’’עֶספֶּערענטָא’’ א דמיון, א שפראך, א באוועגונג.
Ĉu vi komprenas?
Nun ni parolas internacie!
-א גרינגע שפראך, לייכט און געשמאק צו לערנען, ערשאפט דורך אן אינטערסאנטער איד
איר פארשטייט?
יעצט רעדן מיר אינטערנאציאנעל!
---
די צענדליגע טויזענטע קברים אין דעם אידישען בית החיים אין ווארשע, זענען עדות צו די אידישע געווירבעל און נערוו-צענטער וואס די שטאט איז אמאל געווען, די קברים זענען שטומע ראיות אויף די רבנים, פרנסים און עמך אידן וועלכע האבן דא געלעבט.
דא איז אויך א שטיקעל אנדענק אויף די גרויסע חורבן פון די פוילישע אידענטום, די קברים פון קליינע קינדער, מאסן- קברים פון די געטא צייטן און מצבות דערמאנען אונז אידישע צרות און מסירת נפש בשעת די צווייטע וועלט קריג.
איין קבר שטארצט ארויס צווישן אלע אנדערע, צוליב איר אויסנאמען אויסזען און קאליר.
די קבר איז נאנט צום אריינגאנג, און איז ממש נעבן דעם קבר פון אדם טשערניאקאוו, דער יודענראט עלטסטער אין געטא ווארשע. אין קאנטראסט צום גרויען קאליר וואס געוועלטיגט און הערשט דא אין דעם גאנצן בית החיים, איז אבער דער קבר א געבוי פון קאלירטע שטיינער און אין צענטער איז פארהאן א גרויסע גרינע שטערן מיט דעם E בוכשטאב.
דאס איז דאקטער אליעזר זעמאנהאף'ס קבר, און עס זעט נישט אויס ווי אלע אנדערע קברים אינעם בית החיים.
וואס קען מען טון? דער וואס איז באערדיגט אונטער דעם קבר איז אויך נישט געווען ווי אלע אנדערע מענטשן אין די צייטן ווען ער האט געלעבט בין החיים.
-
דאקטער האפענונג
דאקטער לודוויג זעמאנהאף איז געבוירן געווארן אין ביאליסטאק אלץ אליעזר לאדוויג הלוי זעמאנהאף, דער שטאט איז געווען אריינגערעכנט אינעם 'תחום המושב', די געגענט וואו די אידן זענען געווען ערלויבט צו וואוינען יענע צייט אין דער רוסישער אימפעריע. זיינע עלטערן האבן אים א נאמען געגעבן אליעזר, אבער צוליב די רוסישער געזעץ האבן זיי אים בלית ברירה אויך צוגעגעבן א לעגאלען קריסטליכען נאמען, לודוויג אזוי וועט שפעטער שטיין אויף זיין אידענטיטעט קארטל און אים שפעטער אויך באגלייטן א גאנצן לעבן.
די באפעלקערונג פון דער שטאט ביאליסטאק, װאס איז דעמאלט געשטאנען אונטער רוסישע הערשאפט, האט ארײנגענומען פארשידענע נאציאנאליטעטן, צווישן זיי: פאלאקן, רוסן, דײטשן, טאטארן און פון נאך אנדערע פארשידענע ראסעס און גרופעס, יעדע גרופע האט גערעדט די אייגענע מאמע לשון און עס איז געווען גאר זעלטען אז די פארשידענע אפשטאמיגע זאלן קענען מער ווי איין שפראך. אן איבערוויגענדע מערהײט; א געשאצטע אכט און זעכציג פראצענט זענען געווען אידן און פארשטייט זיך גערעדט צווישן זיך נאר אידיש.
