צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9231
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

דוד הכהן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 10:05 am
שמיני עצרת ביים שקיעה ווען מען קומט זיך צוזאם פאר די יערליכע אויספארקויף פון די שמש איז א קנאי צוגעקומען צו מיר פארציילן טרויעדיגערהייט מיט א באהאלטענע נצחון ווינק אז אר''י איז אטאקירט און עס איז דא צענדליגע טויטע ה''י און פארכאפטע עטליכע מינוט שפעטער שוין געהערט 300 וכו' קודם נישט געוויסט וועלכע געגענטער.... שפעטער האט מען שוין געהערט אז עס איז נישט היימישע.... דערנאך דרייט זיך שמועות אז מדינת ישראל מיליטער האט אריינגערופען משה נתן בראווער פאר הילף
די מיינסט אוודאי די שקיעה פון שמיני עצרת אריין צו שמחת תורה, איא?
זאל איך גיין ביים צענער?
ירא השם
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 16, 2023 2:18 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא השם »

ירא השם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 12:35 pm
שמחת תורה פון א פאליס וואס איז געשטאנען וואך אין פראנט פון מיין ביהמ"ד
ביי של"ס מוצאי שבת פון נאך יו"ט האט שוין דער רב מתריע געווען נישט נתפעל ווערן פון די ציונים און זייערע הצלחות און נסים וואס גייט יעצט אפירקומען

אוי ווי גערעכט ער איז געווען
את האלקים אני ירא
אוועטאר
שמואל כהנא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 11, 2022 1:28 pm
לאקאציע:ארץ אשר עיני השם אלוקיך בה

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל כהנא »

שמיני עצרת ארום אכטע אינדערפרי וועק איך מיך אויף פין די אזעקה ווען די עולם איז דערשראקן
איך גרויסע גיבור דריי זיך ארום וישן ויחלום שנית זאגענדיג אז מסתמא איז עס א פאלשע אלארם
נאכן זעהן אז עס פייפט און יעדער ציטערט זעננען מיר אריינגעלאפן אינעם ממ"ד
שפעטער און ביהמ"ד האבן מיר געהערט האלבע שמועות ביז נאכן דאווענען ווען א פאליציאנט איז געקומען בעטן מען זאל זיך נישט דרייען אויף די גאסן ווייל אין דרום זעננען דא מחבלים, מען האט נאך נישט געוויסט גארנישט קלאר
די היסטעריע איז געוועהן געפערליך
וואס קוקסטו? שטייט דא גארנישט!!!
א גמר חתימה טובה!!!!
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

אייזיק פערל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 12:21 pm
נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 9:12 am
אין ק"י ביי די הקפות, די רבי איז ארויס אינמיטן די הקפות און איינער האט אנגעהויבן צאמשטעלן אז ס'האט עפעס מיט די טעראר אטאקע אין א"י. וועלכע אטאקע...? וכו'...
נישט געהאט קיין שייכות מיט די אטאקע.
יא יא, אזוי האט איינער געדמיונט און דעמאלט האב איך געהערט
גלייכסט פאליטיק? גלייכסט צו שמייכלען? שרייב דיר איין צו דעם אשכול
שמן ששון האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 11:56 pm

טראמפ האט נישט געוואלט הענגען זיין וויצע, ביידען באגראבט זיין.
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

מענין לענין, זינט שמחת תורה האט הרב יצחק קולדצקי (איידעם פון ר' חיים קנייבסקי זצ"ל) מחליט געווען אז ער וועט מער נישט שלאפן אויף'ן געהעריגע בעט ביז אלע האסטעדשעס קומען אהיים.

יעצט ווערט פארשפרייט דעם בילד פון דעם האלץ וואס הגר"י קולדצקי שלאפט שוין אויף דעם א גאנצע יאר
הרב קולדצקי.jpg
הרב קולדצקי.jpg (133.81 KiB) געזען 552 מאל
זרח פון לעמבערג
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2024 2:23 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זרח פון לעמבערג »

ירא השם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 1:57 pm
ירא השם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 12:35 pm
שמחת תורה פון א פאליס וואס איז געשטאנען וואך אין פראנט פון מיין ביהמ"ד
ביי של"ס מוצאי שבת פון נאך יו"ט האט שוין דער רב מתריע געווען נישט נתפעל ווערן פון די ציונים און זייערע הצלחות און נסים וואס גייט יעצט אפירקומען

אוי ווי גערעכט ער איז געווען
פאסט נישט בשעת אידיש בלוט גיסט זיך נאך נעבעך און מען האט נאך קיינעם נישט באערדיגט צו רעדן אז מען זאל נישט נתפעל ווערן פון די ציונים
גאר קאנסערוואטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

