די דארפסמאן אין די קעניג'ס פאלאץ - מחשבות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קיינער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 01, 2020 1:18 pm

די דארפסמאן אין די קעניג'ס פאלאץ - מחשבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינער »

דברים היוצאים מן הלב
אסאך כתבים איז געבליבן פון המקובל האלוקי הרמח''ל טיפזיניגע ספרים געבויט אויף כתבי האר''י ותלמידיו, אבער אחד המיוחד שבהם איז די ספר מסילת ישרים, וואס די גאונות פון די ספר איז טאקע די געוואלדיגע פשטות מיט וואס זי איז געשריבן געווארן, די גאלדענע פעדער וואס שפילט אראפ די ווערטער פון חז''ל מיט א משונה'דיגע קלארקייט פאר אונזערע אויגן, ווען עס פיהלט זיך ממש בעל השמועה עומד כנגדו, ער רעדט פון מיר, פון די נסיון וואס איך האב, ער סארטירט מיינע מחשבות מיט א זעלטענע בהירות.
ער קלארט אונז אויס די שאלה וואס מיר פלאגן זיך אין דעם, ווער בין איך?ס'איז דא צייטן וואס איך פיהל א געוואלדיגע השתוקקות אין התלהבות צו עבודת ה', און אזוי אויך קוקט אויס מיין עבודת ה' נישט אבי יוצא צו זיין, יעדע זאך בין איך מקדיש מחשבה און גרייט זיך אויף דעם ווי עס דארף צו זיין, לעומת זה ס'איז דא צייטן ווי איך בין אינגאנצן ערגעץ אנדערש, איך פיהל א קאלטקייט אין עבודת ה' איך אפילו ווען איך טוה שוין יא די רצון ה' איז עס כמצוות אנשים מלומדה, און עס פלאגט מיין געוויסן קען זיין אז די גהויבענע טעג ווען איך האב זיך אויסגעבעטן מעומק הלב אז איך זאל זוכה זיין צו זיין נאנט צום בוכ''ע, קען דען זיין אז איך האב עס נישט אמת'דיג געמיינט? לערנענדיג די הייליגע ווערטער באש שחורה על גבי אש לבנה, ווערט צוביסלעך קלאר ביי מיר, דאס אז איך בין די נשמה קדושה וטהורה מתחת כיסא הכבוד חיצבה וואס גארט אייביג מיט א געוואלדיגע חשק נאר צו נאך אביסל קירבת אלוקים, נאך א מינוט תורה, מאכן א יוד גוט פיהלן, נישט וועגן כבוד אדער סיי וועלכע הנאה וואס איך וועל באקומען דערפון נאר די עצם מציאות פון קרבת אלוקים דאס איז די געוואלדיגע מציאות וואס איך גליסט כעבד ישאף צל. דאס בין איך דאס איז מיין מהות.
ס'איז נאר די פארגרעבטע גוף וואס נעמט מיר ארום, וואס לאזט נישט צו, דען ער איז ווי א עירוני שנשא בת מלך,
א פשוט'ע דארפסמאן וואס האט חתונה געהאט מיט א בת מלך קומענדיג אין קעניג'ס פאלאץ וואו ס'איז צוגעגרייט אויף א סעודה די בעסטע מעדנים כיד המלך, וויינען ספעציעל אימפארטירט פון די בארימטע בארדא פעלדער אין פראנקרייך, טייערסטע פלייש און דעליקאטעסן געקאכט און געבאקן דורך די וועלט בארימטע קעכער, באגלייט מיט א הערליכע הארמאנישע ארקעסטרא פון די בעסטע שפילער פון איבער די וועלט, ער האט נישט די מידענסטע השגה אין דאס אלעס, און מיט די פרעכטיגע קליידער וואס די קעניג האט ספעציעל געלאזט אופנייען פאר איהם, זעצט ער זיך אויף די ערד און זוכט די קינדערישע נאשערייען, ווען די באדינער מערקן איהם אויף ווי נאריש ער פיהרט זיך אויף אין פאדערן איהם אויף ער זאל אפלאזן די נארישע שאקאלדן אין זיך זעצן צום רייך געדעקטן טיש פארשטייט ער נישט וואס ווילן זיי פון איהם, דען וואס פארשטייט ער אין די געשמאקע וויינען און די מיוזיקאלישע טאלאנטן, דאגעגן די קענדי'ס די קינדער נאשערייען וואס וואלגערן זיך אויף די ערד, דאס איז דאך איהם אזוי גליסט אויסזענדיג.
די זעלבע איז מיט מיר, איך בין די נשמה איך ווייס וואס איז באמת גוט וואס איז וואס וועט מער ברענגן צו א אמת'דיגע פנימיות'דיגע שמחה, אויפ'ן וועג צו קירבת אלוקים, אבער די גוף ווי די נארישע דארפסמאן, איז דאס נישט משיג, אין די צייט וואס איך וויל אריינכאפן נאך מצוות כלשון הגמ' ''האי עלמא כבי הילולא דמי חטוף ואכול'', איהם קוקט אלעס אויס אזוי פרעמד, און האט נישט די מידענסטע השגה אין דעם, פארוואס זאל איך אויפשטיין פריה צו גיין לערנען תורה ווען איך קען בלייבן אונטער די ווארעמע דאכענע, גיי זיי איהם מסביר וועגנוואס ס'איז ווערד צו מוותר זיין אויף עפעס וואס איז מיר זייער חשוב אבי נישט גורם צו זיין א צער פאר א יודיש קינד? לעומת זה אין די זעלבע צייט די נארישע תאוות פון עולם הזה ס'איז דאך אזוי זיס, כי תאוה הוא לעיניים, נאר טראכטנדיג דערפון פיהל איך ווי גליקליך איך וועל זיין ווען איך וועל האבן מער געלט כבוד וכו', אזוי האט ער מיר אריין געלייגט צוביסלעך צו קוקן אויף די וועלט מיט איהר אינדרוסנדיגע איינפאק אן צו פארשטיין אז אחריתה תוגה ויגון, צוביסלעך בין איך געווארן דערווייטערט פון באשעפער פארגעסן וואס איז באמת מיין גליסטעניש אזש עס קען זיך מיר אמאל דאכטן אז איך בין דער וואס גליסט צו די נארישע תאוות, כאילו דאס איז מיין מהות, אבער לערנענדיג זיינע לעכטיגע ווערטער פארשטיי איך ווער בין איך אין ווער איז די גוף וואס ווערט באיינפלוסט ביי די יצר הרע וואס האט איין מטרה מיר אונטערצוברענגען.
אצינד הייבן מיר אן די הקדמת המחבר, ווי ער ברענגט ארויס די חשיבות פון לערנען מוסר למען ידעו את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
לעצט פארראכטן דורך קיינער אום מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 9:35 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
האם יש הבטחה לעובד ה' שיהיה לו כל טוב גם בעולם הזה? viewtopic.php?t=71987
קיינער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 01, 2020 1:18 pm

