איר דא? ס'פעלט אונז אויס? איר וועט [דאך דערמיט] אויפרייצן די אראבער! ס'רייצט זיך שוין אזוי אויך!. האבן זיי געענטפערט, מיר קומען אייך פראטעקטן [שוצן]. האבן מיר געזאגט, געוואלד! רחמנות!, און זיי האבן נישט געוואלט אוועקגיין, ביז וואנען ס'איז געווארן צו שפעט.

ביז ווען די פירער פון די אראבער האבן אויפגעקליבן פון אסאך דערפער גרויסע מאסן'ס פון אראבער דארט, (און ווי געווענטליך פארשטייט זיך די צוואנציג קאווערדס [שוואך כאראקטערדיגע מחוצפים] זענען אנטלאפן, זיי האבן ארויסגעכאפט זיך), און ס'שוין געווען שפעט, זיי האבן זיך ארגענעזירט, זייער מופטי האט געזאגט א גרויסע רעדע פאר זיי, זיי האבן געמיינט אז פרייטיג צונאכטס קומט די גאנצע ישיבה דאווענען, וועלן זיי אריינקומען אנפאלן די גאנצע ישיבה און אטאקירן.

איי די ישיבה איז אליין געגן די ציונים, און געגן די פאסקודניאקעס, געגן די אלע זאכן. אבער די אראבער ווייסן דאך נישט, לא ידעו להבחין. האבן זיי געקומען, ס'איז געווען א גרויסער קרבן
א עולה תמימה, ר' שמואל ראזנהאלץ. ווען ס'איז שוין געווען א טומל אין שטאט זענען אלע געבליבן אינדערהיים, אבער ער איז געווען א גרויסער מתמיד, א מורא'דיגער מתמיד, ער האט געקענט לערנען 80 בלאט גמרא א טאג, האבן זיי איהם געטראפן און זיי האבן בעונותינו הרבים [הגר"ב ז"ל צואוויינט זיך:] גע'הרג'עט און פארגאסן זיין בלוט אויף די אפענע גמרא וואס ער האט געלערנט. די פאליציי האט דאן אריינגעמישט זיך אין אווענט און ס'האט זיך אביסל איינגעשטילט.

אויף מארגן אינדערפרי פארטאג האבן מיר געהערט ווי עס טומלט זיך אין שטאט, און וואס מערער אלץ האט מען געהערט קולות וברקים, און איך בין געווען צוזאמען מיט נאך איינעם, מיט אברהם אושפענער, האבן מיר געוואוינט אין א דירה געדונגען ביי א יוד, וואס ער האט געהאט געדונגען א גאנצן אפארטמענט ביי אן אראבער, ס'איז געווען 3 שטאק, מיר זענען געווען אויף'ן אויבערשטן שטאק, און אזוי ווי ס'איז געווען גרויסע געשרייען אין שבת, מ'האט געזאגט וידוי, האב איך געהאט פארשידענע מחשבות דאן... אבער אז מען האט געהערט אז מען קלאפט זייער שטארק ביי אונז אין טיר אונטן, א לענגערע צייט נאכער האבן מיר אויסגעפונען וואס איז געווען די קלאפערייען טיר, אז אבוסאלא דער אראבער האט זיי נישט געוואלט אריין לאזן ווייל ער האט געוואוסט אז זיי גייען אויף רציחה, זיי זענען אויפגעהעצטע, און ער האט נישט געוואלט, אזוי איז אויך געווען אין אסאך ערטער וואס די אראבער האבן נישט אריינגעלאזט, קוים קוים האט ער אויסגעהאלטן א פאר שעה, נאכער האט דער אויבערשטער געהאלפן און
ס'איז געווארן שטיל, סיי ביי אונז האט מען נישט געקלאפט און סיי אין שטאט. – ס'איז געווען 65 מענטשן נעבאך קדושים וטהורים וואס ס'איז שוין געווען לאחר המעשה...!!!, אבער די אנדערע חלק פון שטאט רוב רובם זענען געראטעוועט געווארן.. .

