ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

תגובה דורך אלטע שרייבער

ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6363
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אגב, דא ביי די אנגעצייכנטע קען מען זען אויף די סיטי'ס סייט אז 1924 איז דארט געווען א בריקל. זעט אויס אז די קאסקיאצקא האט עס איבערגענומען.
אטעטשמענטס
Newtown creek.jpg
Newtown creek.jpg (288.59 KiB) געזען 864 מאל
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

פליגל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:43 pm
אגב, דא ביי די אנגעצייכנטע קען מען זען אויף די סיטי'ס סייט אז 1924 איז דארט געווען א בריקל. זעט אויס אז די קאסקיאצקא האט עס איבערגענומען.
יא! גערעכט, ביז בערך 1939, ס'האט געהייסן Penny Bridge (ווייל ס'האט געקאסט א פעני צי אריבער גיין)
נאכדעם ביז אין די 1990'ער יארן איז דארט געווען א LIRR טרעין סטעישיאן מיט די נאמען 'פעני בריק סטעישיאן'
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6363
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אלטע שרייבער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 10:41 am
פליגל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:43 pm
אגב, דא ביי די אנגעצייכנטע קען מען זען אויף די סיטי'ס סייט אז 1924 איז דארט געווען א בריקל. זעט אויס אז די קאסקיאצקא האט עס איבערגענומען.
יא! גערעכט, ביז בערך 1939, ס'האט געהייסן Penny Bridge (ווייל ס'האט געקאסט א פעני צי אריבער גיין)
נאכדעם ביז אין די 1990'ער יארן איז דארט געווען א LIRR טרעין סטעישיאן מיט די נאמען 'פעני בריק סטעישיאן'
די בריק איז אבער שויניש דארט געווען. כ'זע אז אין 1951 איז עס שויניש דארט.
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

פליגל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 11:03 am
אלטע שרייבער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 10:41 am
פליגל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:43 pm
אגב, דא ביי די אנגעצייכנטע קען מען זען אויף די סיטי'ס סייט אז 1924 איז דארט געווען א בריקל. זעט אויס אז די קאסקיאצקא האט עס איבערגענומען.
יא! גערעכט, ביז בערך 1939, ס'האט געהייסן Penny Bridge (ווייל ס'האט געקאסט א פעני צי אריבער גיין)
נאכדעם ביז אין די 1990'ער יארן איז דארט געווען א LIRR טרעין סטעישיאן מיט די נאמען 'פעני בריק סטעישיאן'
די בריק איז אבער שויניש דארט געווען. כ'זע אז אין 1951 איז עס שויניש דארט.
יא, די בריק אליין איז געשטאנען ביז בערך 1939, אבער די טרעין סטעישאן מיט די נאמען איז אנגעגאנגען ביז אין די 1990'ער יארן
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

Belt Parkway Bridges

די בעלט פארקוועי וואס פארט ביי די ברעגעס פון ברוקלין און קווינס ביי די Jamaica Bay דארף אויפן וועג אריבער פארן עטליכע קליינע בריקן, צוליב פילע קאנאלן וואס פארן אריין אין די וועג.

פאלגענד איז די מאפע פון די אלע 6 בריקן וואס מיר וועלן יעצט אויסרעכענען,
belt brdgs1.jpg
belt brdgs1.jpg (204.58 KiB) געזען 734 מאל
די רויטע לאנגע ליניע איז די בעלט הייוועי אליין, אונטון איז די ברוינע די מארין פארקוועי בריק, און די צוויי פינקע די קראס בעי בריקן, ביידע צי די ראקוועי'ס.
אויף די לינקע זייט אונטון איז אנגעצייכנט די 'סיעגעיט' געגנט, און אויף די לינקע זייט אויבן די געגנט 'בארא פארק'

די ערשטע די גרינע איז די Gerritsen Inlet Bridge אויף א קאנאל וואס הייסט Shell Bank Creek, די בריק איז אויף די בעלט צווישן עקזיט 9 און עקזיט 11 (עקזיט 10 איז נישטא) עקזיט 11 איז צי פלעטבוש עוו (ווי מ'קען ארויסגיין צי די מארין פארקוועי בריק)

די צווייטע די בלויע איז די Mill Basin Bridge ווייל ס'איז ביי די 'מיל בעיסאן' געגנט, אריבער די Mill Basin Creek, די בריק איז א נייע וואס איז געבויעט געווארן פון יאר 2015, א חלק איז פארטיג געווארן אין 2017 און א חלק אין 2019, די אלטע האט זיך געקענט הייבן פאר שיפן וואס האט ווי פארשטענדליך געמאכט טרעפיק, ס'איז געבויעט געווארן אין יאר 1940, די נייע איז געבויעט געווארן העכער און די אלע שיפן קענען אונטער פארן.

