אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ייחוס זוכער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

הבן_יקיר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:14 am
אנאליז איבערן קריג מיט חיזבאללה:
מורא'דיג שיין און קלאר געשריבען
אברך משי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2020 12:33 am

Re: אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך משי »

מתוק מדבש און קלארע דיבורים! יישר כח הבן-יקיר!
דא פאר יענעם
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:32 pm

Re: אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דא פאר יענעם »

ביסט ממש א ילד שעשועים
אין שכוח פארן מיטטיילען מיט דיינע כשרונות
כה לחי
א טאג אן קיין חסד איז קיין טאג נישט
קרשת
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:21 am

Re: אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרשת »

הבן_יקיר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:14 am
אנאליז איבערן קריג מיט חיזבאללה:
◄ ווייז ספוילער
ביי יעדע קריג דארף מען נעמען אין באטראכט די פאלגענדע פאקטארן:
גרויסקייט: ווי פיל סאלדאטן האבן דיינע שונאים,
מעכטיקייט: ווי אויסגערישט זענען דיינע שונאים,
שטח שווערקייטן: ווי גרינג איז דאס איינצונעמען. לא הרי הרים כמישור. ווי גרויס איז דאס שטח ווי דיינע שונאים אפערירן.

ווען מען קוקט אריין אין די דריי פאקטארן, און מען וויל אויסרעכענען חאמאס קעגן חיבזאללה, איז לכאורה דעם חשבון זייער פשוט:

גרויסקייט: חיזבאללה איז 100 טויזענט אקטיווע סאלדאטן קעגן ארום 30 טויזענט פון חאמאס
מעכטיקייט: חיזבאללה האט שוין צענדליגע יארן עקספירענס אין ערענסטע קריג. צו דאס איז אין לבנון און בעיקר אין סיריע.
שטח: די ווייטסטע פלאץ אין עזה פון א מדנ"י גרעניץ איז 8 מייל (דאס איז בערך אזוי ווייט פונעם סאוט זייס פונעם סענטראל פארק ביז וואל סטריט אין מענהעטן), משא"כ אין לבנון איז די חיזבאללה גאר שטארק אין געגענטער אזוי וויייט ווי 70 מייל פונעם נענסטן שטעטל אין מדנ"י. אפגערעדט אז אנצוקמען אהין נעמט נאך לענגער (חוץ אויב נעמען זיי איין אויך סיריע אויפן וועג).
לבנון איז דאך שטיק בערג, אזוי ווי עס שטייט דאך אין פסוק אזוי סאך מאהל 'הר' נעבן 'לבנון'. משא"כ עזה איז פלאך ווי א פלייש טעלער.
לבנון איז פול מיט הויעכע דיקע ביימער וועלכע פארדעקט דעם שונא, משא"כ עזה איז מער מדבר געשטימט.

אז מען קוקט עס אין די וועג, איז גאר פארשטענדליך די פחד וואס די אידן אין ארץ ישראל האבן פונעם מלחמה וועט ברעכט אויס ה"י צווישן מדנ"י אין חיזבאללה.

פון די אנדערע זייט, איז חיזבאללה היבש גרינגער צו באזיגן ווי חאמאס.
און דאס איז די סיבות:

1. וואו קום איך אריין אינעם בילד?
עס איז דא א חילוק פון א גרופע וועלכע איז אויסגעוואקסן פונעם עולם, ווערט געשטיצט ביים עולם, און ווערט געפירט ווי א פאלקישע ארגאניזאציע. צו א מיליטערישע גרופע וועלכע ווערט געפירט דורך אויסלענדישע אינטערעסן.

חאמאס איז גרויס געווארן דורך דעם עולם אין עזה. חמאס האט באקומען זייער כוח דורך זייער עולם אין עזה.
חיזבאללה איז גרויס געווארן צוליב זייער שטארקייט אין מיליטער.

דער עולם אין עזה פילט ווי חאמאס שלאגט זיך פאר 'אונזערע רעכטן' צו האבן א לאנד. זיי שלאגן זיך פאר 'אונזערע רעכטן' קעגן דעם ציוניסטישן אקאפירער וועלכע טיילט אונז איין וואס צו טוהן. במילא אויב מיר כאפן צוליב חאמאס, מיר זענען אלע אינעם זעלבן טאפ, אמאל כאפן זיי און אמאל כאפן מיר.

