רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

מומחה יוחס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 06, 2022 9:19 pm
ווייסט איינער צילוב וואס האט מען איהם גערופן מיטן נאמען די כהן...

ער איז דאך נישט געוועהן די איינציגסטע כהן...
צדיקים האבן געזאגט אז ער איז געווען א כהן מיוחס, און אסאך צדיקים האבן זיך געלאזט בענטשן ביי דעם צדיק מיט ברכת כהנים, זי"ע,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי צדוק ב"ר יעקב הכהן זי"ע, (רבינוביץ), בעל פרי צדיק, מלובלין

ער איז געבוירן אין שטאט קרייזבורג, כ"ג שבט בשנת תקפ"ג,

צו זיין טאטן הגה"ק רבי יעקב הכהן אב"ד קרייזבורג זי"ע,
בן הגה"ק רבי אשר הכהן אב"ד קריניק זי"ע,
פון די מאמע'ס זייט איז ער געווען א אייניקל פונעם הייליגען של"ה הקדוש זי"ע,

ליידער ביי די זעקס יאר אלט איז דער טאטע זי"ע נסתלק געווארן, און די מעשה איז געווען אז דאן ווען דער קינד איז געגאנגען אויפן גאס שטארק פארטראכט אין זיינע מחשבות, איז א פערד אין וואגן איבער געפארן דעם קינד צדוק, און ווען די טאטע האט דאס געהערט האט ער ליידער געכאפט א הארץ אטאקע פון וואס ער איז ליידער נפטר געווארן, אבער בחסדי ד' האט פארן קינד גארנישט ערענסט פאסירט,

וויבאלד אונעם שטוב איז נישט געווען קיין פרנסה, איז דער קינד נתגדל געווארן אונעם שטוב פון זיין פעטער הגה"ק רבי יוסף הכהן בעל כפות זהב אב"ד קריניק זי"ע,

ער איז געווען א בקי נפלא בתורה, און א חריף עצום און א גרויסע שקדן, און א קדוש ופרוש, א גרויסע פועל ישועות, ער האט עוסק געווען בתורה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה שטייענדיג אויף די פיס די גאנצע צייט, אויך איז ער געווען באוויסט אלס א גרויסע בקי אין אלע עניני חכמה עד להפליא, ער איז אויך געווען מפורסם אלס א בעל רוח הקודש,

לגבי זיין געוואלדיגע קדושה דערציילט מען אז ביי די איין יאר אלט האט ער שוין צוגעדעקט זיין קאפ ווען ער האט געמאכט א ברכה, און ביי די צוויי יאר האט ער שוין געדאווענט אין א סידור אלע תפילות,

ער איז געווען א ווינדער קינד און ביי די 3 יאר אלט האט ער שוין געלערנט גמרא רש"י תוספות, און ער האט עוסק געווען בתורה מיט א מסירת נפש, וויבאלד ביי זיי אין שטוב האט געהערשט א געוואלדיגע עניות, און עס איז נישט געווען קיין ליכט אין שטוב, פלעגט דער יונגער קינד ארויסגיין אויף די גאס לערנען צום לעכטיקייט פונעם לבנה,

ער האט דארט ביים פעטער אין שטוב עוסק געווען בתורה ועבודה מיט א געוואלדיגע התמדה, און אויך האט ער דארט געלערנט באהאלטענערהייט תורת הנסתר,

דערציילט מען אז ווען דער קינד איז געווען 7 יאר אלט און ער האט געוואוינט אונעם שטוב פונעם פעטער הגה"ק רבי יוסף הכהן מקריניק זי"ע, איז דער פעטער דאן ארום געפארן אין שטעט צו צאמשטעלן געלט צו דריקן זיין ספר "כפות הזהב" און נאכן נישט זיין פאר גאר א לאנגע צייט אין שטוב, און נישט באקומענדיג קיין בריוו פון זייער טאטן, זענען די שטוב מענטשן געווארן זייער באזארגט וואס עס האט ח"ו פאסירט מיטן טאטן,

האט דער יונגער צדוק געמאכט אן השבעת חלום און ער האט באקומען א פונקטליכע תשובה, און מען האט אים געוויזן אין חלום דעם פעטער'ס געשטאלט און אין וועלכע שטאט ער איז און אויך אין וועלכע אכסניא ער געפינט זיך, דאן האבן זיך די שטוב מענטשן בארואויגט אביסל,

טאקע שפעטער ווען דער פעטער איז צוריק אהיים געקומען און מען האט אים אויסגעפרעגט האט מען געזען אז די גאנצע זאך האט געשטימט פונקט ווי דער צדוק האט געזאגט, דאן איז ער מפורסם געווארן מיט זיין געוואלדיגע חכמה און אלס גרויסע בעל מדריגה,

