Re: ספרי רביה"ק מסאטמאר זי"ע
די תורת פון די אזוי גערופענע "שווארצע בענדער", די יעצטיגע סט "תורת יואל", זענען זיי נישט געווארן אריינגעדרוקט אין די כרכי ספרי 'דברי יואל'?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
קען זיין מיט דברי יואל מהדורא תניינא שוין יא, אבער בעפאר דעם זיכער נישט, ממילא אין די סדרות וואס איז נאך נישטא קיין דברי יואל תניינא קען זיין אז נישט אלעס איז אריין
אינטרעסאנט, פארוואס טאקע זענען זיי נישט אריין אינעם דברי יואל - קמא? אז מ'דרוקט שוין דעם אפציעלע ספר 'דברי יואל', וואלט שוין יא געוועהן פראקטיש אריינצודריקן אלע תורות, לכל הפחות וואס די מוציאים האבן געהאט ביי די הענט.
אינו דומה די תורות צי די תורות וואס זענען געדריקט אין דברי יואל, די שווארצע בענעדער וכן די תשט"ז תורות זענען ממש כאמירתן משא"כ אין דברי יואל זענען זיי צישטיקלט און ארומגעשפילט עס צי מאכן בעסער און שענער.ישלהוסיף האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 31, 2024 8:30 pmאינטרעסאנט, פארוואס טאקע זענען זיי נישט אריין אינעם דברי יואל - קמא? אז מ'דרוקט שוין דעם אפציעלע ספר 'דברי יואל', וואלט שוין יא געוועהן פראקטיש אריינצודריקן אלע תורות, לכל הפחות וואס די מוציאים האבן געהאט ביי די הענט.
לוי ווי רבי נפתלי לעבאוויטש דערציילט אין נפלאותיך אשיחה באריכות עמודים 293 והלאה, איז משמע אז די תורות - עכ"פ רוב - זענען יא אריין אין דברי יואל.
ישלהוסיף האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 31, 2024 8:30 pmאינטרעסאנט, פארוואס טאקע זענען זיי נישט אריין אינעם דברי יואל - קמא? אז מ'דרוקט שוין דעם אפציעלע ספר 'דברי יואל', וואלט שוין יא געוועהן פראקטיש אריינצודריקן אלע תורות, לכל הפחות וואס די מוציאים האבן געהאט ביי די הענט.
לוי ווי רבי נפתלי לעבאוויטש דערציילט אין נפלאותיך אשיחה באריכות עמודים 293 והלאה, איז משמע אז די תורות - עכ"פ רוב - זענען יא אריין אין דברי יואל.
פשיהא!! שכוח פאר די בשורה טובה!חבר האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 01, 2024 7:38 pmחידושי תורה מהר"י ט"ב - זכרון נחמיה צבי
מבית גנזיו פון הרה"ח רבי נחמיה צבי ראָזנפעלד ז"ל
שוין ארויס עטליכע מהודות קונטרסים דוגמאות, און בקרוב קומט ארויס א הערליכע חיבור
די מו"ל האבן געמאכט א שלימותדיגע ארבעט מיטן אהערשטעלן דעם רבי'נס דברי תורה אין צוויי פארמאטן, לענגערע דברי תורה, און קורצע דברי תורה א געקליבענע תמצית וואס איז גרינג צו חזר'ן און איבערגיין
אגב איז וואונדערלעך ווי אזוי א 16-17 יעריגער בחור'ל זאל האבן אזוי גוט אויפגעפאסט אזויפיל דרשות ודברות קודש פון רבי'ן און זיי פארשרייבן מיט א הערליכע סדר למען יעמוד ימים רבים, די מוצאים לאור זאגן אז רוב כתבים איז שוין מעותק בספרי דבי רב דורך ותיקי תלמידי רבינו פון ר' נחמי'ס כתבים, פארט איז געבליבן א געוואלד נישט איבערגעשריבן און דאס קומט ארויס מפעם ולפעם וכפי האמור קומט ארויס א שלימותדיגע חיבור פון אלע דברי תורה.
ווי איך פארשטיי איז עס בעיקר פון דערהיים ווי די רבי' פלעגט פון צייט צי צייט פארלערנען פרקי אבותישלהוסיף האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 30, 2024 7:18 pmאיינער ווייסט צו זאגן, לגבי דעם דברי יואל -פרקי אבות,
זענען דאס פון אקטולע פרקי אבות דרשות וואס דער רבי האט געגעבן אין ארשיווא קראלע און סאטמאר אדער אויך מלוקט מכל ספרי דברי יואל (ביז שנת תשע"ו)?
פארוואס פרעג איך, וויבאלד אין די הקדמה שטייט לכאורה אז יא, אבער ווען מ'קוקט אין די מפתחות וכיוצ"ב זעהט מען אז די מוצאים לאור האבן אויסגעלאזט אסאך שיינע הערליגע ביאורים.