פארוואס פארצייל איך די מעשה דא, איך האב געוואלט דאס זייער שטארק מפרסם זיין, וואס די ציונים די רשעים - זייער טאטעס און די היינטיגע - האבן אונז אנגעטון צרות, רק אין יראת אלקים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי, זאגט דאך די הייליגע תורה אז אן יראת שמים איז רציחה פשוט, און דאס האבן זיי געטאן א מעשה פון אזוי פיל יארן עד היום הזה, זיי האבן קאאפערירט מיט די נאציס, ווי ס'איז באשריבן אין די ביכער אז זיי זענען געווען שותפים מיט די נאציס, (אויסער דעם ענין וואס די חז"ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו), זעקס מיליאן יודן זענען אומגעקומען ווי די גמרא זאגט אין כתובות אז אל תמרדו באומות ואל תעלו בחומה דריי שבועות האט דער אויבערשטער משביע געווען, און אז איר וועט נישט היטן די שבועות הריני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה, און ס'איז נתקיים געווארן אויף אט די זעקס מיליאן יודן, דורך די נאציס [צוזאמען] מיט די זרע עמלק (דער חפץ חיים שרייבט [מובא בכתבי הר"ר אלחנן וואסערמאן הי"ד] אין סוף ספר קובץ הערות [מאמר אומר אני מעשי למלך] אז די ציונים זענען זרע עמלק), דורך די עבירות וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם גאנצן כלל ישראל נאך די ציוניסטישער שמוץ און דער ציוניסטישער געדאנק, און אויך בפועל ממש געווען שותפים צו די
[רוצחים].

ר' משה שאהנפעלד שרייבט אין א קונטרס, אז ער איז אמאל געקומען צום חזון איש נאך ווי עס האט אויסגעבראכן די מדינה, די אראבער פלעגן פון צייט צו צייט באפאלן יודן, איז יענער געקומען און געזאגט: אוי רבי! איר האט געהערט? עס גייט אדורך עטליכע חדשים, יעדע פאר טעג פאלט א קרבן פון די יודן, אוי וויי אוי וויי, וואס טוט זיך דא ? האט אים דער חזון איש געזאגט: מיין טייערע ר' משה שעהנפעלד! איר זענט גערעכט, אבער עס וואונדערט זיך מיר אויף אזא בר דעת ווי איר זענט. אודאי, עס זענען אין די לעצטע פאר חדשים געווען עטליכע צענדליגע נפשות און יעדער נפש אחת מישראל איז אן עולם מלא. אבער דא שטייען דאך די ציונים, די מדינה, די רשעים, זיי נעמען און שמד'ן אפ יודן, קינדער, הונדערטער טויזענטער אלע טאג, דאס זאל ווייטאן! אזא גזירת השמד וואס מען שמד'ט אפ הונדערטער טויזענטער יודן, און חז"ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, דאס האט ער איהם געזאגט.

נו, זינט דער חזון איש האט דאס געזאגט איז שוין אסאך יארן אדורך ועד היום הזה. ווי למשל ווען איך רעד דא יעצט, האט מיר איינער געוויזן א צייטונג, א שרעקליכע זאך, אז עס איז דא א מענטש, ער רופט זיך א בריסקער, ווייס איך צו ער איז טאקע א בריסקער? ער איז א קליינע מענטש און א גרויסע שגץ, א רוצח, האט ער גענומען איצטער באליידיגן אמעריקע, דער פרעזידענט רעיגן, מיט א חוצפה וואס עס כאפט ממש א פחד, עס איז נאך אזוי נישט געהערט געווארן. עס קען חלילה ברענגען שמדיות, די אראבער קענען זיך אויפכאפן, און די דריי מיליאן יודן זענען אלע אין סכנת נפשות.