צווישען די פארשידענע עטנישע גרופעס און ערב רב האט נישט געהערשט קיין שלום, עס איז שטענדיג געווען אנגעצויגען, און קריגערייען האבן כסדר אויסגעבראכן אין שטאט. אויפוואקסענדיג האט לייזער זעמאנהאף בייגעוואוינט די מערערע קאנפליקטן, און טעגליכע אמפערייען צווישען די פארשידענע אפשטאמיגע אין שטאט. און זייענדיג אן איידעלער און פרידליכער נאטור האט אים עס געקרענקט און פארדראסן.
אליעזר האט געשאצט אז א דירעקטע גורם צו די אלע האס און כעס איז די איינפאכע פראסטע פאקט אז מענטשן קענען פשוט נישט זיך צונויף רעדן א גראד ווארט מיט זייערע אייגענע שכנים. א מאדערנע דור הפלגה.
סיי זיין זײדע און סיי זײן פאטער זענען געװען שפראך-לערער, און זעמאנהאף האט אנגעהויבען טרוימען אז אויב אלע מענטשען וועלן זיך קענען צוזאם רעדן וועט דאן זיכער זיין שלום ושלווה אין שטאט.
דער יונגער זעמנהאף האט זיך אויך גערעכנט מיט דעם פאקט אז נארמאל וועלן מענטשען נישט אריינלייגען קיין צייט, מיה און געדולד זיך צוצולערנען א רייע שפראכן פשוט דערפאר כדי זיי זאלן זיך קענען אויסקומען מיט די אנדערע שטאט איינוואוינער, און ער איז געקומען צו די מסקנא אז עס פעלט אויס איין אינטערנאציאנעלע שפראך וואס זאל זיין די צווייטע שפראך פון יעדן מענטש תיכף נאך זיין מאמע לשון, דאס זאל דינען ווי א ''בריק- שפראך'' פאר אלע מענטשען סיי וואו אימער אויף דעם ערד קוגעל.
אנדערש ווי עס פאסירט געווענטליך צו פאנטאזיעס פון קליינע קינדער, זענען זיינע פלענער נישט צונישט געווארן אינאיינעם מיט זיין עלטער ווערן.
זייענדיג א יונגע שולער אין ווארשע האט זעמאנהאף געמאכט א פרואוו צו ערשאפן אן אייגענע אויסגעטראכטע אינטערנאציאנאלע שפראך; די שפראך האט געהאט זײער א רײכע און אזוי אויך קאמפליצירטע גראמאטיק. ווען ער האט געלערנט ענגליש צוזאמען מיט א רייע אנדערע שפראכן ווי לאטייניש, פראנצויזיש, העברעאיש און גריכיש, איז ער געקומען צו א מסקנא, אז אויב ער וויל אז די שפראך זאל טאקע זיין אינטערנאציאנאל, דאן מוז עס האבן אן איינפאכע און לייכטע גראמאטיק, און האבן א ברייטע רייע פון פשוט'ע כללים, כדי מען זאל קענען מאכן פארשידענע קלאנגען און נוצען דאס זעלבע ווארט אויף פארשידענע וועגן, די כללים וועלן מוזן געבויעט ווערן אויף א שטייגער אז יעדע קלאנג אדער ווערסיע זאל טוישען דאס גאנצע דערהער פון דאס ווארט.
זעמאנהאף האט אנגעהויבן דמיונ'ען אויף ערשאפן א נייטראלע אינטערנאציאנאלע שפראך וואס וועט נישט זיין אידענטיפיצירט מיט קיין שום לאנד, גרופע אדער נאציאן. א שפראך וואס איר צו לערנען וועט זיין גרינג, געשמאק און אפילו לאכעדיג, אזוי וועלן מענטשען פון די גאנצע וועלט זיין אינטערסירט עס צו לערנען און אויסלערנען. א שפראך וואס וועט שפרייזען איבער לענדער, וואסערן, סעקטעס, אפשטאמונגען און קאלטורען, א שפראך וואס פארמאגט א שפע פון שעפערישע אויסדרוקען.
