תחל שנה וברכותיה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאכטאיש
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:59 pm
לאקאציע:אונטער די גרינינקע בוימעלעך

תחל שנה וברכותיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכטאיש »

עס קומט א יאר פריש ווי ניי,
דאס מאל שוין פ"ה,
מ`טראכט צוריק אויפן יאר ס'כאפט א שרעק,
אוי באשעפער די גזירות אויסמעק,
מיין מחזור איך אויפמיש-עס,
"ונתנה תוקף קדישת",
עס קוקט מיר ליידער אויס ווי א באשרייבונג אויף די היי יעריגע פאסירונגען,
מלחמות, בלוט פארגיסונג צווישן לענדער און רעגירונגען,
צום באשעפער איך שריי און רוף-אים,
ברענג שוין אהיים אלע חטופים,
מיר ווילן דיר מיט ישוב הדעת דינען,
און נישט לויפן בשעת סיירינען,
אוי טאטע ראטעוועט,
6 געשחטן אױף א פשוט'ע רכבת,
כ'בעהט דיר דאס יאר זאל נישט זיין אזוי ברוטאל,
וויפיל טיטלען וועלן זיך דאס יאר טוישן אויף זצ"ל?
,מיר ווילן שוין זעהן אז נאר די ביסט מושל,
אינאיינעם גרויס מאכן דיין נאמען דעם שמו-של, (הקב"ה)
א יאר מיט ליבשאפט א פאר'חיבה'טע,
א נקמה אין אלע וואס האבן געהאט א חלק אין אקטאבער די זיבעטע,
"והשיב לב בנים על אבות",
באשרייב אונז לחיים ולא למוות
מ'טראכט ביינאכט וואס מ'חלומט בייטאג.
צוויי גראשן
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 10, 2024 10:46 am
לאקאציע:מאנסי

Re: תחל שנה וברכותיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גראשן »

צו מיין טייער קינד ...... ני"ו

איך האב באמת הנאה געהאט אז ביסט געקומען צו מיר די יו''ט פאר אלע תפילות!

איך מיט מאמי (די שכינה) האבן געקוועלט פון נחת צו זעהן אז די געדענקסט נאך דיין לעצטע נאמען וואס באגלייט דיר שוין די לעצטע 2000 יאר אין גלות, אונז האבן געשטראלט פון שמחה דיר צו זעהן אין אונזער וועלט אין אז די ביסט געווען אזוי דערהויבן!

אין יא, אויך די טרער וואס די האסט דיך איינגעהאלטן האבן אונז געזען אין האסט מיר באמת איבערגענומען! כהאב געפילט ווי איך מוז נאכגעבן דיינע בקשות, ווייל סאיז א טרער מיט א נאנטשאפט וואס איך ווארט שוין יארן אויף דעם! כהאב דיך קיינמאל נישט געוואלט דירעקט הייסן קומען, אבער כהאב געווארט אויף די מינוט! אין איך בין בשמחה אז סאיז אנגעקומען!

מיין טייער קינד איך בעט דיר איין זאך, געדענק ווי שטארק איך האב דיר ליב!

דיין טאטע וואס האט דיך ליב, אין באגלייט דיך אייביג, כביכול.






טאטי, איך האב אויך עכט הנאה געהאט צו רעדן אין פארברענגען מיט דיר די יו"ט!

איך פיל ווי אונז האבן געהאט עכט א נאנטע צייט צו שמועסן אין דיך בעטן פאר וואס כהאב געדארפט!

סאיז מיר געווען עכט וואו צו זעהן ווי די האסט מיך אויסגעהערט ביזן סוף, אין אפילו ווען כהאב מיך צושריגן האסטו מיך ווייטער אויסגעהערט מיט א פאטירליכע רואייקייט אין ארויסגעוויזן ליבשאפט!

ווען קען איך נאכאמאל קומען ?



#כי אנו בניך ואתה אבינו!
השתמש במילים יפות אמור "תודה" "ובבקשה".
ס'ווייזט נאר ווי א שטארקע דו ביסט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”