בעפאר די בר מצוה האט ער שוין געמאכט א סיום הש"ס וואס ער האט געלערנט מיט א געוואלדיגע חריפות און בקיאות, ביי די בר מצוה האט ער געזאגט 4 אייגענע פלפולים וואס זענען שפעטער געדריקט געווארן אין זיין ספר משיב צדיק, און אלע גאונים און גדולים פונעם שטאט זענען ממש ארויס פון התפעלות פון דעם יונגען גאון, מען האט אים פון דאן גערופן מיטן נאמען "דער עילוי פון קריניק",

ביי די 18 יאר אלט האט ער זיך מפלפל געווען מט די גדולים בדורו, ובתוכם הגה"ק רבי יצחק חיות זי"ע, והגה"ק רבי שלמה קלוגער זי"ע, והגה"ק רבי יוסף שאול נאטענזאהן מלבוב זי"ע, והגה"ק רבי יעקב משולם אורנשטיין בעל ישועות יעקב מלבוב זי"ע, והגה"ק רבי יצחק אלחנן מקובנה זי"ע, און די אלע גדולים בתורה האבן אלע אייניג מעיד געווען אז דא וואקסט א גדול בישראל א יחיד בדורו,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ער האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיטן טאכטער פון הגביר הר"ר שמואל הירש הכהן מוולאדאווקא ז"ל, אבער נאך אפאר יאר האט ער זיך גע'גט פון דעם זיווג ראשון,

דאן האט ער חתונה געהאט מיטן הרבנית הצדקת מרת חנה דבורה ע"ה, בת הרה"ק רבי ישראל יעקב מטשעחין זי"ע,

גאנץ אנפאנג איז ער געווען פון די מתנגדים צום דרך החסידות, אבער דאן איז ער אנגעקומען צום שטאט איזביצה, און דארט איז ער נתקרב געווארן צום גאון הרה"ק רבי מרדכי יוסף ליינער בעל מי השילוח זי"ע, און גאר שנעל איז ער דארט נתקרב געווארן צום דרך החסידות, שפעטער איז ער געווען פון די גרעסטע גדולים וואס האבן פארשפרייט דעם דרך החסידות אין די וועלט,

נאך די פטירה פון זיין רבי דער מי השילוח זי"ע ז' טבת תרי"ד, איז ער אריבער צום שטאט לובלין, און דאן איז ער געווארן גאר שטארק מקושר צום גרויסן גאון הגה"ק רבי יהודה לייב אייגער בעל תורת אמת מלובלין זי"ע, און ער האט גאר אסאך תורה געלערנט פון דעם גאון, און ער האט דעם גאון גענומען אלס זיין רבו מובהק,

מען האט דעם גאון רבי צדוק געוואלט אויפנעמען אלס רב אין גרויסע שטעט, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט אנעמען קיין רבנות נאר ער האט געוואלט עוסק זיין בתורה ועבודה מיט א געוואלדיגע התמדת התורה אן קיין שטער,

בשנת תרכ"ז ווען דער רב הגה"ק רבי יהושע העשיל אשכנזי אב"ד לובלין זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען געוואלט דעם גאון אויפנעמען אלס ממלא מקום אין לובלין, אבער דער גאון האט בשום אופן נישט געוואלט אנעמען דאס רבנות, און מען האט אויף גענומען הגה"ק רבי שניאור זלמן פרדקין בעל תורת חסד זי"ע,

עס ווערט דערציילט אז דער גאון האט זיין גאנצע לעבן געלעבט אין א געוואלדיגע עניות און דחקות, ער האט אבער גארנישט געברויכט און זיך מפרנס געווען פון דאס ביסל וואס זיין רעבעצין האט פארדינט פון דעם קליינעם געשעפט וואס זי האט געפירט, אויך דערציילט מען אז דער גאון האט כמעט גארנישט געגעסן איבערן טאג, נאר אויב ער האט יענעם טאג גענדיגט א מסכת אין ש"ס האט ער ביינאכט געגעסן צוזאמען מיט א סיום און סעודת מצוה, און עס איז באקאנט אז ער האט יעדע צוויי חדשים געמאכט א סיום הש"ס,

אויך האט דער גאון געהאט א געוואלדיגע אמונה אונעם באשעפער, ווי מען זעט וואס ער שרייבט אין זיין ספר פרי צדיק, אז עס שטייט אין די גמרא (מסכת ברכות ס"ב) כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, האט דער גאון געזאגט, דאס מיינט נישט אז נאר מען זאל אנעמען יעדע זאך וואס דער באשעפער טוט מיט א שמחה וואס דאס איז כפרת עונות, נאר מען זאל באמת וויסן אז וואס דער באשעפער טוט איז טאקע ממש נאר לטובה פאר דעם מענטש, ווי למשל די גזירה פון המן הרשע וואס ער האט געוואלט ח"ו אום ברענגען אלע אידן, איז פון דעם ארויס געקומען א טובה, אז אידן קענען דורך דעם מקיים זיין דעם מצוה פון מחיית עמלק,