אין יאר 1878 נאך אין א יונגע עלטער פון ניינצען יאר, האט ער כמעט פארענדיגט דעם ערשטן לינגוויסטישן פראיעקט ''לינגווע-אוניווערסאלע''Lingwe uniwersala) ) אבער ער איז געווען צו יונג און אומערפארן עס צו פארעפנטליכן.
נאכן גראדואירן האט ער אנגעהויבן צו שטודירן מעדיצין אין מאסקווע און דערנאך ממשיך געווען צו שטודירן אינעם ווארשעווער אוניווערסיטעט, ער האט זיך אבער נישט מייאש געווען פון זיין פלאן און ווייטער געארבעט אויף דעם שפראך פלאן.
אין יאר 1885 האט ער פארענדיגט אלע זײנע שטודיעס, און האט אנגעהויבן ארבעטן אלץ אויגן דאקטער. די ארבעט איז נישט געווען א סתירה צו זיין לעבנסטרוים, און גלײכצײטיג האט ער װײטער געארבעט אויף זיין אינטערנאציאנאלען שפראך-פראיעקט. במשך צװײ יאר האט ער געזוכט פינאנציעלע שטיצער אויף צו צושפרייטען זיין בוך. ביז זײן צוקונפטיגער שװער האט אלעס אויסגעצאלט. נאך די שוועריגקייטען איז ענדליך אין יאר 1887 ערשינען זיין בוך, דער ''לינגווא''.
(Lingvo internacia Antaŭparolo kaj plena lernolibro))
אויף א פרייע איבערזעצונג: אינטערנאציאנאלע שפראך, הקדמה און פולע לערן- בוך. אין וועלכן ער האט דערלאנגט און קלארגעשטעלט די פרינציפן און יסודות פון די נייע שפראך.
די פסעוואדנים (פען-נאמען) וואס ער האט גענוצט איז געווען דאקטארא עספערענטא, אין פרייע איבערזעצונג ''דאקטער האפענונג''(Doktoro Esperanto) מעגליך אז זעמאנהאף האט ספעציעל אויסגעקליבן די פסעוואדנים וויבאלד עס דערמאנט זיין אמת'ע פאמיליע נאמען, און פון ''זעמאנהאף'' איז עס פארוואנדעלט געווארן צו ''האפענונג''.
אבער דער דאקטער האט זיך נישט באגענוגענט מיט האפענונג, אינעם בוך זענען געווען קיופאנען וואס מען האט געקענט אראפרייסען און צוריקשיקען צום מחבר, די אינהאלט פון די קיופאנען איז געווען אז מען נעמט זיך אונטער צו לערנען און פארשפרייטען דעם שפראך. זעמאנהאף האט געהאפט צו גרייכען א נומער פון צוואנציג מיליאן פארשפרייטער. די ציל איז טאקע קיינמאל נישט געגרייכט געווארן, אבער ער האט זיך נישט געקימערט דערמיט, זאמענהאף האט נישט געשפארט קיין פלאג און מי – ער האט געלייגט רעקלאמעס פון די נייע בוך אין צייטונגען, געשיקט קאפיעס צו רבנים, לינגוויסטער- שפראך קענער און רעדאקטארן, זיך געשריבן מיט מענטשען פון די גאנצע וועלט, רעדאקטירט דעם ערשטן עספעראנטא צייטונג, זיך געפלאגט און איבערגעטייטשט ספרים און ביכער אויף עספעראנטא, אזוי אויך האט ער איבערגעטייטשט דאס גאנצע תנ''ך און להבדיל א רייע מייסטערווערק פון דער ליטעראטור וועלט. ער האט אויך פארפאסט ארגינעלע פאעזיע, אזוי האט ער געוויזן אז די שפראך איז בכוח אויסצודריקן די גאנצע קייט פון מענטשליכע געפילן, און אויך דינט אלס ליטערארישע פאעטישע שפראך, צו דאס אלעס האט ער אויך געשריבען א ווערטערבוך וואו ער האט איבערגעטייטשט די יסודות'דיגע עספערנטא ווערטער אויף פינף אנדערע שפראכן.