משא"כ דער עולם אין לבנון. פאר וועלכע רעכטן שלאגט זיך חיזבאללה מיט מדנ"י? ווי שטייט זיי מדנ"י אין וועג? 90% פון לבנון איינוואוינער האט נישט געהאט מיט מדנ"י צו טוהן לטוב ולרע. ווען אן איינוואוינער אין לבנון פארלירט זיין הויז אדער לעקטער, ער קען נישט פארשטיין פארוואס האט ער פארלוירן זיין הויז ווייל מדנ"י האט צוטוהן מיט עזה?

איך האב אמאל געהערט א זיס ווארט. ביים יהי רצון אין ברכת הכהנים זאגן מיר: מה שחלמתי עלי, מה שחלמתי על אחרים, מה שחלמו אחרים עלי. פארוואס זאגן מיר נישט מה שחלמו אחרים על אחרים? ווייל וואס יענער האט מיט יענעם איז נישט דיין געשעפט.

דער איינוואוינער אין לבנון קוקן עס אן די זעלבע וועג. וואס מדנ"י האט מיט עזה, פארוואס איז דאס מיין געשעפט אז איך זאל פארלירן מיין הויז? וואס גיי איך פארדינען אויב עזה גייט געווינען? וואס גיי איך דערלייגן אויב מדנ"י געווינט?

במילא ווען חיזבאללה ווערט פארוויקעלט אין א בליטיגע קריג מיט מדנ"י ה"י, פארלירן זיי גאר אסאך שטיצע פון די לבנון איינוואינער, און עס מאכט זיי גאר שווער צו קענען ארבעטן אזוי.

2. רעליגיע:
חיזבאללה איז שיעי גלויביגע, און 60% פונעם לאנד (לפחות) זענען אדער נוצרים אדער סוניס.
דער סוני האט פיינט דעם שיעי מער ווי א מזרחניק האט פיינט דעם נטורי קרטא. במילא אפילו אז ער שטיצט חאמאס וועלכע איז סוני, האט ער מער פיינט דעם שיעי אין לבנון, ווי ער האט ליב דעם סוני פון עזה.
דער נוצרי האט פיינט אייניג סיי חאמאס וואס איז סוני, און סיי חיזבאללה וואס איז שיעי.
און אפילו דער שיעי וואס שטיצט שוין יא חאמאס, האט אויך נישט איבעריג ליב דעם עזה'ניק וועלכע איז סוני.

עס איז אזא צופליקטע לאנד אין דעם חלק, אז די געזעץ זאגט אז דער פרעזידענט קען נאר זיין א נוצרי, דער ראש ממשלה איז אייביג א סוני, און די ספיקער פון די האוז א שיעי.
דאס איז שוין א הסכם וואס איז געווארן נאך א בליטיגע בירגער קריג וועלכע האט געקאסט איבער 200 טויזענט לבנונער. וואס דאס איז 5% פון אלע לבנונער בימים ההם!! דאס מיינט אז 5 פון יעדע הונדערט לבנונער האבן אפגעפייגערט אין דעם בליטיגן בירגער קריג.
צו פארשטיין ווי אינג דעם הסכם איז, אני הקטן בין שוין א חדר אינגל בשעת דעם הסכם איז געשריבן געווארן...

די אפשיי וואס די פארטייען האבן איינער פארן צווייטן איז גאר שטארק. שטעל דיר פאר אז די דעמאקראטן דארפן מלחמה האלטן מיט מעקסיקא ווייל די מעקסיקאנער האבן געטשעפעט טראמפ. נעם דעם משל און מאך דאס 1000 מאהל גרעסער.

3. גערילע קעגן מיליטער.
חאמאס איז געבויעט געווארן ווי א טעראר גרופע און עס פירט זיך ווי א טעראר גרופע. יעדער טעראריטס וועלכע איז א טייל פונעם גרופע, ער וועט אודאי צוהערן צו די באפעלן פון זיינע אויבערהאר, אבער ער האט נישט קיין פראבלעם צו זיין איינער אליינס פונקט אזוי.
די מהלך ווי אזוי חאמאס איז געבויעט געווארן איז מוחמד זאל גיין אין דיר אל באלאח זעהן ווי ער קען מאכן טראבל, אחמד זאל גיין קיין רפיח זעהן ווי ער קען טיילן צרות וכו'. ער דארף נישט אן אויבערהאר וואס זאל אים זאגן וואס צו טוהן. אין קורצן, א גערילע גרופע.