די בריק איז די לענגסטע צווישן די אלע, ס'איז העכער די וואסער פאר בערך 750 פיס, די סיבה פארוואס דא האט זיך די בריק געדארפט הייבן איז ווייל דא איז די גרעסטע טייך אריין מער ווי אלע די אנדערע, פיל פון די הייזער דא אריין האבן א וואסער אין זייער בעקיארד ווי זיי פארקירן זייערע שיפן.

די בריק איז צווישן עקזיט 11 און עקזיט 13 (ס'איז נישט פארהאן קיין עקזיט 12)

די דריטע איז די געלע די Paerdegat Basin Bridge אריבער די Paerdegat Basin, די בריק איז אויך צווישן עקזיט 11 און 13

די פערטע די אראנזשע איז די Fresh Creek Basin Bridge אריבער די Fresh Creek וואסער'ל, די בריק איז צווישן עקזיט 13 און עקזיט 14.

די פיפטע די שווארצע איז די Hendrix Creek Bridge אריבער די Hendrix Creek, די בריק איז די קלענסטע און ווייניגסטע צווישן זיי אלע.

די בריק איז צווישן עקזיט 14 און עקזיט 15.

די זעקסטע די פורפל איז די Betts Creek Bridge אריבער די Betts Creek, די בריק איז צווישן עקזיט 15 און עקזיט 17 (עקזיט 16 עקזעסטירט נישט, עקזיט 17 איז די קראס בעי בריק).

די בריק איז ביי די פלאץ וואס די בעלט פארט אריין אין קווינס, די אלע ביז אהער זענען אלע נאר אין ברוקלין.

אזוי אויך האב איך אנגעצייכנט דא א זיבעטע בריק וואס איז נישט א חלק פון די בעלט אבער איז אין די געגנט, זעה נייע מאפע פאר קלארער. (אויף די מאפע אויבן איז עס אנגעצייכנט אויף די רעכטע זייט אויבן ממש נעבן די JFK עירפארט) די גרינע ליניע אויף די לינקע זייט איז די קראס בעי בלוד.
102 st bridge.jpg
102 st bridge.jpg (147.1 KiB) געזען 734 מאל
די בריק הייסט די Rambersville Hawtree Memorial Bridge אדער
102 Steet Bridge

די בריק איז אויף 102 סט. נאך 160 עוו. אין קווינס, די בריק איז די איינציגסטע וועג פאר קארס פאר אלע איינוואינער פאר קארס, צי די געגנט וואס הייסט Hamilton Beach זעה די אנגעצייכענטע ווי די געגענט איז (די חלק אויף די רעכטע זייט איז א שטאטישע לאט און מ'קען נישט פארן פון דארט) ס'איז דא נאך א בריק בלויז פאר פיסגייער.
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

@אלטע שרייבער איז שייך צו לייגן א ליסטע פון אלע בריקן אין נו יארק סיטי ווי מ'קען וואקן
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

איך הייק האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:05 pm
@אלטע שרייבער איז שייך צו לייגן א ליסטע פון אלע בריקן אין נו יארק סיטי ווי מ'קען וואקן
ברוקלין בריק

בעיאן בריק

GWB

מאנהעטן בריק

מארין פארקוועי

מאנהעטן- בראנקס
וויליס עוו בריק

3 עוו בריק

מעדיסאן עוו בריק

145 סט בריק

Macombs Dam Bridge

וואשינגטאן בריק

יונעווירסיטי הייטס בריק

בראדוועי בריק

הענרי האדסאן בריק

----
רוזעוועלט איילענד בריק

וויליאמסבורג בריק

RFK (אלע)