א דאנק די פעדער-נאמען וואס ער האט גענוצט פאר דעם בוך האט זיך עס אזוי ארום שפעטער דערקייקעלט אז אזוי ווערט גערופן זיין נייע שפראך.
זעמאנהאף האט געהאפט אז די נייע שפראך וועט דינען אסאך מער ווי בלויז א קאמיוניקאציע מיטל, דאס האט געזאלט זיין א געצייג אויף צו פארשפרייטן פרידען געדאנקן און אחדות. ווי א בריק וואס באהעפט מענטשן פון פארשידענע קאלטורען. זעמאנהאף האט פאראויס אפגעזאגט יעדע סארט דרוק-רעכטן אויף דעם שפראך און זיך אנטזאגט צו אויפשרייבען די רעכטען אויף זיין נאמען. ער האט אנגעקוקט די שפראך ווי אן אייגענטום פון די עספרענטא רעדנער און באנוצער פון איבער די גאנצע וועלט. פונקט ווי יעדע אנדערע נאציאנעלע שפראך.
די תוצאות פון זיין מיה האט טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען, גאר גאר שנעל האט זיך דער געדאנק און שפראך צושפרייט, אין א דור וואס אידילאגיעס און פילאזאפיעס זענען אנגעקוקט געווארן מיט גרויס עהרע און שעצונג האט דער געדאנק און די שפראך נאכאנאנד צובאקומען א וואקסענדע צאל שטיצער, אנפאנג הויפטזעכליך אינערהאלב דעם רוסישער אימפעריע און גלייך דערנאך אויך אין צענטראל אייראפע. נישט צו לאנג שפעטער האט זיך די שפראך און געדאנק אויך פארשפרייט אויף אנדערע ערטער - מערב אייראפע, אמעריקע, כינע און יאפאן.
עספעראנטא איז נישט געווען דער ערשטער פרואוו צו אויספלאנירען אן אינטערנאציאנעלע שפראך. עס האט איר מקדים געווען ''די וואלפישע באוועגונג'', וואס א סך פון די מיטגלידער האבן זי פארלאזט לטובת דעם נײע שפראך. עספעראנטא האט זיך ארויסגעוויזן צו זײן גרינגער צו לערנען, און דערפאר נוצליכער.
א טייל פון די סיבה איז וויבאלד אירע וואקאבולעאר איז געווען באזירט אויף שורשים פון אייראפעאישע, לאטײנישע און סלאווישע שפראכן.
די שפראך האט זיך ארויסגעוויזען לערנבאר און לייכט.
אין די ערשטע תקופה איז זי בעיקר גענוצט געווארן אין בריוו אויסטוישען און כמעט נאר אין שריפט. נאר א קליין ביסעל איז גערעדט געווארן אין יוגענט קלובען, אבער דאס אויך נישט קיין סאך.
זעמנהאף האט איבער די צייט געמאכט נאך עטליכע הגהות און תיקונים דערויף.
-
מיט א ריזיגע באזע פון שטיצער און אנהענגער איז די גאנצע עספערענטא באוועגונג ארויף א שטאפעל.
אין יאר 1905 איז פארגעקומען דער ערשטער עספעראנטא-וועלט- קאנגרעס אין פראנקרייך .דער קאנגרעס האט צום ערשטן מאל באוויזן אז עס איז מעגליך צו קאמיוניקירן אין א גערעדטן עספעראנטא, זעמאנהאף האט דארטן גערעדט, אבער זיך אפגעזאגט צו נעמען אן אקטיוון טייל אין די ארגאניזאציע- פירערשאפט, זאגנדיג אז ער איז בלויז "איינער פון די עספעראנטאיסטן".
