אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- אלי' מקוה יוד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3114
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
ניו יארק סיטי געזונטהייט קאמישאנער גייט רעזיגנירן
- אטעטשמענטס
-
- jgjkfgj.jpg (47.29 KiB) געזען 2513 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
א קליינע איין מאטאר פליגער האט איצט נאכמיטאג אראפגעקראכט אין די קאמבערלענד טייך אין טענעסי
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
הכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 11:24 amפארלאפענע וויקענד ווען פרעזידענט ביידען האט געהאט צוגאסט עטליכע וועלט פירער האט ער געענדיגט זיין רעדע און פארגעסן וועם ער דארף אויסרופן פאר די קומענדיגע רעדע
ביידען האט זיך אנגערופן: ווען רוף איך איצט אויס
נאך א שטילקייט פון עטליכע סקונדן העכערט ביידען זיין שטימע האלב פארלוירן און האלב אויפגעברויזט: וואס ווייטער?
נאך עטליכע פיינפולע סעקונדן האט זיך א באאמטער דערבארעמט און אויסגערופן אויף א מיקראפאן אז עס איז די רייע פון אינדיע'ס פרעמיער מיניסטאר מודי צו רעדן
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
אכמעד אל אליווי אליסא איז געפונען געווארן שולדיג אין די מאסן שיסעריי אין 2021 למספרם ביי א סופערמארקעט אין קאלאראדא וועלכע האט איבערגעלאזט 10 טויטע
די דזשורי האט אים געפונען שולדיג אויף 10 קאונטס פון ערשטע גראד מארד
די דזשורי האט אים געפונען שולדיג אויף 10 קאונטס פון ערשטע גראד מארד
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
א פרישע רונדע העפטיגע לופט אטאקעס אונטערוועגנס איצט אין בעקא לבנון
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
מצרים עיר שטעלט אפ אלע אירע רייזעס פון און צו די ראפיק הארירי אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין בעירוט
- אטעטשמענטס
-
- EGDGSD.jpg (42.73 KiB) געזען 2063 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
ווידער האבן מיר א מאטאריסט וועלכע פאלגט אויס די שילדן
12 פארוואונדעטע ביי די ריינאנלדסבורג רעסטוראנט אין אהייא
12 פארוואונדעטע ביי די ריינאנלדסבורג רעסטוראנט אין אהייא
- אטעטשמענטס
-
- JUJKUJKH.jpg (89.5 KiB) געזען 2039 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
די לעבאנעזע ארמיי האט אריינגעשיקט טרופן נעבן א קריסטיליכע געגנט נאך גאן שיסערייען און שלעגערייען וואס האבן אויסגעבראכן צווישן איינוואוינער און פלטים וואס זענען אנטלאפן פון דרום צוליב די איזראעלי אטאקעס
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
טוויטער קלערט פון ערלויבן מענטשן וועלכע זענען געווארן בלאקירט דורך פובליק אקאונטס צו קענען ליינען די מעסעדזשעס וואס ווערן דארט געשריבן
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
צפון קאראליינע רעפובליקאנע גאווערנאר קאנדידאט מארק ראבינסאן קאמפיינט איצט און זאגט אז ער גייט קלאגן סי ען ען מיט פארלוימדונג פארן אים פארשמירן מיט א סקאנדאל וואס ער באצייכנט אלס פארבריצירט
- אטעטשמענטס
-
- UILLIFHV,.jpg (88.8 KiB) געזען 1856 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
די FDA באשטעטיגט צו ערשטן מאהל א פלו וואקסין נאז איינשפריץ וואס מענטשן וועלן קענען נוצן ביי זיך אין שטוב
- אטעטשמענטס
-
- JYUJFJK.jpg (32.76 KiB) געזען 1780 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
א לופט אטאקע האט אומגעברענגט די חאמאס מיליטערישע על קאסאם בריגאדע הויכראנגיקע קאמאנדיר מוכאמעד אל נאדער וועלכע פלעגט ארבעטן און קאארדאנירן אינאיינעם מיט חיזבאלא אין לבנון
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
צום נייעם למספרם יאר וועלן עמאודזשי באנוצער זיך טרעפן מיט 8 נייע אפציעס אויף זייער סקרין
- אטעטשמענטס
-
- UJUJF.jpg (53.87 KiB) געזען 1576 מאל
- קענדי זיידע
- שר העשר
- תגובות: 43
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2024 2:13 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
א באריכט ווייסט צו דערציילן, אז דאס איז נישט צוליב די אויספארשונג אויף די סיטי טאטעס.
אויב דיין לעבן גיבט דיר הויכע בלוט-דרוק, מאך דערפון א קענדי זיידע...
- נויז מאשין
- שר האלפיים
- תגובות: 2773
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
ווי שטארק באנוצונג מיט 'עקס' איז געפאלן אין ענגלאנד און אין אמעריקע אין די לעצטע יאר.
אין אמעריקע שוואכער מיט א פיפטל, און אין ענגלאנד מיט א דריטל!