גאטלעס בריק

קווינסבארא בריק

קאסקיאסקוי בריק

קראס בעי

דאס איז חוץ נאך צוויי ספעציעלע וואקן בריקן

The High Bridge אריבער די הארלעם ריווער

און די Ward's Island Bridge
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

@איך הייק ווען די גייסט באזוכן די אלע אלע בריקן אלץ א חלק פון דיינע הייקס, געב מיר כאטש עפעס קרעדיט....
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

אלטע שרייבער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:41 pm
@איך הייק ווען די גייסט באזוכן די אלע אלע בריקן אלץ א חלק פון דיינע הייקס, געב מיר כאטש עפעס קרעדיט....
יע יע אי''ה
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אלטע שרייבער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 3:35 pm
ביז אהער האבן מיר אויסגערעכנט אלע געהעריגע גרויסע בריקן איבער די סיטי, חוץ די אלע איז פארהאן אויך אסאך קליינע בריקן וואס לויפן דורך פארשידענע קליינע קאנאלן איבער די סיטי.

מיר וועלן עס צוטיילן אין אפאר באזונדערע סעט'ס,
1. אין ברוקלין אריבער די Gowanus Canal אין די רעד הוק געגנט (צווישן וומ"ס אין ב"פ)
2. צווישן ברוקלין און קווינס אריבער די Newtown creek (די קאסקיאסקוי בריק לויפט אויך דורך די קאנאל)
3. די בעלט פארקוועי האט אפאר קליינע בריקן אריבער אפאר קליינע קאנאלן
4. אין די בראנקס אריבער די bronx river
5. אין די בראנקס אריבער די hutchinson river
6. נאך אפאר קליינע אין די בראנקס און נאך אפאר צושפרייט
Gowanus Canal
העמיר אנהייבן מיט די ערשטע אין די ליסטע די בריקן אריבער די Gowanus Canal אין רעד הוק געגנט אין ברוקלין, צי מסביר זיין פון ווי מ'רעדט איז יעדער וואס איז אמאל געפארן פון בארא פארק צי וויליאמסבורג נאך די פראספעקט עקספרעסוועי אנשטאט צי גראד ארויפפארן אויף די BQE גייט מען אסאך מאל אראפ צי העמילטאן עוו און דערנאך צוריק ארויף צי די BQE, אויף העמילטאן עוו קען מען אסאך מאל בלייבן שטעקן צוליב די בריק וואס הייבט זיך אויף צי אריבער לאזן שיפן, דארט איז די Gowanus Canal, און פונקט ווי די העמילטואן עוו פארט דורך די קאנאל איז דא נאך 4 גאסן גאסן וואס פארן דורך די קאנאל ביז די קאנאל קומט צי א סוף, די אלע בריקן זענען פשוטע גאסן וואס פארן אריבער די וואסער'ל.

די אלע בריקן קענען זיך הייבן פאר שיפן וואס פארן דורך.

דא אויף די מאפע קען מען זעהן די קאנאל פארט אדורך, די פורפל איז די BQE אויף די לינקע זייט אויבן איז די בעטערי טונעל

11.jpg

די ערשטע צי קראסן די קאנאל איז העמילטאן עוו וואס איז אונטער די BQE וואס לויפט פון אויבן (די רויטע)
די צווייטע איז די 9 סט בריק די גרינע (ווען מ'פארט אויף די BQE קען מען זען נעבן די הייוועי א טרעין סטעישיאן וואס איז זייער הויעך דאס איז העכער די גאס, די טרעין איז אנגעצייכנט)
די דריטע איז די ברוינע 3 סט בריק
די פערטע די בלויע איז Carroll St בריק
די פיפטע די אראנזשע איז Union St בריק
Hamilton Avenue Bridge
די ערשטע איז די העמילטאן עוו, ווי שוין דערמאנט פריער קען מען בלייבן סטאק אויף העמיטאן עוו ווען די בריק הייבט זיך.

די בריק האט צוויי חלקים פאר ביידע דירעקציעס טרעפיק, יעדע איינס האט 4 לעינס פון טרעפיק.