דריי יאר שפעטער איז געגרינדעט געווארן די וועלטליכע עספערענטא אסאסיאציע וואס איז נאך היינט צוטאגס אקטיוו.
די שענסטע תקופה פאר עספעראנטא איז געווען אין די צוואנציג יארן, אין די תקופה, ווען נייע אידאלאגיעס האבן כסדר אויפגעשפראצט ווי שוואמען נאך רעגן, איז עספעראנטא ווארעם אויפגענומען געווארן, אזש אז דער יו ען פארגייער, די א.ג. ''פעלקער ליגע'' האט רעקאמענדירט די באטייליגנדע פעלקער אירע עס צו לערנען. א סך פון די פאפולערע וועלט פיגורען און שישקעס אין יענע צײַט און אויך אין שפעטערע יארן, ווי למשל אלבערט איינשטיין, אדער אנדערע באוואוסטע רוסישע שרייבער און אנדערע ארויפגעקוקטע פיגורען האבן אויסגעדריקט זייער באוואונדערונג צו עספעראנטא און עס שטארק געשטיצט.
צוויי פון דאקטער זעמאנהאף'ס טעכטער האבן זיך מיטגעכאפט מיט זייער פאטערס לעבן פראיעקט און געווארן עספעראנטא לערערינס. זאמענהאף'ס דרײ קינדער זענען אלע אומגעקומען אינעם קריג, אבער זײן אייניקל לואי האט יא איבערגעלעבט. ביים קריג האט ער זיך באהאלטען ביי א פארמער וואס האט געקענט עספעראנטא, יענער האט אים געפרעגט אויב ער קען די שפראך, לואי האט גענטפערט אז יא און זיך פאררעדט אז זיין זיידע איז דער ערשאפער דערפון, דערנאך איז ער געווען באזארגט אז דער פארמער וועט אים איבערגעבן פאר די נאציס אבער למעשה האט יענער אים נישט פארראטן.
-
-
היינט צוטאגס, איבער הונדערט און דרייסיג יאר נאכן ערפינדען, איז עספערענטא א לעבעדיגע שפראך, עס אנטוויקעלט זיך כסדר, די ווערטערבוך וואקסט, עס קומען נאכאנאנד צו נייע אנהענגער צום שפראך און געדאנק. מיט די אינטערנעט רעוואולוציע איז די רעדע פון צענדליגע מיליאנען עספערענטא רעדנער קענער, לערנער און באשעפטיגער. עס זענען פארהאן מאגאזינען, לעקציעס, פילם'ס, וועבזייטלעך, פאדקעסטס און אפילו ראדיא סטאנציעס אויף די אינטערנעט.
עס זענען אויפגעקומען אסאך עספעראנטא שרייבער, וועלכע בארייכערן די עספעראנטא קאלטור מיט ווערדפולע ווערק, אסאך פון זיי זענען איבערגעזעצט געווארן אויף נאציאנאלע שפראכן.
די עספערענטא קאלטור איז פאפולער ביי יונגע און עלטערע צוגלייך, עס זענען פארהאן אומצאליגע צוזאמענקומען און אינטערסאנטע באשעפטעגונגען, די אנהענגער רעדן פון א זאך וואס איז פול מער ווי סתם א שפראך, זיי שרייבן ביכער, לידער און שפילען אויף עספערענטא,
פאר א גוטע ביישפיל צו צייגן ווי שפורדעלדיג די שפראך איז קען מען אנווייזען אויף די מאנאטא (monato) אויסגאבע, דאס איז א חודש'ליכע מאגאזין אויף עספערענטא וואס ערשיינט שוין בערך דרייסיג יאר אין איבער זעכציג לענדער.
אין די מאגאזין זענען די שרייבער עוסק אין נושאים ווי פאליטיק, פינאנץ און קאלטור אבער די אדזשענדע איז אן אינטערנאציאנאלע, נישט קיין נאציאנאלע.
