פארצווייגטע בושות

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד
IMG_0529.jpeg
IMG_0529.jpeg (358.58 KiB) געזען 709 מאל





דאס ביימעלע - עס איז דאך אנדערש פון מיר
ס׳בייגט דאס קעפעלע און טוישט קאליר
שעמט זיך כאטש, מיט די טרויעריגע פאקט
אז דורכ׳ן זומער זיך בלויז געשאקלט צום טאקט.

אלטע געוואוינהייטן - ס׳ווארפט אראפ
פארטרוקנטע נאטורן - שאקלט אפ
פארוועלקטע בלעטעלעך - בלאזט אוועק
פארפוילטע צווייגעלעך - אוועק אוועק
פארוועטשטע נטיעות - צייט צו פליען
פארשמעליעטע נגיעות - הערט אויף בליען

מיט די אויגן אראפ, אנערקענט זיין שאנד
מיט באדויער לאזט, פאלן זיין שטאנד
און מורמלט מיט יעדן בלעטל וואס פאלט
ס'בעסער אזוי, טראץ פיינפול איינזאם און קאלט.
כוחות זוכן - פון אונטער די ערד
נערונג זיך זעטן - פון אויטענטישע ווערד
א נייע דירעקציע - אינעם הערבסט'יגן ווינט
אבסעלוט פריי - פון זומער'דיגע זינד
גרינג אויף די פלייצע - גרינג צו טראגן
ריין אויפן געמוט - אבער שווער צו זאגן.

שרייבן בלעטער כ'קען גענוג,
וויאזוי אבער ווערט מען א בוים?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
הייזקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 01, 2024 9:15 pm

Re: פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייזקעלע »

ענדע צדיק! האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:42 pm
בס״ד

IMG_0529.jpeg






דאס ביימעלע - עס איז דאך אנדערש פון מיר
ס׳בייגט דאס קעפעלע און טוישט קאליר
שעמט זיך כאטש, מיט די טרויעריגע פאקט
אז דורכ׳ן זומער זיך בלויז געשאקלט צום טאקט.

אלטע געוואוינהייטן - ס׳ווארפט אראפ
פארטרוקנטע נאטורן - שאקלט אפ
פארוועלקטע בלעטעלעך - בלאזט אוועק
פארפוילטע צווייגעלעך - אוועק אוועק
פארוועטשטע נטיעות - צייט צו פליען
פארשמעליעטע נגיעות - הערט אויף בליען

מיט די אויגן אראפ, אנערקענט זיין שאנד
מיט באדויער לאזט, פאלן זיין שטאנד
און מורמלט מיט יעדן בלעטל וואס פאלט
ס'בעסער אזוי, טראץ פיינפול איינזאם און קאלט.
כוחות זוכן - פון אונטער די ערד
נערונג זיך זעטן - פון אויטענטישע ווערד
א נייע דירעקציע - אינעם הערבסט'יגן ווינט
אבסעלוט פריי - פון זומער'דיגע זינד
גרינג אויף די פלייצע - גרינג צו טראגן
ריין אויפן געמוט - אבער שווער צו זאגן.

שרייבן בלעטער כ'קען גענוג,
וויאזוי אבער ווערט מען א בוים?
פאעטיע מיט געפיל!!
אוועטאר
משה שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:54 pm
לאקאציע:אויפן וועג צו....

Re: פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שפילמאן »

פיינע נייעס!!!
טראמפ האט א זכיה מיט זיין געווינס!, נישט מכשיל זיין אידישע קינדער מיט ריאות אסורות
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8911
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

הערליך!!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

טאטע!!! כ'וויל זיין א בוים!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

זייער שיין @א ענדע צדיק
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8475
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

@ענדע בתפארתו!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16963
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א בוים
וויאזוי
צו ווערן
גענוי,
די תורה
זאגט אקוראט
כי האדם עץ
מיט טאקט

געדענקן
שטענדיג
דער אינדערויסן
און אינעווענדיג
א מענטש
עריז
ווי א בוים
אן ארז

דער שטאם
און די פירות
זענען צוויי
נישט איינס איז,
הוא ומידותיו
נאר ביים בורא
געבינדן
אבער ביים ילוד
קענען די מעשים
גרינג פארשוואונדן

איין שאקל
איין חרטה
א פרישער ביימל
א נייער נטע,
תשובה פון טיף
פארנעמונג און ווידו
טוישן די פעולות
א בוים ביזטו

וואטעווער
אוועטאר
זבולון סימן טוב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:43 pm

Re: פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון סימן טוב »

איידעלע געפילן
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן!!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יאנאש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 8:48 pm

וואטעווער
האסט א צווייג, ייש״כ!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
צוויי גראשן
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 10, 2024 10:46 am
לאקאציע:מאנסי

Re: פארצווייגטע בושות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גראשן »

...אבער אז איך בלעטל ווייס אז מיין פליכט פון צו זיצן רואיג און זיך מיט ווארפן מיט די לייכטע ווינטל קומט פון ג-ט ברוך הוא ווערט מיר אויפן הארץ אסאך לייכטער.
איבערהויפט באקום איך מער און מער געפיל אז איך שטיי אסאך העכער פון די ליכטיג ברוינעם בוים וואס שטייט דא אונטן ווי א טויטע שטאנג.
אנגעהויבן פון מיין קאלירן ביז די שמעק אההה ווען מ'זיצט אונטער מיר אין א הייסער טאג מיט א קאלט גלאז אויסגעקוועטשטע מאראנצן ווען יעדער פאר מינוטן ווארף איך ארויף א בלאז פון די ווינטל וואס האט מיר נארוואס איבערגעפאלן. פרעג איך דיר איז מיין ווערד נישט דאפלט ווי די גראבע בוים???
השתמש במילים יפות אמור "תודה" "ובבקשה".
ס'ווייזט נאר ווי א שטארקע דו ביסט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”