וואס גייט אן אזא מנובל? אז די אראבער האבן געהאט אין באגדאד א רעאקטאר, גייט דער רשע צוברעכט עס. דו ווייסט דאך אז עס איז סכנת נפשות פאר אלע יודן, אבער וואס גייט אים אן? ווייל ער וויל ווערן מיניסטער פרעמיער, א שווארץ יאר, קוקט ער נישט אויף גארנישט.

די גמרא זאגט אז א קוואל פון וועלכע דו האסט געטרונקען וואסער זאלסטו נישט אריין ווארפן א שטיין, דו פארעך איינער! דו פארעך בעגין! לעבסט אינגאנצן פון אמעריקע, דו מיט דיין פאסקודנע פינסטערע מדינה! ווען נישט אמעריקע וואלסטו נישט געהאט קיין קיום, די גאנצע כח קומט פון אמעריקע, זיי גיבן אייך אלעס, זיי גיבן אייך געווער און אלעס! גייסטו, דו חצוף איינער, ווייל דיר געפעלט נישט, ווייל דיר פאסקודניאק געפעלט נישט זיין פאליטיק. - און די גאנצע זאך קען ארויסרופן צארן ביי די אראבער. סוף כל סוף איז דאך דא הונדערטער מיני אראבער, און רוסלאנד שטייט אויף זיין זייט. - קוקט ער נישט אויף די אלע זאכן, זיין כבוד און זיין פאליטיק פירט איהם אפילו עס זאל קאסטן הונדערטער און טויזנטער אידישע נפשות.

און מיט וועמען, רבותי, האט מען זיך דא פארבונדן? אנדערע מענטשן, טאקע פון די רעליגיעזע האבן געזאגט, "התאהבנו בבגין"! מיר האבן זיך פארליבט אין בעגין! עס כאפט א פחד! ער איז דאך געווען דער ראש המסיתים ומדיחים, דער ראש הכופרים, און א מסית ומדיח איז דער דין "לא תשמע לו, ולא תאבה לו ולא תחמול עליו, וגו'". פינף לאווין זאגט רש"י. דאס איז א יחיד'יגער מסית, ווען ער האט צוגערעט איין מענטשן, טאר מען נישט ליב האבן.

היינט, א מאסן מסית ומדיח, א רוצח, א רשע, א ראש הכופרים, פון די מדינה, וואס האט אומגעברענגט די תימן'ער יודנטום, די מאראקאנער יודן, און נאך אסאך ספרדישע, עס איז געווארן פון זיי ציונים און פוסטאקעס, אראפגעפירט פון תפילין, פון תורה. שרייבט איינער פון די רעליגיעזער פארטיי, "התאהבנו בבגין"?! ווי קען מען ליב האבן א מסית? איר האט געהערט??? צו אזא מצב אנקומען? השם ירחם עלינו !

...מען האט טאקע געהאלטן ביי אן אנדער ענין, אבער דאס הארץ טוט וויי, כי יחם לבבי, האב איך געוואלט אויסנוצן די געלעגנהייט צו זאגן, מען זאל וויסן אז השם ירחם עלינו, ומה עוללו לנו הציונים הרשעים הארורים האלו! מען דארף צו וויסן אז עס איז פארהאן א טעות אין דער וועלט, מען מיינט אז די אראבער האבן דאס געטון, זאל מען וויסן אז די גאנצע זאך וואס די אראבער זענען געווען אין כעס אויף אונז האבן זיי [די ציונים] געמאכט. ווייל די אראבער זענען געווען א פרידליכן פאלק. בין איך אן עדות, מיר האבן געלעבט מיט זיי אין חברון מיט א פרידליכקייט. גיבט א קוק אין די בריווען פון גער'ער רבי'ן אז די אראבער זענען געווען פרידלעך. און פון די היסטאריע זעט מען אויך אזוי אז אלע פאגראמען זענען געווען בעיקר אין איירופע, די הלכה איז בידוע אז [נאר] "עשו" שונא ליעקב, די אראבער זענען געווען פרידליך אלע דורות.