שטודיעס צייגן אז לערנען עספעראנטא איידער אנדערע פרעמדע שפראכן, וועט דערנאך העלפן זיך צולערנען נאך שפראכן, איינס פון די שטודיעס האבן געצייגט אז א גרופע סטודענטן וועלכע האבן קודם געלערנט פאר איין יאר עספעראנטא, און דערנאך פאר דריי יאר פראנצויזיש, האבן בעסער געקענט פראנצויזיש ווי אן אנדערע גרופע סטודענטן וועלכע האבן געלערנט נאר פראנצויזיש פאר גאנצע פיר יאר!
די באוועגונג אנהענגער צייגן אז היטלערס און סטאלינס פארדאכט איז נישט געווען סתם אין דער וועלט אריין, לויט ווי זיי טענה'ן איז עספערענטא א שלום באוועגונג ביז היינט.
טראץ די אלע שיינע לויב ווערטער וואס עספערענטא אנהענגער לויבן אויס דעם שפראך איז עד היום נישט פארהאן קיין איין לאנד ווי מען האט דאס אפיציעל אדאפטירט אלס נאציאנאלע שפראך. ''מיר האבן נישט קיין ארמיי אדער לאנד'' זאגט באנגעט גונאר , דער געוועזענער וויצע פארזיצער פון די ''שוועדישער עספערענטא- אנהענגער- פאראיין'' א ספק צופרידן, א ספק אומצופרידן, ער שאצט אז עס איז אוממעגליך צו איבערצייגן לענדער אדער פאליטיקאנטען אין דעם ''אי יו'' צו עס אפיציעל אדאפטירן.
די עספעראנטא רעדנער זענען מודה אז אן ''אוניווירסאלע לינגווא'' איז נישט קיין אמת'ען לעזונג צו קאנפליקטן, אזוי אויך זענען זיי מודה אז ענגליש איז אסאך מער אינטערנאציאנעל ווי עספעראנטא און עס זעט נישט אויס אז עספעראנטא וועט אזוי שנעל ווערן יעדען מענטשן'ס צווייטע שפראך אזוי ווי דאקטער האפענונג האט געהאפט, אבער זיי טרייסטען זיך אז עס איז מעגליך אז אין די ווייטערע, אומזעבארע צוקנופט וועט וואונדער פאסירן.
עס איז פארהאן אן עספערענטא פאספארט וואס ווער עס פארמאגט אין באזיץ אזאנס קען איינשטיין חינם אין כסף ביי סיי וועלכען איינגעשריבענע עספערענטא רעדנער. אויף די עספעראנטא פאן איז פארהאן א שטערן פון פינף שפיצען, דאס סימבאליזירט די פינף קאנטינענטען, און די גרינע קאליר ברויך צו סימבאלאזירען האפענונג.
און די באוועגונג אנהענגער טרוימען הויך אויף פינף קאנטינענטען וואו מען רעדט די שפראך.
די שפראך איז געבויעט אויף זעכצען הויפט כללים און א קליינע צאל פון שורשים, און אנדערש ווי ענגליש האט עס נישט קיין איין יוצא מן הכלל, דערפאר איז עס טאקע גאר לייכט צו לערנען, הויפטזעכליך פאר די וועלכע קענען אייראפעיאישע שפראכן. אפילו די וועלכע רעדן נישט קיין איין אייראפעישע שפראך איז עס נאך אלץ לייכטער צו אויפכאפן ווי סיי וועלכע שפראך.