בשנת תרמ"ח ווען זיין רבי און הרה"ק רבי יהודה לייב אייגער בעל תורת אמת מלובלין זי"ע איז נסתלק געווארן, האבן די אידן אין שטאט זיך געבעטן צום גאון אז ער זאל זיין דער ממלא מקום, אנפאנג האט ער נישט געוואלט מסכים זיין, אבער בלית ברירה האט ער אנגענומען דאס רבנות, אבער דאס געלט וואס ער האט באקומען אלס שכר רבנות, האט דער גאון מיט דעם געקויפט ספרים פארן ביהמ"ד פון שטאט כדי מען זאל האבן ספרים צו לערנען,

ער האט באמת נישט געוואלט פירן קיין רבנות, ווען אידן זענען צום אים געקומען מיט קוויטלעך האט ער דאס בלית ברירה גענומען, אבער קיין פדיון האט ער בשום אופן נישט גענומען, די חסידים האבן אייביג פראבירט צו געבן מיט דריידלעך געלט פארן רבין, אבער ער מיט זיין חכמה האט אייביג צוריק געגעבן דאס געלט, אפילו תורה זאגן האט ער ממש געזאגט געצווינגענערהייט,

ער איז דאן נתפרסם געווארן אלס א גרויסע פועל ישועות, אידן פון אלע טשעט ארום זענען געקומען מזכיר זיין ביי דעם צדיק און דורך זיינע ברכות געהאלפן געווארן מיט גרויסע ישועות,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בשנת תר"נ ווען זיין רעבעצין בזיווג שני איז ליידער נפטר געווארן האט דער גאון חתונה געהאט בזיווג שלישי מיט דעם טאכטער פון הרה"ק רבי פישל מסטוקטשין זי"ע אייניקל פון הרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע, און א איידעם ביי הרה"ק רבי משה בעל תפארת משה מלעלוב זי"ע,

די זיווג שלישי האט מיט געברענגט קינדער פונעם פאריגן זיווג, און דער צדיק וקדוש איז געווען פאר די קינדער ווי א טאטע און ער האט זיי ערצויגען מיט א געוואלדיגע איבער געגעבענקייט,

דערציילט מען אז דער גאון מיט זיין געוואלדיגע עניות האט בעפאר די חתונה דערציילט א מעשה פונעם הייליגען צדיק רבי מנחם מענדל מקאצק זי"ע, אז בשעת ווען ער האט חתונה געהאט האט ער געזאגט פארן שווער הרה"ק רבי משה ליפשיץ מווארשא זי"ע, אז די תורה זאגט דאך אז אויב א מענטש איז מקדש א פרוי בתנאי אז ער איז א צדיק, איז אפילו ער איז באמת א רשע, זאגט די גמרא אז די קידושין איז חל, ווייל אפשר האט דער מענטש געהאט א הרהר תשובה,

יעצט אבער אויב א מענטש איז מקדש א פרוי בנתאי אז ער איז א רבי, און באמת ווערט מען געוואויר אז ער איז נישט קיין רבי, איז די קידושין נישט חל, האט דער גאון רבי צדוק געבעטן פונעם שווער אז ער זאל מודיע זיין פאר די רעבעצין אז זי זאל נישט טראכטן אז זי האט יעצט חתונה מיט קיין רבי, ווייל באמת איז ער נישט קיין רבי און קיינער טראכט אפילו נישט אז ער איז א רבי,

ער האט איבער געלאזט פאר די וועלט צענדליגע הייליגע ספרים, ובתוכם,

ספר פרי צדיק, על התורה ומועדים,
ספר אור זרוע לצדיק,
ספר לבושי צדקה, על ספרי בעל הלבושים,
ספר רסיסי לילה, דברי תורה שנתגלו לו בחלום,

ער האט ליידער נישט איבער געלאזט קיין זש"ק,

דערציילט מען אז די רבי האט אמאל מסביר געווען דאס וואס שטייט אין גמרא (מסכת שבת קנ"ג) "תנן התם רבי אליעזר אומר שוב יום אחד לפני מיתתך, שאלו תלמידיו את ר"א וכי אדם יודע איזהו יום ימות אמר להן וכל שכן ישוב היום שמא ימות למחר ונמצא כל ימיו בתשובה, איז לכאורה שווער פארוואס האט דער תנא רבי אליעזר נישט געזאגט גלייך פאר די תלמידים די טעם פארוואס מען דארף תשובה טון, ווייל אפשר גייט די מענטש מארגען שטארבן,