די בריק איז געבויעט געווארן אין יאר 1942 און האט דאן געקאסט צי בויען בערך 2 מיליאן דאלער (היינט ארום 38 מיליאן)

די בריק איז ס"ה 136 פיס לאנג, די מיטן חלק איז 77 פיס לאנג

אזוי אויך פון אויבן איז די BQE וואס לויפט אויך אדורך די טייכל נאר פון זייער הויעך.
Ninth Street Bridge
די בריק קען זיך אויך הייבן פאר שיפן, ווי שוין דערמאנט פריער איז די בריק אונטער די טרעין סטאנציע (דארט פארט די F טרעין און די G טרעין)

די בריק איז א געווענדליכע 2 וועי, מיט א בייק לעין און סיידוואק פון ביידע זייטן.

די יעצטיגע איז שוין א נייע, די אלטע איז געשטאנען ביז 1995, אין 1999 איז פארטיג געווארן די יעצטיגע נייע און האט געקאסט 35 מיליאן דאלער צי בויען (בערך 66 מיליאן היינט ווערד) די אלטע איז געבויעט געווארן אין יאר 1901 און איז געווען א הייב בריק, די יעצטיגע טוט זיך אויך אויפהייבן אין די הייעך.

די בריק איז בערך 82 פיס לאנג
Third Street Bridge
די בריק איז די דריטע אין די רייע, די בריק איז געבויעט געווארן אין יאר 1905, האט געקאסט דאן צי בויען בערך 190 טויזנט דאלער (היינט בערך 4.3 מיליאן)

די בריק איז א געווענדליכע 2 וועי מיט איין לעין אויף יעדע זייט (מיט בייק לעין'ס אויף ביידע זייטן), די בריק קען זיך אויפהייבן (ווי א טיר) פאר שיפן אדורך צו פארן.

די בריק איז 106 פיס לאנג, די מיטן חלק איז 55 פיס, ברייט 30 פיס.

Carroll Street Bridge


די בריק טוט זיך רוקן אין די זייט פאר די שיפן וואס הייסט א Retractable bridge, די בריק איז א אלטע ס'פלעגט זיין פילע אזעלעכע אין די וועלט, אין אמעריקא איז נאך דא 4 דערפון און אין די סיטי איז נאך דא נאך איינס אבער די איז די עלטסטע.

די דעק דערפון איז א האלצערנע, האט איין לעין און סיידוואקס פון ביידע זייטן.

די בריק איז 107 פיס לאנג, מיטן חלק איז 63 פיס, ברייט 17.5 פיס.

בערך 1000 קארס באנוצן זיך דערמיט א טאג.

טראקס מער ווי 10 טאן טארן נישט פארן דא.

געבויעט געווארן אין יאר 1889
Union Street Bridge
די בריק איז די לעצטע אויף די גאוואנעס קאנאל, די בריק קען זיך אויך אויפהייבן פאר שיפן, די בריק איז געבויעט געווארן אין יאר 1905 און האט געקאסט צי בויען 85 טויזנט דאלער (בערך 3 מיליאן היינט)

די בריק איז א וואן וועי און האט נאר איין לעין (מיט א בייק לעין און סיידוואקס פון ביידע זייטן) די בריק איז 107 פיס לאנג.
דער ברידזש האט זיך פונקט געמוזט אויפהייבען פאר מיר
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

אויב איז עס פארטיג קען עס איינער ברענגען אין פי-די-עף? כקען באשטיין עס צו האבן ראש השנה
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

The Bronx

Bronx River
היינט וועלן מיר שמועסן פון די פילע בריקן איבער די בראנקס, אינמיטן פון די בראנקס לויפט דורך די 'בראנקס ריווער', א קליינע טייך, אבער פונקט גענוג צי דארפן א בריק'ל, די טייך לויפט אויך ווייטער נאך די גרעניצן פון די סיטי אריין אין וועסטטשעסטער, אבער ווי אייביג גיימיר נאר רעדן אין די גבולי הסיטי.

פאראלעל מיט די טייך לויפט די בראנקס ריווער פארקוועי וואס לויפט פון די בראקנער עקפרעסוועי (די I-278) ביז ארויף צי נעבן די טאפען זי בריק, און אזויווי זיי פארן אסאך צוזאמען איז די הייוועי איין מאל איין זייט פון די טייך און איינמאל די אנדערע זייט, ווי די הייוועי ווערט א בריק'ל.