-
אן אינטערסאנטע פאקט איז אז אסאך דיקטאטורען און רעזשימען האבן געהאט א פראבלעם מיט עספעראנטא. די נאציס האבן געזען אין עספעראנטא א פראיעקט, וואס איז א שווערע סתירה מיט זייער נאציאנאליסטישע וועלט-שטעלונג, און דעריבער האבן זיי באיקאטירט די שפראך און ביסלעכווייז פארמאכט אלע עספעראנטא פאראייניגונגען אין דייטשלאנד, צום ענדע האבן זיי אינגאנצען פארבאטן יעדע לינגוויסטישע אדער געזעלשאפטליכע טעטיקייט אין דעם שפראך, סיי אין דייטשלאנד און סיי אין יעדע פלאץ וואס זיי האבן אקופירט. אין זיין בוך "מיין קאמפף" האט היטלער דעפינירט די אינטערנאציאנאלע שפראך אלס אן "אידישע אינטריגע איבערצונעמען די וועלט".
די פייערדיגע ענטוזיאזם וואס עספעראנטא האט זוכה געווען גלייך אנפאנג דעם סאוועטישן רעזשים, איז שפעטער איבערגעדרייט געווארן צו אן אומגליק. אין די שפעטע דרייסיגער יארן האט סטאלין פארבאטען סיי וועלכע עספעראנטא אקטיוויטעטן און אסאך עספעראנטא באנוצער (געשאצט אין די טויזנטער) זענען פארטריבען אדער דערמארדעט געווארן מיט'ן אויסרייד אויף שפיאנאזש קלאגעס, סטאלין האט געזען דערין א שפראך וואס שפיאנען רעדן. וויאזוי ער האט געגרייכט אזא מסקנא איז אוממעגליך צו פארשטיין, אבער קען זיין אז יעדע זאך וואס קען העלפן און נענטער מאכן מענטשן צווישן זיך - אויסער מאמע רוסלאנד- איז פארדעכטיגט.
אויך די רוסישע צאר, די פראנצויזישע נאציאנאליסטן, די יאפאנער בשעת דעם צווייטען וועלט קריג, האבן געפייניגט און נאכגעפאלגט די שפראך אנהענגער וויבאלד זיי זענען אזוי ווי ''וואסער מעלאנען'' גרין פונדערויסען (די קאליר פונעם עספערענטא פאן) און רויט פון אינעווייניג (קאמוניסטען).
אין ראמעניע, אונטער דער גרויזאמער דיקטאטאר טשאוטשעסקאו איז אויך געווען גאר ''אומאנגענעם'' צו רעדן דעם שפראך.
דאגעגן, דער פאשיסטישער איטאליע אונטער מאסיליני, איז נישט געווען פיינטלעך צו די שפראך און האט אפילו פרובירט צו מוטיגן טוריזעם מיט'ן פארשפרייטן בראשורען אויף עספעראנטא. אויך אין שפאניע אונטערן פראנקא רעזשים איז עספעראנטא געווען פארשפרייט צווישן די רעפובליקאנער קרעפטן.
-
עספעראנטא, האט א כינעזישער 'עספעראנטאיסט' אמאל געזאגט, איז געגליכען צו א ווערטערדיגע האנטדרוק – צוויי מענטשן שטרעקן אויס זייער הענט, יעדער פון זיי שטרעקט אויס צו האלב פון די ווייטקייט צווישן די צוויי, און מאכן ביידע אינאיינעם דאס זעלבע אנשטרענגונג זיך צו פארשטיין איינער דעם אנדערן. און דאס איז בעצם די גאנצע זאך, עספעראנטא איז א ווירקליכע געצייג פאר געמיינזאמקייט און גלייכקייט, גענוי ווי זעמאנהאף האט באצייכענט דעם ערשטען עספערענטא קאנפרענץ '' דא האבן זיך נישט צוזאמען געטראפן פראנצויזען מיט ענגלענדער, אדער רוסן מיט פוילישער'' האט זעמאנהאף געזאגט, ''דא האבן זיך צוזאמען געטראפן מענטשן מיט מענטשן''.
.