ווער האט דאס געמאכט אז זיי זענען פיינטליך יעצט? די ציונים ארורים! מיר ווייסן דאך הבא להרגך השכם להרגו, די אראבער זענען געזיצן דארט עלעף הונדערטער יארן, (און מיר זענען דארט געווען אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצינו), קומען יעצט בכח ובזרוע און ווארפן זיי ארויס, הרג'ענען, צובאמבען, צובוטשערן זיי, עד היום הזה אין לבנון, מיט די עראפלאנען וואס זיי האבן פון אמעריקע, מעקן זיי אויס גאנצע דערפער.

זאל מען וויסן ווער די רוצחים זענען, זיי -די ציונים- זענען די גרעסטע רוצחים וואס די וועלט פארמאגט, זיי האבן זיך אנגעטשעפעט אויפן כלל ישראל און לאזן נישט לעבן ברוחניות און נישט בגשמיות.
זאל שוין יעדער מתפלל זיין, אז השם ירחם עלינו !
רעקארדירונג ביטע?

וויכטיג.

https://drive.google.com/drive/folders/ ... drive_link
טרער 1 צום סוף הייבט זיך אן די אנהייב פון די טעקסט.

טרעק נומער 3 איז די צווייטע האלב.

טרעק 2 האב נישט קיין שייכות אהער, ביטע איבער שטעלן ווייל ספעלט די עיקר פונעם שמועס.
שוין לאנג איבערגעלייגט (נישט געוואוסט אז מען האט עס שוין געדאונלאודט)
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

קונטרס אז נדברו

025.png
025.png (47.8 KiB) געזען 2754 מאל
במסירות נפש נילחם נגד כל פשרה בגזירת הגיוס!

לא למכסות! ולא ליעדים!

◄ לא נוותר אפילו על נפש אחת מישראל!!! ►
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

הרב רובין (רב הר נוף - מחבר ספר אורחות שבת ושא"ס)
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (63.35 KiB) געזען 2483 מאל
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6793
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פון JD Media
קרית צאנז - דעם יו"ט פורים ביי דער בגילופין טיש האט האדמו"ר מצאנז משמיע געווען דברות קודש בעניני השעה איבער די מצב אין ארץ ישראל, דער רבי האט גערעדט איבער דעם וואס מיט אלע טעכנאלאגיעס וואס די מיליטער האט געהאט איז געווען א בחינה פון ואלילים כרות יכרתון צו ווייזן פאר אלע אידן אז אין עוד מלבדו, אזוי אויך האט זיך דער רבי באצויגן צו די איינגייענדע שנאת ישראל וואס מען זעהט אין די קארידארן פון די יו.ען. ווי די פארשטייער פון אלע לענדער שטעלן זיך צו צו די ישמעלים, דער רבי האט זיי אנגערופן די שליחים לדבר עבירה פון אלע שונאי ישראל איבער די וועלט.
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

מרן הגר"י זילברשטיין נשאל בעקבות המצב הבטחוני והאיומים הגדולים של שונאי ישראל, במה להתחזק והאם יש מקום לפחד. מרן השיב: "שמירת השבת מביאה שמירה על כל אחד ואחד בישראל, לא כתוב בתנאי זה או בתנאי זה. דבר ראשון ללמוד הלכות שבת, דבר שני לא לדבר דברי פוליטיקה ושאר דברי חולין בשבת"
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6793
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צפת דאמעריקא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:27 am

זייער שיין, דער אויבערשטער זאל טאקע העלפן.

אינטערסאנט דער שואל האט יא געהאלטן אז ס'איז דא מקום לפחד, איך פארשטיי נישט זיין הו"א.