די דארפסמאן אין די קעניג'ס פאלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינער »

מסילת ישרים הקדמת המחבר- ח''א
די מטרה פון לערנען מוסר צו 'לעבן' מיט די דרך התורה
דברי החסידות ושלימות העבודה אינם מוטבעים באדם כתנועות הטבעיות א''כ וודאי שצריך עיון לקנותם(1)
''אמר המחבר: די מטרה פון די ספר איז נישט אויסצולערנען זאכן וואס מיר האבן נישט געוואוסט, נאר דייקא צו דערמאנען וואס ס'איז שוין באוואוסט אין זייער באקאנט, ווייל די וועסט נישט טרעפן אין מיינע רייד נאר זאכן וואס רוב פון די מענטשן ווייסן דערפון און האבן נישט קיין ספק אין דעם, אבער ווי שטארק די זאכן זענען באוואוסט אין ס'איז קלאר זייער ווארהייט, לעומת זה איז מצוי מ'זאל זיך מתעלם זיין אים פארגעסן דערפון, איבערדעם איז די תועלת וואס וועט ארויסקומען פון די ספר נישט מיט לערנען איין מאל, וועגן עס קען זיין אז די לערנער וועט נישט טרעפן א ספעציעלע חידוש וואס ער האט נישט געוואוסט פארדעם, אבער די תועלת וועט ארויסקומען נאר מיט'ן חזר'ן אין מתמיד זיין אין דעם, וואס דאן וועט ער זיך דערמאנען, די זאכן וואס ווערן בדרך כלל פארגעסן, און דאן וועט ער צולייגן קאפ צו זיין פליכט אויף דער וועלט וואס ער האט זיך פון דעם מתעלם געווען''.
די חילוק צווישן חכמה און דעת.
דאס אז מיר ווייסן עפעס איז נישט גענוג אז מיר וועלן זיך אויפפיהרן לויט דעם לאמיר נעמען א ביישפיל פון אונזער טעגליכע לעבן, עס איז דא געוואוסע עסן וואס איבער זיי איז קיין ספק נישט, אין יעדער ווייסט אז עסן פון דעם איז נישט געזונט, אזוי אויך איז קלאר פאר יעדן וואס איז די באדייט פון נישט זיין געזונט, איז וואס איז פשט אז מיט דעם איז דא אזויפיהל וואס זענען נישט מקפיד אויף דעם?
די הסבר אויף דעם איז,'כי תאוה הוא לעיניים', וואס מיינט? וויאזוי די מוח פון א מענטש ארבעט איז, אז ער טייטשט אפ די ריאליטעט לויט וואס די אויג זעהט און די הארץ גליסט ('עין רואה והלב חומד'), ער זעהט פאר זיך א געשמאקע נאש, א זיסע געטראנק, ער קען שוין זיך פארשטעלן די זיסקייט און געשמאק וואס ער גייט פיהלן ווען ער וועט עס נעמען, דאגעגן די קאנסעקווענצן וואס ער גייט ליידן דערפון שפעטער, די קראנקהייט וואס עס גייט נאכפאלגן ליגט פארנעפלט אין זיין מח, עס פארלאנגט זיך א שטארקע החלטה כדי ער זאל זיך מתגבר זיין און נישט עסן וואס שעדיגט זיין געזונט.
דאס אז מיר ווייסן אז ס'איז נישט געזונט און נישט גוט פאר אונז לעשט נאכנישט אויס אונזער תאווה, וועגן אין די צייט וואס די זיסקייט פון די תאוה שטייט פאר אונזערע אויגן, די קאנסעקווענצן וואס גייט נאכפאלגן יארן שפעטער ליגט פארנעפלט און די מוח. עס פארלאנגט זיך א שטארקע החלטה און התגברות כדי ער זאל דאך זיך קענען מתגבר זיין און נישט עסן וואס שעדיגט זיין געזונט.
דאגעגן וואס געשעהט אויב איינער איז אלערגיש אויף א געוויסע מאכל, ער ווייסט פון די עבר אז ווען ער זאל נאר קאסטן פון די סארט מאכל אויפ'ן פלאץ באקומט ער קאפ שמערצן און יסורים אין די גאנצע גוף, דאן האט ער בכלל נישט קיין נסיון דאס צו עסן, דען ער ווייסט אז אקעגן די יסורים וואס וועט תיכף נאכפאלגן וואס איז דען ווערד די ביסל זיסקייט וואס ער וועט האבן פון דעם.
(רש''י פרשת אחרי ברענגט א משל אז ס'איז דא צוויי סארט דאקטורים, ס'איז דא א דאקטער וואס זאגט נאר די הוראות טריקענערהייט, עס נישט דאס און דאס און געב אכטונג נישט צו ליגן און פאכטקייט לעומת זה איז דא א דאקטער וואס זאגט די זעלבע, עס נישט דאס אין דאס און געב אכטונג נישט צו ליגן אין פאכטקייט כדי די זאלסט נישט שטארבן אזווי יענער.)

