ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ווארענטי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

intellectual האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:22 pm

לדעתי איז זילאו נישט קראנט. כהאב שוין באקומען מעהר פון וואס כהאב געזען אויף זילאו, סדא געגענטער וואס דיינע טענענטס וואס דו זוכסט צו באקומען דרייען זיך נישט אויף זילאו, די ספאנישע חברה טרעפט מען גרינגער אויף פעיסבוק מארקעט פלעיס.

די עכטע וועג, רעדן צו מענטשן וואס אונען אין די געגענט , די בעסטע וועג איז זיך לערנען אויף די אייגענע הויט...קויף א קלענערע קאנסערוועטיוו דיעל אין די געגענט און שמעק אויס די רענטעל מארקעט.אביוויעסלי רעדט מען פון א געגענט וואס טשעקט אלע באקסעס.

----
סובסקריייבט.
100% מסכים צו יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן. די אלף בית איז נאך אלס זילאו, אוודאי MLS איז אסאך בעסער, און אפגערעדט רעדן צו א בראוקער.
די פראבלעם וואס איך האב געהאט מיט בראוקערס, אויב זיי שמעקן אז דו ווילסט הערן גוטע נאמבערס, וועלן זיי דיר צוזאגן עפרות זהב און דו זאלסט סיינען מיט זיי עקסלוסיוו. מען דארף נעמען זייערע ווערטער מיט שטיקער זאלץ. אן אויפריכטיגער OWNER אין יענע געגענט, וועט דיר העלפן טויזענט מאל מער ווי סיי וועלכע וועבסייט אדער בראוקער.
לעצט פארראכטן דורך ווארענטי אום מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2024 10:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארענטי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

intellectual האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:28 pm

זייער שיין.

אויב אבער האט די געגענט רענט קאנטראל, דאן איז בנין א די געווינער, אפילו סגייט פאטינציעל זיין 7קעפ vsדאס אנדערע וואס גייט בלייבן לעולמי עד א 5 קעפ.

נאך א נקודה, נישט יעדע געגענט האט מיט ס.פ. , סדא געגענטער וואס ווי מעהר בעדרוםס דו שטיפסט אריין אלס בעסער די רענט קיין חילוק ווי קליין די אפארטמענט טעקניקלי איז.
פארדעם האב איך קלאר געשריבן אז מען דארף גוט בודק זיין צו מען קען בכלל רעיזן די רענט דארט, און וואס איז די מהלך דערפאר.

ב"ה אין די געגענטער וואס איך פארדינג, איז נישט דא בכלל דעם מושג פון רענט קאנטראל. דאס לעצטע מאל וואס איך האב דאס געהערט איז געווען ווען איך האב עוסק געווען אין ניו יארק/ ניו דשירזי (איינע פון די סיבות וואס איך גיי אויסרעכענען, פאר מיין אוועקגיין פונעם ניו יארקע מארקעט)
intellectual
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

ווארענטי האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2024 10:45 pm
intellectual האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:28 pm

זייער שיין.

אויב אבער האט די געגענט רענט קאנטראל, דאן איז בנין א די געווינער, אפילו סגייט פאטינציעל זיין 7קעפ vsדאס אנדערע וואס גייט בלייבן לעולמי עד א 5 קעפ.

נאך א נקודה, נישט יעדע געגענט האט מיט ס.פ. , סדא געגענטער וואס ווי מעהר בעדרוםס דו שטיפסט אריין אלס בעסער די רענט קיין חילוק ווי קליין די אפארטמענט טעקניקלי איז.
דאס לעצטע מאל וואס איך האב דאס געהערט איז געווען ווען איך האב עוסק געווען אין ניו יארק/ ניו דשירזי (איינע פון די סיבות וואס איך גיי אויסרעכענען, פאר מיין אוועקגיין פונעם ניו יארקע מארקעט)
לויקינג פארווארד צוהערן איבער די טרענזישען!

ווייל אסאך אוט אף סטעיט דיעלס האבן אויך ביטערליך בעקפייערד, אינשורענס, וועקענסיס וכו.
מתעלם
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

intellectual האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:22 pm
ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:52 pm
green sunday האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:14 pm
קודם א ישר כח פארן זיך נעמען די מי און אפשרייבן דעם ארטיקל, כה לחי האלט אן ווייטער

די שאלה איז אבער ווי אזוי ווייסט מען די עכטע רענט פרייז אין די געגענט? די סאפטווערס וואס איז דא נעמען ציזאם פון א גרויסע שטח, די מענידשמענט קאמפעני קען מען אויכנישט אייביג גלייבן.
אפאר סטעפס:
1. פאר רעזידענטל נוץ איך ZILLOW און פאר קאמערשל נוץ איך COMMERCIALSEARCH אדער LOOPNET. ווענדט זיך אינעם געגענט.

2. יעדע געגענט האט א גרויסע געגענט און א סוב געגענט. נעם פאר א דוגמה קרית יואל: אינו דומה א 5 בעדרום אויף מרדכי שעהר ווי א 5 בעדרום אין שכינות ברך משה, הגם ביידע זענען קרית יואל.

