היימישע פארמעסיס

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

חכמים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 6:21 pm

היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמים »

א חבר טרעפט מיר פרייטאג צונאכטס נאכן דאווענען פארלוירענעהייט און פארציילט אז ער נעמט א וויכטיגע מעדעצין דריי מאל א טאג. היינט אינדערפרי נאכן נעמען די ערשטע דאזע האט זיך די פלעשל אויסגענוצט. ער האט אריינגערופן צו די פארמעסי און באשטעלט א Refill דורך די אטעמאטישע סיסטעם. די סיסטעם האט באשטעטיגט "Your refill will be delivered today". מיין חבר איז געווארן פארנומען די גאנצע פרייטאג מיט הכנות פאר שבת. נאכן זמן דערמאנט ער זיך פון די Refill וואס ער האט באשטעלט, ער קוקט ארום ביי די קעבעניט ווי די מעדעצינען ליגן אבער די מעדיקעישן איז נישטא. ער פרעגט פון די פרוי אויב ס'אנגעקומען עפעס פון די פארמעסי, זי זאגט אז נישט. ער גיט א קוק ביי די טיר אינדרויסן, ביי די שכנים, אבער הילד איננו. אפשר האב איך געקליבן די אפציע פון עס קומען אפנעמען? ניין, די סיסטעם האט קלאר באשטעטיגט "Your refill will be delivered today"!

איך זאג פאר מיין חבר אז אויב ס'איז א פאפולערע מעדעצין (זאלעפט, קלאנאפין כו') קען ער פרעגן אן הצלה מאן אויב ער קען העלפן פארשאפן עטליכע שטיקלעך דערפון. למעשה איז עס נישט אזא קאמען מעדיקעישן און אויך נישט קיין קריטישע לעבנס-וויכטיגע מעדיקעישן, און ער האט בלית ברירה אויסגעווארט ביז מוצ"ש.

נאכן זמן מוצ"ש טרעפט זיך מיין חבר און פארמעסי און פרעגט זיי וואס טוט זיך מיט מיין Refill ריקוועסט, זיי ענטפערן, ס'וועט זיין גרייט ביז עטליכע מינוט. פארוואס איז עס נישט געווארן דעליווערט פרייטאג? "אונז טוען נישט קיין auto refills פרייטאג" איז געווען די ענטפער. דעמאלס פארוואס האט די סיסטעם מיר באשטעטיגט אז די מעדיקעישן וועט היינט ווערן דעליווערט?? "דאס איז אן אטעמאטישע סיסטעם, וואלסט געקענט אריינקומען אפנעמען דיין מעדיקעישן" איז געווען די ענטפער. פארוואס זאגט נישט די סיסטעם אז מ'דארף אריינקומען אפנעמען די מעדיקעישן?? ס'א מעדעצין וואס איך בין אנגעוויזן דערויף און כ'דארף דאס נעמען 3 מאל א טאג און כ'האלט שוין ביי די צווייטע טאג דאס נישט נעמען!? "דיס איז די פאלעסי" איז ער קאטעגאריש אפגעענטפערט געווארן.

אין מיינע אויגן איז דאס א גרויסע עולה! און קומט פון זיך נישט צופיל רעכענען מיט די קאסטומערס (דאס קען זיי מסתמא אריינלייגן אין ערנסטע לעגאלע פראבלעמען, בפרט אויב ס'האט אן עפעקט אויפן פאציענט'ס געזונט). מיין שאלה איז, איז עס אזוי ביי אלע פארמעסיס אז פרייטאג מאכט מען נישט קיין auto refills? וועלכע פארמעסי האט גוטע קאסטומער סערוויס און אזא זאך וואלט דארט נישט פאסירט?
לעצט פארראכטן דורך חכמים אום זונטאג יולי 28, 2024 5:01 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

דא איז דא 2 חלקים

וועלכע קאסטומער סערוויס די געשעפט זאל יא אדער נישט צושטעלן, דאס איז זייער עסק, און די קונים ברויכן מאכן דעם באשלוס וואו איינצוקויפן

דאס אויסנארן די פאציענט אין די ספעציפישע פאל איז א אומאקצעפטירבארע באג אין די סיסטעם וואס טאר בשום אופן נישט אנגיין ווייטער פאר איין טאג. עס איז די אחריות פון די פארמאסי און אירע ארבעטער צו צייגן אז זיי פארשטייען אז דאס איז נישט סתם א גראסערי צי א אפלייענסעס געשעפט, נאר מען שפילט זיך דא מיט מענטשן'ס געזונט און צומאל לעבן ממש. א פארמאסי קען זיך נישט ערלויבן צו מאכן טעותים אויפן זעלבן שטייגער ווי א אנדערע געשעפט קען, עס דארף זיין פיל מער פול-פרוף.
נייע ניק
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

זייער שטארק! ווען זיי וואלטן זיך אנטשולדיגט פאר די טעות אין די סיסטעם און פארשפראכן דאס צו פאררעכטן, גלייב איך נישט אז דו וואלסט געעפענט די אשכול...
אוועטאר
ברונעם
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 21, 2024 7:41 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברונעם »

קעפל: מעג א איד לייגן א שלעכטע google review אויף א צווייטע איד?
מרנן ורבנן האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 5:23 pm
עס איז דא ביי אונז אין ב"פ פארמעסי וואס האט געפערליכע סערוויס. עס האט שוין כו"כ אויסגעמאכט פאר מיר און פאר מענטשן וואס איך דיעל מיט לגבי זייער וועלביענג און געזונט. דער בעה"ב האט בשו"א געוואלט הערן פיעדבעק. דאס איז אנגעגאנגען א שטיק צייט ביז איין טאג האב איך ארפ געדארפט א ריוואיו מיט אלע פיעדבעק, און פארשטייט זיך מיט מיין אייגענע נאמען. א פאר טעג שפעטער טרעפט מיר דער בעה"ב און פאנג מיר אן צי באזידלען פאר די שלעכטע ריוואיו אבער איך האב זיך געהאלטן ביי מיינס און אים געזאגט פארעכט די פעלערן און איך טויש די ריוואיו פאר פאזיטיוו.