משא"כ חיזבאללה איז געבויעט געווארן און איז געווארן שטארק איינגעפעדמט די לעצטע 30 יאר ווי א געהעריגע מיליטער. א באפעל קען קומען נאר פון אויבן אראפ און עס ווערט געפירט מיט אייזענעם פויסט ווי מען שטייגט אין ראנג לויט פעילות. ממש א געהעריגע מיליטער.

ווען א מיליטער פארלירט אין א קורצע צייט אלע זייערע פירער פונעם דרגה לוטענענט ביז קורנעל, מיט די צומישטקייט און פארלוירנקייט וואס דארט הערשט, איז גאר גאר שווער מלחמה צו האלטן.


4. מאראל.
ווען מדנ"י איז אריין אין מלחמה נאך שמחת תורה, איז די מאראל געווען גאר שטארק צוקלאפט ביי די איזראעלי מיליטער, זיי האבן נישט געטראסט זייערע אויבערהארן, זיי האבן געהאט מער פראגעס ווי תירוצים.
משא"כ חאמאס איז געווען אין זיבטן הימל, זיי האבן אנגעפראקט מדנ"י פאר די גאנצע וועלט. פון יעצט און ווייטער דארפן זיי זיך נאר האלטן ביים לעבן, און זיי קומען ארויס די געווינער.

נאך די ביפערגעיט, איז געשען ביי די חיזבאללה פונקט פארקערט. זיי טראסטן נישט זייערע אויבערהארן, זיי זענען געווארן אנגעפראקט פאר די גאנצע וועלט. א טאוסטער וועלכע גייט זיך צופייפן גייט מאכן יעדעם לויפן אין אלע ריכטינגען. זייער מאראל און טראסט איז פונקט ווי מדנ"י סאלדאטן האבן געהאט ממחרת שמחת תורה.

די חילוק איז נאר, די איזראעלי סאלדאטן זענען אריין אינעם קריג וואוסענדיג אז דארט איז נאך דא 250 פארכאפטע וועלכע מען דארף אהיימברענגען, אין אן איינרעדעניש אז יעצט גייט מען נקמה נעמען און אפווישן כאמאס פונעם וועלט און אזוי זיכער מאכן אז אזא זאך פאסירט מער נישט. זיי האבן געוויסט וואס די מטרה איז, און זיי האבן געהאלטן אז דאס איז מעגליך צו דערגרייכן.

דער חיזבאללה מעמבער רעדט זיך נישט איין פאר קיין איין מינוט אז ער גייט קענען אפווישן מדנ"י פון די מאפע. איז וואס איז די מטרה פונעם קריג? צו געבן און כאפן פעטש? אזא בחינה פון לאז אפ מיין בארד וועל איך אפלאזן דיין בארד?

נאך די ביפערגעיט, עס דארף ה"י זיין עפעס גאר גאר אויסערגעווענטליך אז ער זאל אפילו קענען קלעימען טיילווייזע נצחון.

א סאלדאט קעמפט גאר שווער ווען ער ווייסט אז נצחון איז על פי דרך הטבע בכלל נישט מעגליך, און איך קריג זיך דא בריב לא לי זיך פשוט אנצונעמען פאר א צווייטע אראבער וועלכע איך האב אויך פיינט.
@ראטשילד וועסט מיזן זאגן אז @הבן_יקיר איז אויכט פיינע נייעס!!!
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6866
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

@הבן_יקיר פארוואס זאל לבנון צולאזן כעזבאלא אין זייער לאנד?
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

Re: אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 6:51 am
@הבן_יקיר פארוואס זאל לבנון צולאזן כעזבאלא אין זייער לאנד?
ווער זאגט אז זיי לאזן? זיי ציטערן.
חיזבאללה האט אונטער זיך גאר א שטארקע מיליטער און פאליטישע כוח. דער לעצטער וואס האט זיך אפן ארויסגעשטעלט קעגן חיזבאללה (אין א הויעכראנגיגע פאזיציע) איז געווען רפיק אל חרירי וועלכע איז געווען דער ראש ממשלה אין לבנון. ער איז געשטארבן ווען חיזבאללה האט אויפגעריסן א באמבע נעבן זיין מאטארקאדע, אין תשע"ה - 2005 למספרם.
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6866
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הבן_יקיר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 9:50 am
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 6:51 am
@הבן_יקיר פארוואס זאל לבנון צולאזן כעזבאלא אין זייער לאנד?
ווער זאגט אז זיי לאזן? זיי ציטערן.
חיזבאללה האט אונטער זיך גאר א שטארקע מיליטער און פאליטישע כוח. דער לעצטער וואס האט זיך אפן ארויסגעשטעלט קעגן חיזבאללה (אין א הויעכראנגיגע פאזיציע) איז געווען רפיק אל חרירי וועלכע איז געווען דער ראש ממשלה אין לבנון. ער איז געשטארבן ווען חיזבאללה האט אויפגעריסן א באמבע נעבן זיין מאטארקאדע, אין תשע"ה - 2005 למספרם.
טא כיזבאללא איז די-פאקטא בעלאבאס, נישטא קיין ברירה אויב אלע אנדערע ציווילע גייען ליידן וואס איז אין איינקלאנג מיטן אונטערנאציאנאלע געזעץ.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