אין אמעריקע שוואכער מיט א פיפטל, און אין ענגלאנד מיט א דריטל!
Break
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
מיט א צייט צוריק האבן מיר דא געהאט א קיכעלע אנקעטע פון א בעקערי אין מינעסאטע וועלכע האט א געמישטע רעקארד ווען עס קומט צוצוטרעפן די אויסגאנג
אצינד הערן מיר די חלומות פון א צווייטע שר האופים און דאסמאל איז די רעדע פון א בעקערי אין סינסינעטי אהייא וועלכע האלטן שוין אפ די סארט אומסיענטיפישע אנקעטעס זינט 1984 למספרם און האט אלעמאל צוגעטראפן ווער עס גייט געווינען די פרעזידענט וואלן מיטן אויסנאם פון 2020 למספרם
אהייא איז שוין פאר לאנגע יארן דעצידירנד אין די פארמעסט און דאס קען ערקלערן די איינציגסטע דורכפאל ביי די פארלאפענע וואלן ווען עס איז געווען די ערשטע מאהל זינט זיי נעמען די אנקעטע וואס די פארלירער נעמט די סטעיט אהייא און אויך אירע קיכעלעך
ועוד יש לומר אז טראמפ האט ווירקליך געוואונען די פארמעסט נאר מען האט עס צוגערויבט פון אים אדער אז מער מענטשן האבן געקויפט ביידען קיכעלעך נאר טראמפ שטיצער האבן גאר גערויבט קיכעלעך צו שפינען די אנקעטע אין זייער ריכטונג
אלנפאלס טוט די אנקעטע פארקויפן 3 סארט קיכעלעך אויך צו ערלויבן מענטשן צו שטימען פאר אן אינדעפענדענט קאנדידאט און מענטשן פון אנדערע געגנטער קענען עס באשטעלן אנליין
די אנקעטע וועט לויפן ביזן וואל טאג אבער אויף דערווייל האט די בעקעריי געמאלדן די רעזולטאטן פון ערלי וואוטינג און טראמפ באזיגט העריס מיט 54 צו 39 פראצענט

- KGUKGUK.jpg (167.1 KiB) געזען 1044 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
די דזשורי האט היינט ריינגעוואשן אלע אנגעקלאגטע מיטן אויסנאם פון איינעם וועמען'ס קאר האט אנגערירט די באס און יענער דארף באצאהלן פארן דרייווער 10 טויזנט דאלאר אין פארגיטיגונג און נאך 30 טויזנט דאלאר אין שטראפןהכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 10:23 amהיינט מאנטאג הויבט זיך אן די פעדעראלע ציווילע פראצעס אקעגן 6 מענטשן וועלכע ווערן אנגעקלאגט אלס טייל פון די אזויגערופענע טראמפ באן וועלכע זענען באשטאנען פון א גרופע פיקאפ טראק דרייווער וועלכע האבן שאנטאזשירט א ביידען העריס קאמפיין אויטאבוס מיט 4 יאר צוריק אין א קאנפראנטאציע אויף א שאסיי אין טעקסאס
די קאראוואן פון טראמפ שטיצער האבן פאר 90 מינוט צייט ווילד ארומגערינגלט די באס פרובירנדיג איר צו פארטרייבן קומענדיג גאר נאנט און אפילו אריינגעקלאפט אין אן אויטא פון ביידען קאמפיין באאמטע
צוריק אין 2023 למספרם איז שוין געווארן אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די לאקאלע פאליציי פארן פארפעלן צוצושטעלן די נוטיגע באגלייטונג און שוץ אין די צייט פון די אטאקע אבער די דעפארטרמענט האט געשליכטעט די קעיס באצאהלנדיג 175 טויזנט דאלאר און א פארפליכטונג צו טרענירן אירע אפיצירן צו באקעמפן פאליטישע געוואלדטאטן
די איצטיגע קעיס וועט ווערן אויסגעהערט דורך ריכטער ראבערט פיטמאן (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) וועלכע האט אפגעווארפן די באהויפטונג פון אליעזר סיסנעראאס וועלכע איז איינע פון די אנגעקלאגטע און האט געוואלט אז די געריכט זאל ארויסווארפן די קלאגע מיט די ארגומענט אז זיין גרופע איז געווען בארעכטיגט אויצודרוקן שטיצע פאר זייער קאנדידאט
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46644
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
אין סאמע ברען פון די דזשארדזש פלאיד פראטעסטן האט עימיצער שרה פענדלי געעפנט א קאווע געשעפט אינערהאלב די שטח פון א קאמפוס אין איידעהאו און געצייכנט א דינע בלויע ליניע ביים אריינגאנג אויסצודרוקן סאלידאריטעט מיט די פאליציי
א סטודענט האט ארויסגעשטעלט א מעסעדזש וואס רופט נישט צו קויפן ביי איר און זי האט ראעאגירט מיר איר אייגענע מעסעדזש צו ערקלערן איר פרא פאליציי שטעלונג