רוב פון די בריקן זענען זייער קליין און אויב וועט איר עס זוכן וועט מען עס קוים טרעפן, אבער פארט האב איך גענומען די מיה און אפירגעזוכט אלע פון זיי.
א חלק פון די בראנקס ריווער טייך פליסט אריבער די בראנקס פארק וואס ענהאלט אין זיך די בארימטע בראנקס זו, און די גרויסע ניו יארק באטעניקל גארדנס, וואס די פארק פארמאגט אויך אפאר בריקן אריבער די טייך אין זייער טערעטאריע.

אין די ראמען פון א מאפע איז זייער שווער צי אנצייכענען און אפלוידען דא אויפן וועלטל, ממילא לייג איך דא א מאפע בערך ווי די וואסער לויפט מ'זאל פארשטיין פון וואס איך רעדט, ליתר שאת לייג איך דא א לינק ווי איך האב אנגעצייענט אלע בראנקס מאפעס, אזוי אויך וועל איך לייגן ביי יעדע בריק א לינק צי גוגל מעפס. Map
אויף די בילד, אויף די לינקע זייט פון אונטון ארויף, די רויטע ליניע איז די 'בראנקס ריווער' אינמיטן אונטון די גרינע איז די וועסטשעסטער קריק און אינגאנצן צי רעכטס איז די האטטשיסאן ריווער
MAP.jpg
MAP.jpg (322.63 KiB) געזען 456 מאל
Eastern Boulevard Drawbridge /Bruckner Expressway
די בריק איז געבויעט געווארן אלץ א חלק פון די הייוועי די I-278, די בריק ווערט גערופן א דראבריק וואס מיינט אז ס'קען זיך הייבן, אבער לויט מיין אינפוי איז די בריק נישט אקטיוו צי זיך הייבן.

די בריק פארמאגט צוויי באזונדערע בריקן פאר יעדע דירעקציע, יעדע זייט 3 לעינס פאר די הייוועי און נאך צוויי לעינס פון לאקאלע טרעפיק, די בריק איז ביי עקזיט 50 אויפן הייוועי. די בריק איז בערך 634 פיס לאנג
לאקאציע
Westchester Avenue Bridge
די בריק האט 2 לעינס אויף יעדע דירעקציע, אזוי אויך איז דא פון אויבן די '6' טרעין
לאקאציע
East 174th Street Bridge
די בריק האט 2 לעינס, איינס פער זייט, אזוי אויך בייק לעינס ביידע זייטן און א צוויי סיידוואק'ס.

די בריק איז געעפענט געווארן אין יאר 1928 און איז 589 פיס לאנג.
לאקאציע

I-95/ Cross Bronx Expwy
די בריק איז פשוט די הייוועי דארף אריבער פארן די טייך… די הייוועי איז 7 לעינס 3 אויף יעדע זייט און נאך איין ווייל אויף איין זייט קומט אריין א עקזיט.

אין צוגאב צי די הייוועי איז די א.ד. עקזיט רעמפ אויך א בריקל אריבער די טייך (די עקזיט פירט פון די Sheridan Blvd די רוט 895 וואס מיר גייען רעדן די קומעדיגע בריק)
לאקאציע

Sheridan Blvd/ 895
די קומעדיגע איז ווי די Sheridan Blvd ענדיגט זיך אריין ביי E177 סט, ס'האט 2 לעינס אויף יעדע זייט.
לאקאציע
E Tremont Avenue Bridge
די בריק איז א 6 לעין גאס אריבער די טייך, (די גאס איז איינס פון די לענגערע גאסן אין די בראנקס)
לאקאציע
E180 St
די בריק איז א גאס אריבער די טייכ'ל מיט 2 לעינס איינס אויף יעדע דירעקציע, (מיט פארקינג אויך)
לאקאציע

פון דא און ווייטער איז די בראנקס פארק, אין די פארק איז אויך דא בריקן סיי פאר קארס און סיי פאר מענטשן, אזוי אויך אלץ א חלק פון די טירגארטן, אבער מחמת חוסר המקום וועלן מיר עס נישט אויסרעכענען.
E Fordham Rd/ US-1
די גאס איז א גאס וואס לויפט אדורך אין די פארק, אינמיטן די פארק דארף ער אויך קראסן די טייך, די גאס האט 2 לעינס אויף יעדע דירעקציע.