למעשה כהיום האט ער זיך אסאך פארבעסערט.
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

וואס האט דאס מיט 'היימיש' ביי די נישט היימישע איז בעסער?
מיינסט צו זאגן אז די סיבה פון די נאכגעלאזטע קוסטומער סערוויס איז ווייל מען קען זיי נישט מסר'ן
חכמים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 6:21 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמים »

דוד הכהן האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 5:02 pm
וואס האט דאס מיט 'היימיש' ביי די נישט היימישע איז בעסער?
מיינסט צו זאגן אז די סיבה פון די נאכגעלאזטע קוסטומער סערוויס איז ווייל מען קען זיי נישט מסר'ן
האט מעגליך א שייכות מיטן זיין היימיש, אבער די ציל פון די אשכול איז נישט צו נעמען נקמה אדער באררעדן אן אנדערע אידס ביזנעס. נאר זיך ארויסצוהעלפן איינער די אנדערע דורך שערן אייגענע עקספיריענס, וועלכע היימישע פארמעסיס קען מען געטרויען און אזא זאך וואלט זיך דארט נישט אפגעשפיעלט, און וועלכע האבן א גוטע קאסטומער סערוויס כו'.
לעצט פארראכטן דורך חכמים אום זונטאג יולי 28, 2024 5:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

איך האב א סאך צו רעדן אויף דער נושא, ספעציפיק וועגן פארמעסיס. אסאך פון די נייערע, אינגע, פענסי פארמעסיס האבן געברענגט א חרבון.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
Hershy21
שר ששת אלפים
תגובות: 6270
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

זאל ער טוישן פארמעסי.
חכמים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 6:21 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמים »

Hershy21 האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 9:01 am
זאל ער טוישן פארמעסי.
דאס איז די שאלה, וועלכע היימישע פארמעסי קען מען געטרויען און האט א גוטע קאסטומער סערוויס? קומט אריין מיט טייער ערפארונג
אוועטאר
Hershy21
שר ששת אלפים
תגובות: 6270
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

חכמים האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 2:13 pm
Hershy21 האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 9:01 am
זאל ער טוישן פארמעסי.
דאס איז די שאלה, וועלכע היימישע פארמעסי קען מען געטרויען און האט א גוטע קאסטומער סערוויס? קומט אריין מיט טייער ערפארונג
וועלכע שטאט?
חכמים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 6:21 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמים »

Hershy21 האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 2:47 pm

צ.ב.ש. מאנסי אומגעגנט
אוועטאר
ברונעם
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 21, 2024 7:41 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברונעם »

חכמים האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 4:42 pm

גרינבוים'ס
חכמים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 6:21 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמים »

ברונעם האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 4:45 pm

האבן זיי אן אטעמאטישע ריפיל פאון סיסטעם?
אוועטאר
ברונעם
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 21, 2024 7:41 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברונעם »

חכמים האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 5:45 pm
ברונעם האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 4:45 pm
חכמים האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 4:42 pm
Hershy21 האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 2:47 pm
חכמים האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 2:13 pm

דאס איז די שאלה, וועלכע היימישע פארמעסי קען מען געטרויען און האט א גוטע קאסטומער סערוויס? קומט אריין מיט טייער ערפארונג
וועלכע שטאט?
צ.ב.ש. מאנסי אומגעגנט
גרינבוים'ס
האבן זיי אן אטעמאטישע ריפיל פאון סיסטעם?
כ'מיין אזוי.
חכמים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 6:21 pm

Re: היימישע פארמעסיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמים »

ברונעם האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 4:45 pm
חכמים האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 4:42 pm
Hershy21 האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 2:47 pm
חכמים האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 2:13 pm
Hershy21 האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 9:01 am
זאל ער טוישן פארמעסי.
דאס איז די שאלה, וועלכע היימישע פארמעסי קען מען געטרויען און האט א גוטע קאסטומער סערוויס? קומט אריין מיט טייער ערפארונג
וועלכע שטאט?
צ.ב.ש. מאנסי אומגעגנט
גרינבוים'ס
נאכן עס אויספרובירן קען איך עס באשטעטיגן.

כ'האב באשטעלט אן אווער די קאונטער ארדער, זיי האבן מיר געגיבן זייער גוטע רואיגע קאסטומער סערוויס. ס'אריבער אפאר שעה און די ארדער איז נאכנישט געווען דעליווערט, האב איך אריינגערופן און געלאזט א מעססעדז, אביסל שפעטער האט מיר איינער גערופן און געזאגט אז די ארדער וועט באלד זיין ביי מיין טיר וכך הוה.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”