נאר זאגט דער גאון רבי צדוק, אז רבי אליעזר האט געוואלט אויס לערנען פאר די תלמידים אז א איד ברויך באמת תשובה טון יעדן טאג און זיך פירן אלעס אזוי ווי די תורה הייסט, מיט די זעלבע מחשבה און אמת כאילו ער גייט מארגן שטארבן, ווייל אויב האט מען נאר א ספיק אויב מען גייט שטארבן איז די עבודה נישט מיט די זעלבע השלמה ווי ווען מען גלייבט באמת אז מען גייט שטארבן מארגען, און דערפאר האט די תנא רבי אליעזר געוואלט אז די תלמידים זאלן קודם פרעגן דעם שאלה און דערנאך האט ער דאס מסביר געווען מיט זיין תשובה,

אויך דערציילט מען אז די רבי האט נאכגעזאגט פון א חסיד אחד, וואס די תלמידים האבן געזאגט אז באמת האט די רבי אליין געזאגט די ווערטער אבער מחמת זיין גרויסע עניות האט ער געזאגט אז ער האט דאס געהערט פון א אנדערן, אז ער האט באמת נישט מורא פון דעם גיהנום, אדרבא ער פרייט זיך אז ער וועט קענען מאכן א נייע ברכה פארן באשעפער און זאגן בזה"ל, "ריבונו של עולם יפה דנתני, ויפה חייבתני",

בשנת תר"ס שביעי של פסח איז דער גאון ליידער זייער קראנק געווארן מיט א גאר שווערע מחלה, ער האט זיך גאר שטארק געמיטשעט מיט יסורים נוראים, און ליידער סוף יאר ט' אלול איז דער גאון נסתלק געווארן,

נסתלק לגנזי מרומים ט' אלול תר"ס, ומנוחתו כבוד איז אונעם ביה"ח אין שטאט לובלין, סמוך ונראה צו זיין הייליגן רבי הגה"ק רבי יהודה לייב אייגער בעל תורת אמת זי"ע,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

לערן א משנה און צינד אן ליכט לעילו נשמת:
*הרה"ק רבי צדוק ב"ר יעקב הכהן זי"ע.*
די זכות פונעם צדיק וועט זיכער מיגן זיין.

מְסַקְּלִין עַד רֹאשׁ הַשָּׁנָה. מְקַרְסְמִין, מְזָרְדִין, מְפַסְּלִין, עַד רֹאשׁ הַשָּׁנָה.
רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר, כְּזֵרוּדָהּ וּכְפִסּוּלָהּ שֶׁל חֲמִשִּׁית, כָּךְ שֶׁל שִׁשִּׁית.
רַבִּי שִׁמְעוֹן אוֹמֵר, כָּל זְמַן שֶׁאֲנִי רַשַּׁאי בַּעֲבוֹדַת הָאִילָן, רַשַּׁאי אֲנִי בְּפִסּוּלוֹ:
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

רבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע
אטעטשמענטס
ספר אור זרוע לצדיק
ספר אור זרוע לצדיק
IMG-20230824-WA0024.jpg (106.67 KiB) געזען 298 מאל
אהל על ציון קדשו מרבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע
אהל על ציון קדשו מרבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע
IMG-20230824-WA0027_074155.jpg (305.29 KiB) געזען 298 מאל
ציון קדשו מרבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע
ציון קדשו מרבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע
IMG-20230824-WA0026.jpg (76.61 KiB) געזען 298 מאל
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ספר פרי צדיק
אטעטשמענטס
ספר פרי צדיק
ספר פרי צדיק
IMG-20230824-WA0025.jpg (101.73 KiB) געזען 298 מאל
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

יארצייטן פון צדיקים ט' אלול
אטעטשמענטס
IMG-20230825-WA0000.jpg
IMG-20230825-WA0000.jpg (113.6 KiB) געזען 297 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27131
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27131
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון רבי צדוק הכהן זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שטייגינג
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 10:41 am

Re: רבי צדוק הכהן מלובלין זצ"ל - ט' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגינג »

ער ליגט נעבן רבי לייבעלע איגר זי”ע? אזוי קוקט אויס אינעם בילד פון אוהל.
גדוש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 17, 2019 12:02 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדוש »

פראצעדור האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 7:44 am
פרי_צדיק.png
איינער ווייסט ווי דער מקור צו די מעשה איז?
אטעטשמענטס
Screenshot_20240924_084759_Chrome.jpg
Screenshot_20240924_084759_Chrome.jpg (296.25 KiB) געזען 41 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”