ס'ווערט אויך אנגערופן Bronx and Pelham Pkwy
לאקאציע
Bronx River Pkwy
ווי שוין געשריבן אויבן טוט די הייוועי מערערע מאל אריבער גיין פון איין זייט טייך צום צווייטן, אין די בראנקס טוט די הייוועי אריבער גיין 3 מאל, די ערשטע מאל איז דא, די צווייטע מאל איז גלייך פאר די E233 סט בריק (וואס מיר גייען שפעטער רעדן פון) דארט איז אויך א רעמפ פון די הייוועי א בריק פאר זיך. די דריטע מאל איז ממש פארן ארויסגיין פון די סיטי.

אלע פון די דריי מאל איז נישט דא עפעס ספעציעל צי שרייבן דערוועגן, אבער פארט טוה איך עס דערמאנען.
1
2
3
E Gun Hill Road Bridge
די בריק איז גלייך נאך די א.ד. בריק פון די הייוועי, און גלייך נאך די טייך האט די גאס א אווערפעס אריבער די הייוועי. די גאס האט 5 לעינס ס"ה
לאקאציע
E 233 St
די גאס איז נאך א שטיקל אפשניט וואס ס'איז נישט געווען קיין בריקן, ווייל דארט איז דא א שטיקל פארק איז נישט דא קיין לאקאלע ראודס.
די גאס האט 2 לעינס פער זייט.
לאקאציע
Nereid Ave
די גאס איז שוין האלבוועגס אינדרויסן פון די סיטי, די גאס האט 2 לעינס פער זייט.
לאקאציע
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

Westchester Creek
Unionport Bridge/ Bruckner Interchange
דאס איז אונטער די בראקנער אינטערטשענזש וואס מיר האבן שוין דערמאנט אסאך מאל, ווי ס'קומט זיך צוזאם די I-95 די I-278 די I-678 און די I-295 און נאך, אונטער די אלע הייוועיס איז דא א גאס וואס הייסט 'בראקנער בלוד' די בריק הייסט Unionport Bridge און די בריק קען זיך אויפהייבן פאר שיפן, די בריק איז געבויעט געווארן אין יאר 1953 און איז 526 פיס לאנג ס"ה.

פון אויבן פארשטייט זיך איז די אלע הייוועיס קראסן אויך די טייך אבער ס'איז פונדערהייעך דארף זיך עס נישט הייבן.
לאקאציע
Hutchinson River
די טייך איז אינגאנצן איסט פון די בראנקס, אמת'דיג אויף די אנדערע זייט פון די טייך איז כמעט נישט דא קיין חלקים פון בראנקס נאר ממש איינצעלע ווי מיר גייען באלד רעדן.
ווי די בראנקס ריווער, פליסט די טייך אויך ארויס פון די גרעניצן פון די סיטי אריין אין וועסטשעסטער.
Pelham Bridge
די בריק איז פון די Bronx and Pelham Pkwy אין בראנקס אריבער די טייך, גלייך נעבן די בריק איז די Pelham Bay Bridge וואס איז געאייגנט פאר די עמטרעק באנען.

די בריק קען זיך הייבן, אין פאקט טוט זיך די בריק הייבן פאר שיפן מער ווי סיי וועלכע בריק איבער די סיטי.

די בריק האט 2 לעינס פער זייט, די בריק איז געבויעט געווארן אין יאר 1906 און פארטיג געווארן אין יאר 1909, הגם מ'האט עס שוין גענוצט א יאר פריער אין 1908

די בריק איז 891 פיס לאנג, די מיטן חלק איז 80 פיס.
לאקאציע
Hutchinson River Parkway Bridge
די בריק טראגט די Hutchinson River Parkway וואס לויפט פאראלעל מיט די I-95, די בריק האט 6 לעינס צוויי יעדע זייט.

טראץ וואס די בריק איז א הייוועי קען זיך די בריק אויפהייבן פאר שיפן טרעפיק.