זייטיגע נאטיץ:
איינער פון די שטערקסטע פיגורען אין די עספערענטא קאלטור, איז קאזימיערש ביין, אן אויגן דאקטער. וואס איז באוואוסט געווארן א דאנק זיינע פולע איבערזעצונגען אויף עספעראנטא ער האט אויך רעדאגירט איינער פון די ערשטע ווערטערביכער אין די עספעראנטא שפראך, Vortaro de Esperanto.
ביין האט געשריבן און איבערגעזעצט אויף עספעראנטא אונטערן פען נאמען "קאבע", וואס איז געווען צוזאמענגעשטעלט פון די ערשטע אותיות פון זיין נאמען אויף פויליש (ק.ב.). אין 1911 האט ער אן קיין פריערדיגען ווארענונג אפגעלאזט זיינע אלע עספעראנטא אקטיוועטעטן און מער קיינמאל נישט זיך געקימערט מיט דעם שפראך. אלץ רעזולטאט, ווי עס פאסט פאר א שפראך וואס אנטוויקעלט זיך, איז אין עספעראנטא געשאפן געווארן דעם מושג ''קאבעי,'' ווי זיין נאמען. דער טייטש דערפון איז: "זײן א באגײסטערטער אקטיוויסט און א סך צולייגן צו עספעראנטא, און דערנאך פלוצלינג פארשווינדען ווערן אן קיין שום הסבר." דאס ווארט ווערט נאך היינט גענוצט ביי עספעראנטא רעדנער.
-
זייטיגע נאטיץ:
אין יאר 1901 האט דאקטער לייזער זעמאנהאף ארויסגעגעבן א פרישע געדאנק וואס איז אויך געווען א געדאנק צו מערן שלום אויפ'ן וועלט, אבער עס איז קיינמאל נישט געווארן צו פאפולער.
די געדאנק, וואס ער האט איר קודם א נאמען געגעבן 'הלעלסימא' אויפ'ן נאמען פון הלל הזקן, איז געווען א פילאסאפיע און געדאנקענגאנג פון 'ואהבת לרעך כמוך' און 'מה דעלך סני לחברך לא תעביד'.
בערך א פינף יאר שפעטער האט ער געביטן דעם נאמען פון 'הלליסמא'' צו 'הומארניסמא'. דאס טייטשט אויף עספעראנטא מענטשליכקייט.
אין ניין סעיפים האט ער דערקלערט וויאזוי די געדאנק ארבעט און פאדערט, און אין איין ווארט האט דאס געזאלט פונקט ווי דער שפראך, אויסלייטערן די גאנצע וועלט צו איין גרויסע ברודערליכער באוועגונג, ווי יעדער איינער לעבט זיך אהן קיין ברעקל האס, נאר אדרבא, יעדער העלפט זיך איינער דעם צווייטער.
וועגן מערערע סיבות האט ער נישט געווילט עס פארשפרייטן אונטער זיין אמת'ע נאמען, צו וויבאלד ער האט זיך געפארכט פון די רוסישע אימפעריע, צו וויבאלד ער האט מורא געהאט אז מען זאל נישט אויסמישען צווישען זיין אנדערע באוועגונג, די עספערענטא, צו וויבאלד ער האט מורא געהאט אז צו א שטארקע קריטיק וועט שטערן די עספעראנטא באוועגונג.
די געדאנק האט למעשה נישט געקריגען צופיל שטיצער.
אבער מיר, תורה טרייע אידן ווייסען אז ווען עס איז געווען דאס וואס די פסוק רעדט אז ויהי כל הארץ שפה אחת ודברים אחדים איז נישט געווען גוט, און דאן ווען עס וועט מקויים ווערן די נבואה פון ’’כי אז אהפך אל עמים שפה ברורה לקרא כלם בשם ה' לעבדו שכם אחד’’ וועט נאר דאן אויך מקויים ווערן די נבואה פון ’’וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ ועגל וכפיר ומריא יחדו ונער קטן נהג בם.’’
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