קרשת האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 6:30 am
הבן_יקיר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:14 am
אנאליז איבערן קריג מיט חיזבאללה:
◄ ווייז ספוילער
ביי יעדע קריג דארף מען נעמען אין באטראכט די פאלגענדע פאקטארן:
גרויסקייט: ווי פיל סאלדאטן האבן דיינע שונאים,
מעכטיקייט: ווי אויסגערישט זענען דיינע שונאים,
שטח שווערקייטן: ווי גרינג איז דאס איינצונעמען. לא הרי הרים כמישור. ווי גרויס איז דאס שטח ווי דיינע שונאים אפערירן.

ווען מען קוקט אריין אין די דריי פאקטארן, און מען וויל אויסרעכענען חאמאס קעגן חיבזאללה, איז לכאורה דעם חשבון זייער פשוט:

גרויסקייט: חיזבאללה איז 100 טויזענט אקטיווע סאלדאטן קעגן ארום 30 טויזענט פון חאמאס
מעכטיקייט: חיזבאללה האט שוין צענדליגע יארן עקספירענס אין ערענסטע קריג. צו דאס איז אין לבנון און בעיקר אין סיריע.
שטח: די ווייטסטע פלאץ אין עזה פון א מדנ"י גרעניץ איז 8 מייל (דאס איז בערך אזוי ווייט פונעם סאוט זייס פונעם סענטראל פארק ביז וואל סטריט אין מענהעטן), משא"כ אין לבנון איז די חיזבאללה גאר שטארק אין געגענטער אזוי וויייט ווי 70 מייל פונעם נענסטן שטעטל אין מדנ"י. אפגערעדט אז אנצוקמען אהין נעמט נאך לענגער (חוץ אויב נעמען זיי איין אויך סיריע אויפן וועג).
לבנון איז דאך שטיק בערג, אזוי ווי עס שטייט דאך אין פסוק אזוי סאך מאהל 'הר' נעבן 'לבנון'. משא"כ עזה איז פלאך ווי א פלייש טעלער.
לבנון איז פול מיט הויעכע דיקע ביימער וועלכע פארדעקט דעם שונא, משא"כ עזה איז מער מדבר געשטימט.

אז מען קוקט עס אין די וועג, איז גאר פארשטענדליך די פחד וואס די אידן אין ארץ ישראל האבן פונעם מלחמה וועט ברעכט אויס ה"י צווישן מדנ"י אין חיזבאללה.

פון די אנדערע זייט, איז חיזבאללה היבש גרינגער צו באזיגן ווי חאמאס.
און דאס איז די סיבות:

1. וואו קום איך אריין אינעם בילד?
עס איז דא א חילוק פון א גרופע וועלכע איז אויסגעוואקסן פונעם עולם, ווערט געשטיצט ביים עולם, און ווערט געפירט ווי א פאלקישע ארגאניזאציע. צו א מיליטערישע גרופע וועלכע ווערט געפירט דורך אויסלענדישע אינטערעסן.

חאמאס איז גרויס געווארן דורך דעם עולם אין עזה. חמאס האט באקומען זייער כוח דורך זייער עולם אין עזה.
חיזבאללה איז גרויס געווארן צוליב זייער שטארקייט אין מיליטער.

דער עולם אין עזה פילט ווי חאמאס שלאגט זיך פאר 'אונזערע רעכטן' צו האבן א לאנד. זיי שלאגן זיך פאר 'אונזערע רעכטן' קעגן דעם ציוניסטישן אקאפירער וועלכע טיילט אונז איין וואס צו טוהן. במילא אויב מיר כאפן צוליב חאמאס, מיר זענען אלע אינעם זעלבן טאפ, אמאל כאפן זיי און אמאל כאפן מיר.