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:53 am

אין ארץ ישראל איז שטארק אנגעצויגן די מצב

צפת דאמעריקא האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 03, 2024 10:31 pm
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:53 am
צפת דאמעריקא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:27 am
מרן הגר"י זילברשטיין נשאל בעקבות המצב הבטחוני והאיומים הגדולים של שונאי ישראל, במה להתחזק והאם יש מקום לפחד. מרן השיב: "שמירת השבת מביאה שמירה על כל אחד ואחד בישראל, לא כתוב בתנאי זה או בתנאי זה. דבר ראשון ללמוד הלכות שבת, דבר שני לא לדבר דברי פוליטיקה ושאר דברי חולין בשבת"
זייער שיין, דער אויבערשטער זאל טאקע העלפן.

אינטערסאנט דער שואל האט יא געהאלטן אז ס'איז דא מקום לפחד, איך פארשטיי נישט זיין הו"א.
אין ארץ ישראל איז שטארק אנגעצויגן די מצב
ידעתי בני ידעתי, און אידן איבער די וועלט זענען באזארגט און מתפלל.

איך בין נאר נייגעריג צו דער שואל האט געקלערט פאר איין רגע אז דער מרן גייט אים ענטפערן אז יא, האב ווייטער מורא.

עפעס א מאדנע פראגע דאס אין מיינע אויגן.
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

745DB6F0-D81F-4509-944E-F1E8BCA3C536.jpeg
745DB6F0-D81F-4509-944E-F1E8BCA3C536.jpeg (131.99 KiB) געזען 1311 מאל
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6793
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אורח חדש האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:54 pm
פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:59 pm
askan1 האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:07 pm
הרב הגאון אדמו"ר מקאסאן פארשעי שליט"א

845-286-1021

1
איינער קען דאס לינקען

ביטע, ביטע, ביטע
אדמו''ר מקאסאן פארשעי ר''ח חשון פ''ד
איינער קען עס איבערלייגן?
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6793
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אורח הכבוד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 5:58 pm
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 12:03 am
קרייסלער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 12:00 am
כ"ק אדמו"ר באבוב שליט"א האט ביים ראש חודש טיש ארומגערעדט פונעם מצב אין ארץ ישראל און בתוך דבריו געזאגט אז מ'דארף וויסן אויף וואס צו מתפלל זיין אבער נישט מתפלל זיין אז די ישועה זאל קומען דורך די ציניסטישע מיליטער
שכח, רעקארדירונג ביטע
דברות קודש פון האדמור מ'באבוב שליט"א אויף די מצב המלחמה אין ארה"ק: אינז זע'מיר נישט מתפלל אז די "צבא" זאל מנצח זיין... געב א קוק אן וואס פאר א פנים זיי האבן אין די וועלט אריין...
דברות קודש פון האדמור מ'באבוב שליט"א
ס'זאגט מיר איינער אז אדער אין די שמועס אדער אין אן אנדערע שמועס אין די תקופה, האט די רב זז"ג אנגעזאגט פאר די בחורים ווועלכע לערנען אין ארה"ק אז זיי זאלן לערנען דעם ספה"ק ויא"מ ווייל ס'איז וויכטיג פאר זיי.

איינער האט דאס?

ביטע אהערשטעלן די רעקארדירונג אדער עכ"פ די טעקסט דערפון.

א דאנק

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:27 am

עימיצער האט מיר דאס געשיקט אין אישי, ותשואות חן חן לו. ס'איז טאקע נישט פארגעקומען ביי די איצטיגע קריג אבער איך שטעל עס דא אהער למען ידעו דור אחרון.
https://archive.jdn.co.il/j_world/1504355/
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 6:07 am

ס'איז געבלאקט ביי מיר, שייך עס ארויפצולייגן?
די סימפאטיע צו די מדינה הטמאה וואס ליגט אין די שורות פון די נייעס רעפארטער אויף אייוועלט, איז א געפערליכע פראבלעם.

מיין זיצן אויף אייוועלט איז סאך א גרעסערע.

