Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט
פירער פון די צענטער-לינקע 'סאציאלע דעמאקראטן' פרוי בלינקעוויקוט זאגט אז זי ערווארט צו ווערן געשטעלט אלס קומענדיגע פרעמיער מיניסטער אין לאנד, נאך וואס איר פארטיי האט אנגעצויגן 19% פון די שטימען אין די נעכטיגע וואלן.אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 13, 2024 11:51 amליטווישע וויילער געבן היינט אפ זייער שטימע אין די לאנד'ס פארליאמענט וואלן.
◄ ווייז ספוילער
די פארליאמענט וואלן אין די ליטא ווערט איינגעטיילט אין צוויי, ווען האלב די זיצן ווערן אריינגעוועלט אין די אלגמיינע נאציאנאלע וואלן מיט א מינימום פון 5% אויף צו קענען באקומען א זיץ אין די פארליאמענט. די אנדערע האלב זיצן ווערן אריינגעוועלט פער דיסטריקט, און אין פאל קיינער פון די קאנדידאטן באקומעט נישט קיין 50% פון די שטימען גייט עס פאר א ראנאף אין צוויי וואכן ארום.