משא"כ דער עולם אין לבנון. פאר וועלכע רעכטן שלאגט זיך חיזבאללה מיט מדנ"י? ווי שטייט זיי מדנ"י אין וועג? 90% פון לבנון איינוואוינער האט נישט געהאט מיט מדנ"י צו טוהן לטוב ולרע. ווען אן איינוואוינער אין לבנון פארלירט זיין הויז אדער לעקטער, ער קען נישט פארשטיין פארוואס האט ער פארלוירן זיין הויז ווייל מדנ"י האט צוטוהן מיט עזה?

איך האב אמאל געהערט א זיס ווארט. ביים יהי רצון אין ברכת הכהנים זאגן מיר: מה שחלמתי עלי, מה שחלמתי על אחרים, מה שחלמו אחרים עלי. פארוואס זאגן מיר נישט מה שחלמו אחרים על אחרים? ווייל וואס יענער האט מיט יענעם איז נישט דיין געשעפט.

דער איינוואוינער אין לבנון קוקן עס אן די זעלבע וועג. וואס מדנ"י האט מיט עזה, פארוואס איז דאס מיין געשעפט אז איך זאל פארלירן מיין הויז? וואס גיי איך פארדינען אויב עזה גייט געווינען? וואס גיי איך דערלייגן אויב מדנ"י געווינט?

במילא ווען חיזבאללה ווערט פארוויקעלט אין א בליטיגע קריג מיט מדנ"י ה"י, פארלירן זיי גאר אסאך שטיצע פון די לבנון איינוואינער, און עס מאכט זיי גאר שווער צו קענען ארבעטן אזוי.

2. רעליגיע:
חיזבאללה איז שיעי גלויביגע, און 60% פונעם לאנד (לפחות) זענען אדער נוצרים אדער סוניס.
דער סוני האט פיינט דעם שיעי מער ווי א מזרחניק האט פיינט דעם נטורי קרטא. במילא אפילו אז ער שטיצט חאמאס וועלכע איז סוני, האט ער מער פיינט דעם שיעי אין לבנון, ווי ער האט ליב דעם סוני פון עזה.
דער נוצרי האט פיינט אייניג סיי חאמאס וואס איז סוני, און סיי חיזבאללה וואס איז שיעי.
און אפילו דער שיעי וואס שטיצט שוין יא חאמאס, האט אויך נישט איבעריג ליב דעם עזה'ניק וועלכע איז סוני.

עס איז אזא צופליקטע לאנד אין דעם חלק, אז די געזעץ זאגט אז דער פרעזידענט קען נאר זיין א נוצרי, דער ראש ממשלה איז אייביג א סוני, און די ספיקער פון די האוז א שיעי.
דאס איז שוין א הסכם וואס איז געווארן נאך א בליטיגע בירגער קריג וועלכע האט געקאסט איבער 200 טויזענט לבנונער. וואס דאס איז 5% פון אלע לבנונער בימים ההם!! דאס מיינט אז 5 פון יעדע הונדערט לבנונער האבן אפגעפייגערט אין דעם בליטיגן בירגער קריג.
צו פארשטיין ווי אינג דעם הסכם איז, אני הקטן בין שוין א חדר אינגל בשעת דעם הסכם איז געשריבן געווארן...

די אפשיי וואס די פארטייען האבן איינער פארן צווייטן איז גאר שטארק. שטעל דיר פאר אז די דעמאקראטן דארפן מלחמה האלטן מיט מעקסיקא ווייל די מעקסיקאנער האבן געטשעפעט טראמפ. נעם דעם משל און מאך דאס 1000 מאהל גרעסער.

3. גערילע קעגן מיליטער.
חאמאס איז געבויעט געווארן ווי א טעראר גרופע און עס פירט זיך ווי א טעראר גרופע. יעדער טעראריטס וועלכע איז א טייל פונעם גרופע, ער וועט אודאי צוהערן צו די באפעלן פון זיינע אויבערהאר, אבער ער האט נישט קיין פראבלעם צו זיין איינער אליינס פונקט אזוי.
די מהלך ווי אזוי חאמאס איז געבויעט געווארן איז מוחמד זאל גיין אין דיר אל באלאח זעהן ווי ער קען מאכן טראבל, אחמד זאל גיין קיין רפיח זעהן ווי ער קען טיילן צרות וכו'. ער דארף נישט אן אויבערהאר וואס זאל אים זאגן וואס צו טוהן. אין קורצן, א גערילע גרופע.