שמחת תורה ביינאכט און ראדני, געהערט ס'איז געווען א באמבע טעראר אטאקע, מיט 200 טויטע, ביי די הקפות צופרי האט שוין אנגעהויבען אריינקומען מער באריכטען אז ס'דא ליידער 700 טויטע, כהאב אבער נישט פארשטאנען ביז מוצאי אז מ'רעדט דא פון אן אינוואזיע פון עזה טעראריסטן...
קאנסערוואטיוו איז נישט עקסטרעים ווי "מאנכע" קוקן עס אן...
ס'איז פלעין קאמאן סענס...
אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7295
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

צק

שמחת תורה ביינאכט ביים טאנצן הקפות - דורך א ברודער א בחור'ל וואס האט געהערט פון א פאליסמאן - ער האט שוין דאן גע'הרג'ט בערך 400... כ'האב אים פשוט נישט געגלייבט ווען א יעדע שטיק צייט איז ער ארויף מיט די נומבער ביז 1200 רל...
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

שמחת תורה זיך אויפגעוועקט פון די אלארם, גייענדיג אין ביהמ"ד האבן מיר געזען א אויטא פון מיליטער/פאליס אריין פארן ביי אונז אין געגנט א פרומע געגנט נישט קיין געווענליכע מחזה, האבן מיר געפרעגט די שוטרים (ס'איז געווען דרוזים, גויים) וואס איז געשען, כדרכם האבן זיי דערציילט די שרעקעדיגע נייעס מיט פעפער און זאלץ, זאגנדיג אז 200 איראנער סאלדאטן זענען אריינגעקומען צוזאמען מיט די מחבלים און נעמען איין דעם גאנצן דרום, און אז ס'איז דא אסאך משכונות (דאס איז ליידער געווען אמת).
געהאט א צושטערטע שמחת תורה, געשפירט ממש ווי דער שטן האט געזוכט מבלבל זיין אזא גרויסן טאג פון יחודא שלים, ליידער איז שוין א מדובר פון יא נצחונות נישט נצחונות, אין דער צייט וואס ס'איז נאך דא משכונות ביי די מחבלים, און טויזנטער יידישע קינדער ביניהם שותו"מ באופן מלא פון צפון זענען פארוואגלט פון זייער היים שוין באלד א יאר.
שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל.
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינע קאווע »

זיך אויפגעוועקט ווי א חלק עולם דא צו די אלארעם יום טוב אין דערפרי,

מוצאי יום טוב ווען איך בין געקומען צו זיך (נישט ממש, איך בין געווען ממש שאקירט נאך בלויז פון די ווידיאו'ס וואס איז געווען אויף JDN (...) אז מיין קאפ האט מיר געהאקט ווי מיט הונדערט האמערס, נישט קענענדיג גלייבן ווי חמאס האט אלעמען אזוי גוט אויסגעשפילט אלס א נארישע טעראר גרופע,) האט שוין @אזוי גאר געהאלטן נאכן טראסקענען 17 בלעטער פון באריכטן....


היינט מ'טראכט צוריק און מ'זעהט וואס אלעס איז געווען גרייט אויף די צפון זייט און וויאזוי דער אייבערשטער האט געפירט דער וועלט מיט א פונקטליכער חשבון מי באש ומי בחרב מי ינוע ומי יטרף... און נאך זיך צו דערמאנען אז ביז א טאג בעפאר איז נאך דער אמעריקאנער אידנטום געווען ביזי מיטן סוכות שטורעם וואס איז למעשה נישט אנגעקומען...
לעצט פארראכטן דורך פיינע קאווע אום מאנטאג אקטאבער 14, 2024 2:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

מיטל נאכט אין מקוה פאר די הקפות - אין גרויסן ביתמדרש
אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7295
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

פיינע קאווע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 2:20 pm
זיך אויפגעוועקט ווי א חלק עולם דא צו די אלארעם יום טוב אין דערפרי,

מואצי יום טוב ווען איך בין געקומען צו זיך (נישט ממש, אבער גענוג זיך אריינצוזעצן אויף אייוועלט) האט שוין @אזוי גאר געהאלטן נאכן טראסקענען 17 בלעטער פון באריכטן....
דערמאנט מיר טאקע מען איז געלאפן צו אייוועלט מוצאי. די זייטל האט זיך געלאודט שרעקליך שטייט. די ערשטע תגובה האט זיך נאך געטוישט אפאר מאל. @אזוי גאר! האט געארבעט אווערטיים!
אוועטאר
ואחד בלב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 09, 2024 11:13 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואחד בלב »

שמיני עצרת נאכן סעודה זעמיר געגאנגען אין שול, דארטן געהערט און נישט געגלייבט, אנפאנג האבן זיי געזאגט איבער א טונעל און 100 טויטע, כ'האב עס נישט געקענט גלייבן, ס'איז מיר נישט אריין אין קאפ

