תפילות בזמן שבית המקדש היה קיים

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תפילות בזמן שבית המקדש היה קיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

היינט ביים לערנען האב איך אריינגעטראכט, עס איז באוויסט אז תפילות אבות תיקנם,

וועלכע תפילות מען געדאווענט בזמן שבית המקדש היה קיים??

מוסף יו״ט האבן זיי דאך זיכער נישט געדאווענט וויבאלד זיי האבן מקריב געווען די קרבן מוסף און מיר דאווענען עס נאר אלץ זכר, לפי זה איז מיר שווער געווארען לשיטת אז מען זאגט מלכיות זכרונות שופרות ביי מוסף און נישט ביי שחרית, ( ראש השנה דף ? ) וואס האט מען געטיען בזמן דבית המקדש היה קיים?

קיין שמונה עשרה איז דאך נישט געווען דעמלאטס, וואס און ווי אזוי האבן זיי געדאוואנט?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ביים בית ראשון איז נישט געווען אזא זאך ווי דאווענען באופן מסודר, דאס האבן מתקן געווען דניאל און די אנשי כנה"ג. כולל דער נוסח פון שמו"ע. ביים בית שני איז פשוט אז מען פלעגט דאווענען געהעריג אלע תפילות אין בית הכנסת. (מעריב איז א רשות). מוסף איז מסתמא אויך געווען א תפילה, אבער איך געדענק נישט יעצט קיין ראיה דערצו.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקעל »

לויט די מאן דאמר אז תפלת אבות תקנום איז נאך נישט געווען קיין מוסף , נאר שפעטער האבען עס די רבנן מתקן געווען ברכות דף כו:
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גוטע הערה.
רבינו אריז"ל שרייבט אז בזמן הבית וואס די השפעה איז ממילא געווען גאר גרויס האט נישט אויסגעפעלט נאר "מעט תפילה" פון מעמדות בעת הקרבנות. אבער די המון עם האט נישט געדאווענט.
כדענק נישט די לשון במדיוק, עי' ריש פרי עץ חיים.
אפשר קען טייבעלע מעתיק זיין
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29903
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גמרא סוכה נ"ג ע"א


תניא אמר רבי יהושע בן חנניה כשהיינו שמחים שמחת בית השואבה לא ראינו שינה בעינינו כיצד שעה ראשונה תמיד של שחר משם לתפלהמשם לקרבן מוסף משם לתפלת המוספיןמשם לבית המדרש משם לאכילה ושתיה משם לתפלת המנחהמשם לתמיד של בין הערבים מכאן ואילך לשמחת בית השואבה
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

תמכתי יתידותי אויף די גמ' פון לכאורה, איך האב נאר פארגעסן (אדער קיינמאל נישט מדייק געווען - מילתא דלא רמיא עלי' דאיניש לאו אדעתי') אז עס שטייט קלאר ארויס מוספין
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יש מדובר מזה בספר בית אלקים להמבי"ט
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

שוועמל האט געשריבן: גוטע הערה.
רבינו אריז"ל שרייבט אז בזמן הבית וואס די השפעה איז ממילא געווען גאר גרויס האט נישט אויסגעפעלט נאר "מעט תפילה" פון מעמדות בעת הקרבנות. אבער די המון עם האט נישט געדאווענט.
כדענק נישט די לשון במדיוק, עי' ריש פרי עץ חיים.
אפשר קען טייבעלע מעתיק זיין

דבריו בספה"ק פע"ח שער התפלה פרק ז דף ח ע"א טור א , "וכמעט שלא היינו צריכין להתפלל".

ערגעץ גזעהן נעכטן א שמועס אין דער נושא, דארף מען זיך דערמאנען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

די וואס לערנען ״תורתך״ האבן דאך יעצט געלערנט אין מסכת ראש השנה דף ל״ב אז זאגען אבות און גבורות איז מן התורה, און דאס האט מען דאך לכאורה אויך געזאגט בזמן שבית המקדש היה קיין. ניין?!
זמנים
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: תפילות בזמן שבית המקדש היה קיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

א בליק אריין אין די כהן גדול'ס יום כיפור מחזור.
אטעטשמענטס
HebrewBooksOrg_36112_page_137.pdf
(261.41 KiB) געווארן דאונלאודעד 11 מאל
HebrewBooksOrg_36112_page_134.pdf
(278.95 KiB) געווארן דאונלאודעד 7 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”