Re: ע'ס קומ'ט ניש'ט קיי'ן שטריכ'לעך!!...
כביבלי ועוד לקרא, איך קעניש די רולס, איך זע וויאזוי ס'ליינצעך פליסיג
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
וואס עפעס?
וויאזוי שרייבסטו?
יואל'יס,
ער איז שוין פון די יואל'יס.
לא זכיתי להבין.
אז כ'שרייב 'פארטאכלעוועט', האב איך נאכנישט ארויסגעווארפן די נשמה פון ווארט. סך הכל באדייט עס אז דאס ווארט האט זיך שטארק אריינגעגעסן אין אידיש, ווי 'באהאוונט', 'קלעזמער', 'באלעבאס', און נאך פיל.
איך האב גראדע לעצטנס געזען אז טייל יידישיסטן האבן דאס פאררעכנט אלץ דאטיוו. איך ווייס נישט ווער האט מחליט געווען אז ביי אונז דאס אנדערש זיין.גרשון האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 9:16 pmאיך האלט אויך מער פון רבי'נס, ווי @ביבליאגראף זאגט.
למעשה לייגט מען יא אן אפאסטראף אפצוטיילן פון א אידישן סופיקס אין רוב פעלער, אריינגערעכנט רבי'ן. נאר דא האט מען עס געמאכט כאילו -נס איז איין לאנגער סופיקס. סוף כל סוף איז דער נ' דא וויבאלד ס'איז אקוזאטיוו, און ביי יעדן פאסעסיוו וועט זיין אן אקוזיאטיוו. אין אנדערע ווערטער, דער ס' פון רבי'נס איז אייביג צוליב פאסעסיוו, נאכדעם וואס מערצאל איז רבי'ס. און נאך אלעם איז רבי'נ'ס נישט עכט קיין אפציע, ממילא דארף מען נישט איבערדרייען דערוועגן.
(אקוזאטיוו באדייט ווען א זאכווארט איז א דירעקטער אביעקט, זע דא און דא , און אין פאסעסיע איז דאס זאכווארט אלעמאל א דירעקטער אביעקט. "דאס בענקל איז דעם רבי'נס" -- בענקל איז דער סוביעקט, און רבי'נס איז א דירעקטער אביעקט. נאר ווען מ'זאגט "דעם רבי'נס בענקל" האט מען עס צוזאמגעשטעלט צו ווערן א compound noun.)
און וועס וועלן זאגן אונזערע ברידער וואס שרייבן גאר א שטרעכל אויך ביי לשון רבים צומאל?....ברדלס האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 30, 2024 2:45 pmגאנץ אמעריקא איז אויף מיט א קליינעם שטריכל...
פרעזידענט ביידען האט זיך באצויגן צום אויפטריט פון א קאמעדיאנט ביי א טראמפ ראלי, וואס האט זיך אויסגעדריקט אז פארטא-ריקא איז אן שווימענדיגער אינזל פון גארביזש, זאגנדיג: "די איינציגע מיסט וואס איך זע שווימען איז זיינע שטיצערס"...
דאס האט פאראורזאכט א גלאבאלער שטורעם, הפנים דער אמעריקאנער פרעזידענט באצייכנט א האלבע לאנד אלס בלויזע מיסט.
דער פארענטפערונג איז אבער געווען, אז מ'דארף לייגן א שטריכל... "די איינציגע מיסט וואס איך זע שווימען איז זיין שטיצער'ס".
נעמליך, דער יעניגער קאָמעדיאַנטשיק האט מיסט וואס שווימט, אבער נישט אז ער רעדט פון אלע טראמפ שטיצער.
(אין ענגליש איז 'זיינע' און 'זיין' דאס זעלבע his).
דאס באווייזט ווי איין שטריכל קען דראסטיש טוישן דעם באדייט פון א גאנצער זאץ.