3. פראביר אויפצוכאפן ווי די סוב געגענט פון דיין הויז ענדיגט זיך. און דאס קען מען נאר זעהן מיטן דרייוון/ארומשפאצירן דארט, קיינמאל נישט אינוועסטירן אדער קויפן אין א געגענט וואס דו האסט נישט געטרעטן פיס דארט. נעם די פאר דאלער און פאר אראפ פאר אפאר שעה, עס לוינט זיך די 200 דאלער נישט צו דערלייגן דיין סעווינגס.

4. ביידע האבן אן אפציע פון צוימען די רעזולטאטן צו ממש אפאר בלאקס.
גיב א קוק די דוגמה דא:
Zillow.jpg

אויף די לינקע זייט קענסטו זעהן די מאפע פונעם סובמארקעט וואס איך האב אויסגעוועלט, אויף די רעכטע זייט קענסטו זעהן די פרייז פון נידעריג און ארויף. און אזוי הייבט מאכט מען אן עקסעל פון בערך וואס איז דא אינעם געגענט כהיום, קוק די חילוקים פון א בנין (מיט פארקינג אדער אן, נייע אפלייענס, וכדומה) און לייג אריין נאך א קאלום אויף די חילוקים, דאן קענסטו זעהן צו וועלכע דיין בנין איז די ענדליכסטע און וויפיל די מארקעט דערויף איז.

5. געווענטליך נאכן דורכקוקן די דירות וועסטו אליינס כאפן וועלכע איז גוטע דירה און וועלכע נישט. לדוגמה די דירה (אויפן בילד פריער) פון $1,085 וואס איז 670 סק. פ. איז זייער 'פאצאריש' געווארן עדווערטייזט (נישט קיין שיין בילד אויפן קאווער, אן עראו וואס איז אלטמאדיש), משא"כ די דירה ממש צו זיין לינקס קאסט א סטודיאו די זעלבע וואס דער אנדערער בעט פאר אן 1 בעדרום. פארוואס? ווייל ער איז זיכער א פרישערע און שענערע דירה.

6. נאכדעם איז דא קלייניקייטן וואס לוינט זיך בודק צו זיין. ווילאנג זענען שוין די ליסטינגס אונליין? וויפיל הנחות געבן זיי?
לדעתי איז זילאו נישט קראנט. כהאב שוין באקומען מעהר פון וואס כהאב געזען אויף זילאו, סדא געגענטער וואס דיינע טענענטס וואס דו זוכסט צו באקומען דרייען זיך נישט אויף זילאו, די ספאנישע חברה טרעפט מען גרינגער אויף פעיסבוק מארקעט פלעיס.

די עכטע וועג, רעדן צו מענטשן וואס אונען אין די געגענט , די בעסטע וועג איז זיך לערנען אויף די אייגענע הויט...קויף א קלענערע קאנסערוועטיוו דיעל אין די געגענט און שמעק אויס די רענטעל מארקעט.אביוויעסלי רעדט מען פון א געגענט וואס טשעקט אלע באקסעס.

----
סובסקריייבט.
מיר זעט יא אויס האטפעדס אינטערעסאנט און א גוטע אינדיקעיטאר. ווענדט זיך לכאורה ווי א געגנט.
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

מתעלם האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 1:40 pm
intellectual האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:22 pm
ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:52 pm
green sunday האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:14 pm

מיר זעט יא אויס האטפעדס אינטערעסאנט און א גוטע אינדיקעיטאר. ווענדט זיך לכאורה ווי א געגנט.
מה זאת 'האטפעדס'?
אחד בששים
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:44 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד בששים »

סובסקרייבד.
ייש"כ פאר העלפן אנדערע אידן מיט פרנסה.
תזכה למצוות.
מתעלם
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

מה יקר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:57 pm
מתעלם האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 1:40 pm
intellectual האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:22 pm
ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:52 pm
green sunday האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:14 pm

מיר זעט יא אויס האטפעדס אינטערעסאנט און א גוטע אינדיקעיטאר. ווענדט זיך לכאורה ווי א געגנט.
מה זאת 'האטפעדס'?
https://hotpads.com/
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

מתעלם האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 8:47 pm
מה יקר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:57 pm
מתעלם האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 1:40 pm
intellectual האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:22 pm
ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:52 pm


מה זאת 'האטפעדס'?
https://hotpads.com/
דאס האט א שייכות מיט zillow?
מתעלם
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

כ'מיין אז ס'איז געאונט ביי זיללאו. ס'איז די זעלבע געדאנק.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4039
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

זייער אינטערסאנט @ווארענטי , איך ווארט פאר די המשך.
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

כ'האף אז די ווארענטי האט נאכנישט עקפּייערט. מיר האפן פאר א המשך
אוועטאר
ווייל נישט מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:29 am
לאקאציע:ווי נישט

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל נישט מיך »

Subscribed
דריק גאז און פאאאאאררררר!! קוק נישט אויף קיייינננעעעעם!!
ווארענטי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

עולם ומלואו האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 7:59 pm
כ'האף אז די ווארענטי האט נאכנישט עקפּייערט. מיר האפן פאר א המשך
אי”ה. פשוט די הכנות צום יום טוב האט מיר נישט ערלויבט צו ענדיגן דעם צווייטן חלק, אי”ה נאך יום טוב.
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”