די בריק איז 673 פיס לאנג, געעפנט געווארן אין יאר 1941
לאקאציע
City Island Bridge
די בריק פארט אריבער די 'Long Island Sound' און איז פאר א אינזל וואס הייסט City Island, איסט פון די בראנקס, די אינזל איז א חלק פון די בראנקס און די בריק איז די איינציגסטע פארבינדונג צי די יבשה, די בריק איז א נייע, די אלטע איז געעפענט געווארן אין יאר 1901 ס'איז געווען אין דינסט ביז 2015 ווען מ'האט צווארפן די בריק און געבויעט א נייע, אין די צייט וואס מ'האט געבויעט די נייע האט מען געמאכט א צייטווייליגע בריק צי קענען פארן דערווייל.

די נייע בריק איז פארטיג געווארן אין יאר 2017, די בריק האט 3 לעינס ס"ה, ס'איז 950 פיס לאנג
לאקאציע
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

Staten Island

צום שלוס וועלן מיר נאך אפיר קראצן אפאר איבעריגע בריקן וואס מיר האבן נאכנישט דערמאנט, דאסמאל אין די ווייניגסטע באקאנטע און באוואינטע חלק פון די סיטי 'סטעטן איילענד'

RT 440

אויף די רוט 440 אויפן וועג פון די I-278 צי די אוטערבריק איז דא א טייכל וואס הייסט Fresh Kills, די 440 פארט עס אדורך, די הייוועי הייסט W Shore Expwy, ס'האט 5 לעינס, דריי פון די 278 צי די אוטער, און 2 פון די אוטער בריק צי די 278.

די צווייטע איז די Purple Heart Memorial Bridge וואס איז די Richmond Ave, ס'לויפט אויך אריבער די Fresh Kills, די גאס האט דריי לעינס.

די דריטע איז די Travis Ave וואס לויפט אויך אריבער עפעס א חלק פון די Fresh Kills
די גאס איז א פשוטע 2 וועי.

דא איז די מאפע בערך, די געלע ליניע איז די 440 קומענדיג פון די 278 (פון אויבן) צי די אוטערבריק (אונטון לינקס) אינמיטן פון די 440 איז די פורפל די בריק.
די רויטע אונטון איז די Purple Heart Memorial Bridge
די בלויע אויבן איז די טרעוויס עוו.
Screenshot 2024-10-01 154530.jpg
Screenshot 2024-10-01 154530.jpg (204.52 KiB) געזען 399 מאל
עכט קען מען טרעפן נאך גאסן וואס קראסן עפעס א פיצי טייך, אבער מחמת קוצר בזמן ומקום וועל איך עס נישט אויסרעכענען!
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

וואוו! הערליך!!! נישטא קיין ווערטער!
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

מפתח נ.י.ס. בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

מפתח!!!


Eest River ( ברוקלין/קווינס- מאנהעטן)


Eest River (קווינס- בראנקס)


Hudson River (מאנהעטן- ניו זשערסי)


סטעטן איילענד




ראקוועיס








האטס הנאה! לאזט מיך וויסן אויב איר טרעפט א טעות, און זייט אזוי גוט אויב האט איר הנאה געהאט פארגין א לייק פאר א צווייטע יוד...
א גמר חתימה טובה
הק' אלטע שרייבער
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

wow wow wow
באמת א דאנק פאר דיין צייט אין פארן אזוי שיין אין קלאר אראפ שרייבן!!!!

לאקינג פאWירד פאר די נעקסט פראדזשעקט....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מפתח נ.י.ס. בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

אלטע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 6:01 pm
מפתח!!!
@סדרן
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלפיים
תגובות: 2056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

אפשר קען מען אריינווארפן נאך אפאר באקאנטע פון ניו יארק צב"ש טאפען זי (מאריא קאומא), בעיר מאונטען אא"וו?
נעם דיינע תפילין אין גיי אהיים...
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: ניו יארק סיטי בריקן און טונעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

שווערע שטופער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 3:59 pm
אפשר קען מען אריינווארפן נאך אפאר באקאנטע פון ניו יארק צב"ש טאפען זי (מאריא קאומא), בעיר מאונטען אא"וו?
אפשר נאך איין טאג....
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”