וויפיל איך האב פרובירט מיר צו שטעלן אויף די פיס איז עס נישט געלונגען. חובות ביז איבערן קאפ נישטא קיין לחם לאכול.
איך שעם מיר פון מיר אליינס איך שעם מיר פון מיין ווייב איך שעם מיר פון מיינע קינדער איך שעם מיר פון מיין משפחה איך שעם מיר פון מיינע חבירים
ס׳איז צייט צו הייבן הענט און אויפהערן פרובירן. באשעפער איך בין דיינס אינגאנצן און נאר די קענסט מיר ווייטער פירן ווי אזוי די באשטימסט
פארוואס שרייב איך עס דא ? איך ווייס נישט
איך וויין מיט מיט דיר אפאר יאר צוריק בין איך אויך געווען אין אזא ענליכע מצב האב איך מיר אויס געלערענט אז נישט קיין חילוק ווי שווער עס איז מיר האב איל יעדע וואך שאר געמאכט אז אויף שבת איז דא אסאך טשיפס און גוטע נאש און א טריט פאר מיין ווייב (ווען איך וואלט ווען שוין דעמאלס געווען אין העלפ וואלט איך ווען אויך געוויסט צו קויפן א טריט פאר מיר אליין...) און דעס הייבט זייער אויף די עטמאספער אז מען פילט אז עס פעלט עסן ברענגט עס זייער א שווערע מצב
איך בין אין ביזנעס און איך פיל יעצט אויך ווי יעדעמס טאש איז ליידיג דאונט ווארי עס איז א דורך גאנג און עס וועט אי"ה נאך צוריק בעסער ווערן און דו ביזט נישט אליין
ווען דו קומסט אהיים ביינאכט טריי מער נישט צו איבער טראכטן דיין מצב א גאנצן צייט און טריי אויך נישט צו פיל צו רעדן אין דערהיים דערוועגן
אז מען דארף עפעס אין שטוב און דו קענסט עס נישט קויפן יעצט טריי ענידישער צו ניצן ווערטר ווי "יעצט קען מען נישט" אדער "א אנדערעס מאל" ווי איידער נישט ווערטער וואס סטעמפעלט אפ אז עס איז א צוקראכטע מצב ווי "איך קען עס נישט עפארדן" אדער לייג עס צוריק"
1) זעסטו כאטש אז דו ביסט נישט דער איינציגסטער. קען אפילו זיין דיין שכן אין גאס אדער ביהמ"ד קומט אויך וויינען די זעלבע מיט אן אנדערע ניק. אסאך אסאך וויינען יעצט אויף לחם לאכול.
2) דאס איז די מהלך, נישט קיין חילוק וויאזוי די עקאנאמיע זעהט אויס. העכסטנס איז יעצט שווערער, אבער פארט איז דאס די מהלך.
האמפטי דאמפטיהאט געשריבן:↑פרייטאג אוגוסט 23, 2024 8:15 am
ישעי שלוםהאט געשריבן:↑דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 5:30 pm
טייערע חבירים. איך האב יעצט גערעדט מיט @דעם טאטענס א קינד לאמיר אים אביסל העלפן אויף שבת און אי״ה נאך שבת וועט מען אריינברענגן אפאר חבירים זאלן אים שטעלן אויף די פיס. אויב קענט איר גיבן עפעס אויף שבת קום און אישי פאר מיין קוויק פעי און איך וועל אים עס שיקן
איך קען נישט צוקוקן. ווי אזוי קען מען געבן אן גילוי?
איך האב אויך פרובירט צו געבן (איך האב נישט אזוי מורא פון גילו ) די אישוי איז אז איך קען נישט שיקן קיין קוויקפעי פון א קיאסק קאמיוטער טשעיס האט מיר דריי מאל פארשפארט מיין אקאונט פאר דעם אדרבה אז איינער ווייסט וויאזוי איך קען מיר אן עצה געבן מיט דעם פראבלעם אהנה מאוד
איך בין זייער נייגעריג צו עני באדי באמערקט אפי אזא אונטערשריפט סאו פליז אויב דוהאסט עס באמערקט לאמיר וויסן אין אישי אדער ברמיזא אויפן סייט ייש''כפיצי
נעדי רעפאנקהאט געשריבן:↑פרייטאג אוגוסט 23, 2024 8:56 am
האמפטי דאמפטיהאט געשריבן:↑פרייטאג אוגוסט 23, 2024 8:15 am
ישעי שלוםהאט געשריבן:↑דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 5:30 pm
טייערע חבירים. איך האב יעצט גערעדט מיט @דעם טאטענס א קינד לאמיר אים אביסל העלפן אויף שבת און אי״ה נאך שבת וועט מען אריינברענגן אפאר חבירים זאלן אים שטעלן אויף די פיס. אויב קענט איר גיבן עפעס אויף שבת קום און אישי פאר מיין קוויק פעי און איך וועל אים עס שיקן
איך קען נישט צוקוקן. ווי אזוי קען מען געבן אן גילוי?
איך האב אויך פרובירט צו געבן (איך האב נישט אזוי מורא פון גילו ) די אישוי איז אז איך קען נישט שיקן קיין קוויקפעי פון א קיאסק קאמיוטער טשעיס האט מיר דריי מאל פארשפארט מיין אקאונט פאר דעם אדרבה אז איינער ווייסט וויאזוי איך קען מיר אן עצה געבן מיט דעם פראבלעם אהנה מאוד
איך פלעג אויך האבן פראבלעמען מיט קוויקפעי איך האב גענומען א שעה אין משוגע געמאכט customer service זיי זאלן אראפנעמען אלע ריסטריקשענס און לאזן לעבן. ס'איז געווען א ספעשיל נאמבער פאר זעל אבער כ'האב עס נישט מער.