די אוניווערסיטעט פארוואלטונג האט זיך געזארגט אז איר מעסעדזש וועט פירן צו אומרוען און איר אראפגערופן צו א מיטינג אין וועלכע איינע פון זיי האט אין געהיים רעקארדירט די געשפרעך אבער אפגעשטעלט די רעקארדירונג בעפאר די לעצטע טייל און פענדלי באשולדיגט אז מען האט איר דאן פארארדנט צו פאקן פעק
פענדלי האט טאקע 4 טאג דערויף געשלאסן איר געשעפט און איר אדוואקאט האט גע'טענה'ט אז די אוניוועריסטעט פירער האבן נאך בעפאר די זיצונג שוין געארבעט אויף א פראעס רעליעס צו מעלדן איבער די שליסונג און דאס איבערריסן די קאנטראקט צוליב איר פרא פאליציי שטעלונג טרעט אויף אירע רעכטן פון פרייע אויסדרוק
די אוניווערסיטעט האט פארפירט אז פענדלי האט אליינס באשלאסן צו נעמען די ריכטונג און גאר געלייגט דרוק אויף די שולע צו באשטראפן די סטודענטן צוליב זייער בארעכטיגטע אויסדרוק
פענדלי האט פארלאנגט 10 מיליאן דאלאר און א דזשורי איז נאכן פארהאנדלען פאר 3 שטונדן איינשטימיג עקומען צום אויספיהר אז פענדלי'ס ווערסיע איז וואר און פארארדנט די אוניווערסיטעט איר צו באצאהלן 4 מיליאן דאלאר

- UJUYJUF.jpg (102.88 KiB) געזען 869 מאל
- אינטערוועלטניק
- שר חמש מאות
- תגובות: 834
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
אין יאר 2014 האט קאליפארניע ארויס געלייגט א פארבאט אויף פלאסטישע זעקלעך אין געשעפטן כדי צי פארמינערן די אפעקט וואס עס האט אויף די ענווייראמענט, דאן האט מען געמאכט א אויסנאם אויף דיקערע פלאסטיק בעגס וואס איז אנגעבליך איבערנוצבאר עטליכע מאל, מען האט געקענט קויפן די זעקלעך ביים רעדזישסטער פאר צען סענט.
שטעלט זיך ארויס אז מענטשן האבן גערן באצאלט די איבעריגע פאָר צענט פאר די באקוועמליכקייט פון נישט דארפן שפאצירן אין גאס מיט דריי טאמעיטאס אין איין הענט און פיר אוגערקעס אין די אנדערע, און האבן דערנאך גערן אריינגעווארפן די דיקערעזעקלעך אין מיסט, וואס האט ווײטער פארערגערט די ענווייראמענט.
צי באקעמפן די אוממענטשליכע ערשיינונג האט גאווענער ניוסאם ארויסגעלייגט א פארבאט אויך אויף די דיקערע זעקלעך.
(מענינא דיומא פאר די סליחות טעג פון פירן דעם שמש אויף די שניי...)
שטעלט זיך ארויס אז מענטשן האבן גערן באצאלט די איבעריגע פאָר צענט פאר די באקוועמליכקייט פון נישט דארפן שפאצירן אין גאס מיט דריי טאמעיטאס אין איין הענט און פיר אוגערקעס אין די אנדערע, און האבן דערנאך גערן אריינגעווארפן די דיקערעזעקלעך אין מיסט, וואס האט ווײטער פארערגערט די ענווייראמענט.
צי באקעמפן די אוממענטשליכע ערשיינונג האט גאווענער ניוסאם ארויסגעלייגט א פארבאט אויך אויף די דיקערע זעקלעך.
(מענינא דיומא פאר די סליחות טעג פון פירן דעם שמש אויף די שניי...)
- אינטערוועלטניק
- שר חמש מאות
- תגובות: 834
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
און א פרואוו צי איבערצייגן אז ער איז יא טאף אן קריים האט די אטוירני דזשענעראל פון קאליפארניע אריינגעגעבן קלאגעס קעגן די אויל ריז עקסאן מאביל באשולדיגנדיג די פירמע אז זיי האבן פאלש פראקלאמירט פאר צענדליגער יארן איבער די מעגליכקייט צו רעסייקלן פלאסטישע מאטריאלן
- קענסט מיר נישט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6190
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
- פארבינד זיך:
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען פלאנט א פארבאט אויף אלע סאפטוועירס און קארן פון טשיינע
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pmדו פרייסטעך מיט די דעמאקראטן'ס סוקסעסן און איך פריי מיך מיט טראמפ'ס, הער אויף פעינטן א פיקטשער ווי כאילו דו ביזט דער נייטראלער מענטש און איך בין דער פארגלייבטער קולטיסט.
- קענסט מיר נישט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6190
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
- פארבינד זיך:
Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
א אינטערסאנטע סאטיסטיק ווי ווייט אמעריקאנער וואנען פון זייער מאמע
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20240922_143354_WhatsApp.jpg (167.08 KiB) געזען 628 מאל