משא"כ חיזבאללה איז געבויעט געווארן און איז געווארן שטארק איינגעפעדמט די לעצטע 30 יאר ווי א געהעריגע מיליטער. א באפעל קען קומען נאר פון אויבן אראפ און עס ווערט געפירט מיט אייזענעם פויסט ווי מען שטייגט אין ראנג לויט פעילות. ממש א געהעריגע מיליטער.

ווען א מיליטער פארלירט אין א קורצע צייט אלע זייערע פירער פונעם דרגה לוטענענט ביז קורנעל, מיט די צומישטקייט און פארלוירנקייט וואס דארט הערשט, איז גאר גאר שווער מלחמה צו האלטן.


4. מאראל.
ווען מדנ"י איז אריין אין מלחמה נאך שמחת תורה, איז די מאראל געווען גאר שטארק צוקלאפט ביי די איזראעלי מיליטער, זיי האבן נישט געטראסט זייערע אויבערהארן, זיי האבן געהאט מער פראגעס ווי תירוצים.
משא"כ חאמאס איז געווען אין זיבטן הימל, זיי האבן אנגעפראקט מדנ"י פאר די גאנצע וועלט. פון יעצט און ווייטער דארפן זיי זיך נאר האלטן ביים לעבן, און זיי קומען ארויס די געווינער.

נאך די ביפערגעיט, איז געשען ביי די חיזבאללה פונקט פארקערט. זיי טראסטן נישט זייערע אויבערהארן, זיי זענען געווארן אנגעפראקט פאר די גאנצע וועלט. א טאוסטער וועלכע גייט זיך צופייפן גייט מאכן יעדעם לויפן אין אלע ריכטינגען. זייער מאראל און טראסט איז פונקט ווי מדנ"י סאלדאטן האבן געהאט ממחרת שמחת תורה.

די חילוק איז נאר, די איזראעלי סאלדאטן זענען אריין אינעם קריג וואוסענדיג אז דארט איז נאך דא 250 פארכאפטע וועלכע מען דארף אהיימברענגען, אין אן איינרעדעניש אז יעצט גייט מען נקמה נעמען און אפווישן כאמאס פונעם וועלט און אזוי זיכער מאכן אז אזא זאך פאסירט מער נישט. זיי האבן געוויסט וואס די מטרה איז, און זיי האבן געהאלטן אז דאס איז מעגליך צו דערגרייכן.

דער חיזבאללה מעמבער רעדט זיך נישט איין פאר קיין איין מינוט אז ער גייט קענען אפווישן מדנ"י פון די מאפע. איז וואס איז די מטרה פונעם קריג? צו געבן און כאפן פעטש? אזא בחינה פון לאז אפ מיין בארד וועל איך אפלאזן דיין בארד?

נאך די ביפערגעיט, עס דארף ה"י זיין עפעס גאר גאר אויסערגעווענטליך אז ער זאל אפילו קענען קלעימען טיילווייזע נצחון.

א סאלדאט קעמפט גאר שווער ווען ער ווייסט אז נצחון איז על פי דרך הטבע בכלל נישט מעגליך, און איך קריג זיך דא בריב לא לי זיך פשוט אנצונעמען פאר א צווייטע אראבער וועלכע איך האב אויך פיינט.
@ראטשילד וועסט מיזן זאגן אז @הבן_יקיר איז אויכט פיינע נייעס!!!
קעפל: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.
ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 10:23 am
@הבן_יקיר איז פיינע נייעס!!!
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 130$
קומט אין אישי.
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3117
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 6:51 am
@הבן_יקיר פארוואס זאל לבנון צולאזן כעזבאלא אין זייער לאנד?
פינחס גלויבער האט זייער א שיינע שמועס אויף קול מבשר זונטאג איבער די סטאטוס צווישן לבנון און חיזבאלא.
טראמפ: די פראבלעם איז נישט אז די אקעאן וועט זיך אויפהייבן 500 יאר ארום מיט א פערטל אינטש. די פראבלעם איז די נוקלעארעאנווארעמונג...
אוועטאר
זיי פריילאך
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 05, 2023 4:29 pm

Re: אנאליזן, מושגים און מאפעס - שמח"ת טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי פריילאך »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 10:27 am
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 6:51 am
@הבן_יקיר פארוואס זאל לבנון צולאזן כעזבאלא אין זייער לאנד?
פינחס גלויבער האט זייער א שיינע שמועס אויף קול מבשר זונטאג איבער די סטאטוס צווישן לבנון און חיזבאלא.
דא
https://www.yiddish24.com/analysis/41/113890
זייער קלאר כדרכו.
דו ווילסט זיין פריילעך? נו זיי!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”