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 8:42 am

משומר העט דיר עס עפענען

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:00 am

איך האב נישט משומר (די לעכער פון זייער פילטער זענען צו ברייט)
כ'וועל מיך שוין אנייצע געבן

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:02 am

"לא מבקש שתהיו חסידי סאטמאר": ההוראה המפתיעה של האדמו"ר לבחורים מישראל

כ״ה בניסן תשפ״א – אפריל 7, 2021

קבוצת בחורים חסידי באבוב שלומדים בישיבת החסידות בישראל נכנסו להיפרד מכ"ק האדמו"ר שליט"א לאחר שחגגו בצלו את חג הפסח. האדמו"ר שאלם באופן חריג האם הם לומדים את ספריו של הרבי בעל ה'ויואל משה' כשנענה בשלילה אמר כי הם צריכים לקבוע סדר לימוד בספרים הללו
קבוצה גדולה של בחורים מישבת חסידות באבוב בישראל שחגגו את חג הפסח האחרון בצל כ"ק האדמו"ר שליט"א בבית המדרש הגדול שבשכונת בורו פארק שבארצות הברית נכנסו במוצאי חג שביעי של פסח לקבל את ברכת האדמו"ר לקראת חזרתם ארצה.

ל'חדשות JDN' נודע כי קבוצת הבחורים הלומדת בישיבת החסידות בישראל נכנסו בשעות המאוחרות של מוצאי יום טוב בכדי להתברך מהאדמו"ר ולהיפרד ממנו, להפתעתם האדמו"ר הביט בהם ושאלם, "אתם לומדים בספר 'ויואל משה' על הגאולה ועל התמורה של האדמו"ר מסאטמאר?".

קבוצת הבחורים הופתעה והשיבו בשלילה. כ"ק האדמו"ר מבאבוב הביט בהם בעיניים רכות ואמר להם, "אינני מבקש ממכם שתהיו חסידי סאטמאר, אבל זה כן אבקש ממשכם – שתקבעו סדר לימוד קבוע בספר זה".

קבוצת הבחורים כבר הספיקה מאז לחזור ארצה, ואכן מידי יום הם קבעו סדר לימוד חדש ומיוחד בהיכל הישיבה של החסידות בבית ים, כאשר עוד ועוד בחורים מצטרפים למעגל לימוד זה.

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:07 am

זייער זייער אינטרעסאנט.
ס'פשט?
די סימפאטיע צו די מדינה הטמאה וואס ליגט אין די שורות פון די נייעס רעפארטער אויף אייוועלט, איז א געפערליכע פראבלעם.

מיין זיצן אויף אייוועלט איז סאך א גרעסערע.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:09 am
פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:07 am
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:02 am
פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 9:00 am
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 8:42 am

ס'איז געבלאקט ביי מיר, שייך עס ארויפצולייגן?
משומר העט דיר עס עפענען
איך האב נישט משומר (די לעכער פון זייער פילטער זענען צו ברייט)
כ'וועל מיך שוין אנייצע געבן
"לא מבקש שתהיו חסידי סאטמאר": ההוראה המפתיעה של האדמו"ר לבחורים מישראל

כ״ה בניסן תשפ״א – אפריל 7, 2021

קבוצת בחורים חסידי באבוב שלומדים בישיבת החסידות בישראל נכנסו להיפרד מכ"ק האדמו"ר שליט"א לאחר שחגגו בצלו את חג הפסח. האדמו"ר שאלם באופן חריג האם הם לומדים את ספריו של הרבי בעל ה'ויואל משה' כשנענה בשלילה אמר כי הם צריכים לקבוע סדר לימוד בספרים הללו
קבוצה גדולה של בחורים מישבת חסידות באבוב בישראל שחגגו את חג הפסח האחרון בצל כ"ק האדמו"ר שליט"א בבית המדרש הגדול שבשכונת בורו פארק שבארצות הברית נכנסו במוצאי חג שביעי של פסח לקבל את ברכת האדמו"ר לקראת חזרתם ארצה.