אפאר מינוט שפעטער האב איך געטראפן די חב''דסקעס פון 770 און זיי האבן פארציילט איבער פולע חברים סאלדאטן וואס האבן געכאפט א פלייט אין שבת/יו''ט, זיי האבן געזאגט אז ס'איז געווען פערעשאטס, שפעטער האט שוין די גוי געגעבן לייוו אפדעיטס... מוצאי יו''ט האב איך זיך נישט דערוויסט צופיל חידושים... חוץ פון די נובא פעסטיוועל
אחד בפה ואחד בלב ובלבד שיכוון לבו לשמים
אוועטאר
נצר מגזע אדמורים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:54 am

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נצר מגזע אדמורים »

איך בין דעמאלטס געווען אין באבוב שמיני עצרת צופריה ביי שחרית האט די עולם שוין געשמועסט דערפון און פאר מוסף איז די רב ארויף אויף די טרעפ פון ארון קודש און מעורר געווען דעם ציבור לאור השמועות הנוראות וואס קומען פון א״י
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

ארום צען אינדערפרי בין איך געווען אויפ'ן וועג פון מאה שערים צום בית וגן געגענט, כ'האב געזען הונדערטע חיילים ביים תחנה מרכזית (הויפט באס סטאנציע) גיין ארויף אויף באסעס. כ'בין צוגעגאנגען מוחה זיין כדת של תורה, דאן האבן זיי מיר פארציילט וואס גייט פאר...
(דרך אגב, שטייט נאך פאר מיינע אויגן די שרעקעדיגע מאמענט ווי מאמע'ס געזעגנען זיך פון זייערע קינדער בעצם יום שמחת תורה מיט בכיות נוראות און יללות.)

נ.ב. זייענדיג אין מאה שערים, האב איך נישט געהערט קיין שום אלערם. זעט אויס מיין דירה איז געווען צו טיף פארשטעקט צווישן בניינים אזש עס איז נישט געווען מעגליך צו הערן די סייערינעס.
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
סתם א ניק
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 9:08 am
לאקאציע:סתם א פלאטץ

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם א ניק »

8:13 שמחת תורה אינדערפרי האב איך זיך אויפגעוועקט פון די סיירענס.
אזוי ווי איך וואוין הארט נעבען א פייער דיפ' סטאנציע האבן די שכנים אינדרויסען געוויסט צו איבערפארציילן אז עס האבן אריינגשטרוימט 150 טעראריסטען און אז זיי זענען אנגעקומען ביז קיין נתיבות.
האסט געלייקט וואס כ'האב געשריבען? היט די לייק קנעפל.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

זיך אויפגעוועקט 8 אזייגער שמ"ע צו די אזעקות, אין שול האט מען געשמועסט איבער אינפילטרירונג, אבער געוואויר געווארן די גאנצע אמת מוצאי שמח"ת...

אונז זענען בדרך לא דרך אהיימגעפלויגן אסרו חג מיט "בלויז" 3 פלייטס...
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
שמאי והלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:05 pm

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאי והלל »

דוד הכהן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 10:05 am
דערנאך דרייט זיך שמועות אז מדינת ישראל מיליטער האט אריינגערופען משה נתן בראווער פאר הילף
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע:צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: צום יארטאג פון די שמח"ת תשפ"ד שחיטה, ווי/ווען/וויאזוי האסטו געהערט וואס עס איז געשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

כ'בין געווען אין ק"י בצל הקודש

ווען כ'בין ארויס פון בית המדרש פאר א מינוט זענען מיר צענדליגע אידן באפאלן פרעגן די נייעס... כ'מיין, ער קומט דאך פון ארץ ישראל לכאורה ווייסט ער...

כ'האב גראדע נישט געהאט קיין פריקן מושג בחייכון וביומיכון... אבער כ'האב זיך בליץ שנעל אריענטירט און אנגעהויבן ווארפן מבינ'ישע סטעיטמענטס אין אלע ריכטונגען און די קופקע ארום מיר איז געווארן אלץ גרעסער און גרעסער... כ'האף אז קיינער געדענקט נישט די שטותים וואס כ'האב דארט צאמגערעדט...

ס'איז געווען א נחת צוצוקוקן ווי די אלע סעקאנד קלעס איזראעליסזענען מיטאמאל פארוואנדלט געווארן אין צייטווייליגע העלדן...

פון דעמאלטס אן בין איך זיך כסדר געגאנגען אפדעיטן ביי די סעקיורעטי גארדס, און זייט דעמאלטס האב איך שוין באמת געהאט ווואס צו פארקויפן פאר די הונדערטער נייגעריגע שואלים בלי גוזמא...
"עס וועט זיי אך באנק טון די נצחונות!"
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”