ל'חדשות JDN' נודע כי קבוצת הבחורים הלומדת בישיבת החסידות בישראל נכנסו בשעות המאוחרות של מוצאי יום טוב בכדי להתברך מהאדמו"ר ולהיפרד ממנו, להפתעתם האדמו"ר הביט בהם ושאלם, "אתם לומדים בספר 'ויואל משה' על הגאולה ועל התמורה של האדמו"ר מסאטמאר?".

קבוצת הבחורים הופתעה והשיבו בשלילה. כ"ק האדמו"ר מבאבוב הביט בהם בעיניים רכות ואמר להם, "אינני מבקש ממכם שתהיו חסידי סאטמאר, אבל זה כן אבקש ממשכם – שתקבעו סדר לימוד קבוע בספר זה".

קבוצת הבחורים כבר הספיקה מאז לחזור ארצה, ואכן מידי יום הם קבעו סדר לימוד חדש ומיוחד בהיכל הישיבה של החסידות בבית ים, כאשר עוד ועוד בחורים מצטרפים למעגל לימוד זה.
זייער זייער אינטרעסאנט.
ס'פשט?

גראדע דעמאלט געהערט פון א באבובער חסיד אז די מעשה איז היפש איבערגעטריבן, ער האט זיך עס ס"ה אנגערופן בדרך אגב וכו'.

אבער איך זעה נישט די פלא דערין, אויב האלט ער (ווי זיין זיידע בעל קדושת ציון זצ"ל) אז ציונות ואביזרייהו איז כפירה, און עס איז נישטא קיין באבובער ספר אויף דעם, פארוואס זאל ער נישט ממליץ זיין צו לערנען ספה"ק ויואל משה?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6793
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:55 am
גראדע דעמאלט געהערט פון א באבובער חסיד אז די מעשה איז היפש איבערגעטריבן, ער האט זיך עס ס"ה אנגערופן בדרך אגב וכו'.
נו וויאזוי דען איז די מעשה געווען?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 11:18 am
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:55 am
גראדע דעמאלט געהערט פון א באבובער חסיד אז די מעשה איז היפש איבערגעטריבן, ער האט זיך עס ס"ה אנגערופן בדרך אגב וכו'.
נו וויאזוי דען איז די מעשה געווען?

ער האט זיך עס אנגערופן דרך אגב אינמיטן א שמועס, און מיט א שמייכל מער בדרך צחות.

פונעם באריכט קוקט אויס ווי ער האט געהייסן מאכן א חבורה אין ישיבה צו לערנען ספה"ק ויואל משה, ס'איז נישט ממש אזוי.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6793
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דברי אדמורי"ם רבנים וגדולי הדור משפיעים שליט"א אודות המצב בארה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 11:21 am
פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 11:18 am
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:55 am
גראדע דעמאלט געהערט פון א באבובער חסיד אז די מעשה איז היפש איבערגעטריבן, ער האט זיך עס ס"ה אנגערופן בדרך אגב וכו'.
נו וויאזוי דען איז די מעשה געווען?

ער האט זיך עס אנגערופן דרך אגב אינמיטן א שמועס, און מיט א שמייכל מער בדרך צחות.

פונעם באריכט קוקט אויס ווי ער האט געהייסן מאכן א חבורה אין ישיבה צו לערנען ספה"ק ויואל משה, ס'איז נישט ממש אזוי.
כ"ק האדמו"ר מבאבוב ה ביט בהם בעיניים רכות ואמר להם, "אינני מבקש ממכם שתהיו חסידי סאטמאר, אבל זה כן אבקש ממשכם – שתקבעו סדר לימוד קבוע בספר זה".

איך האב דאס אזוי פארשטאנען, איך נאר נייגעריג צו די בחורים האבן טאקע אזוי געטוהן און ווילאנג ס'האט אנגעהאלטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”