פון אויבן זעהט מען דעם גאנצן בילד
דאס איז די חילוק פון חכמה מיט דעת, חכמה איז פארשטאנד און וואס מיר זעהן פאר אונזערע אויגן, דעת איז צו פארשטיין אפילו וואס מיר זעהן נישט.
משל למה הדבר דומה, מאכט זיך אמאל מ'פארט ארויס פון איין שטאט צום אנדערן אין די נעוויגעיטער (ג'י פי עס- וועיז) רעקאמענדירט צו גיין א געוויסע וועג, די דרייווער וואס איז גאנץ באהאוונט אין די וועגן וואונדערט זיך דאס איז דאך אסאך א לענגערע וועג, און ער איז מחליט צו גיין די אנדערע וועג ס'איז אסאך קורצער און ער זעהט דאך נישט אז ס'איז דא טרעפיק, נאר זייענדיג טיהף אינמיטן די וועג באמערקט ער אז די וועג רירט זיך נישט, און ער זעהט פאר זיך א רייע פון קארס וואס שטייען אויפ'ן פלאץ, נאר יעצט כאפט ער זיין ביטערע טעות, ער האט געזעהן פאר די אויגן וואס האט איהם אויסגעזעהן די קורצע וועג, דאגעגן די נעוויגעיטער וואס ארבעט מיט די סעטעלייט (satellite) פאטאגראפירט די בילד פון אויבן, ווי ער האט געזען אז כאטש די וועג איז לענגער אבער דא וועט עס גיין שנעל און רואיג.
ווי מיר וועלן שפעטער זעהן שטעלט די מחבר צו די לעבן פון אונז אויף די וועלט, ווי א בלינדער וואס גייט אויפ'ן ברעג פון טייך, וואס יעדע בר דעת פארשטייט אז ס'איז זייער נאנט צו דעם אז ער זאל קומען לידי סכנה, אויב וועט ער נישט רופן פאר הילף איינער זאל איהם ווייזן די וועג, די זעלבע איז מיט אונז מיר זענען אויף די וועלט ווי בלינד, עס דאכט זיך אונז אז מיר זעהן און מיר פארשטיין די סיטואציע סיטואציע, ווען די אמת איז אז מיר זעהן עס לויט אונזער פארשטאנד, אבער ס'איז אסאך טיפער און אינגאנצן אנדערש ווי מיר האבן עס פארשטאנען,
מיט דעם ברענגט ער ארויס אז די מטרה פון די ווערטער וואס מיר גייען לערנען איז נישט נאר די עצם וואוסן די אמת, נאר אז ס'זאל זיין בבחינת כתבם בלוח ליבך, ס'זאל זיין א חלק פון אונז וואס דאס איז ווי מער מיר וועלן עוסק זיין פארשטיין און זיך פיהרן לויט די וועג וואס די תורה ווייזט אונז, דעמאלט וועלן מיר צוביסלעך באקומען די השגה, עטוואס צו פארשטיין וואס איז די באדייט.

(הגה''ק ר' יהונתן אייבשיץ זי''ע ברענגט (יערות דבש דרוש י עיי''ש) אז די חכמי האומות האבן כופר געווען אין נבואה, ווייל זיי האבן געטענה'ט אז אויב ס'וואלט געווען אזא מציאות, דאן ווער נאך ווי זיי וועט האבן די פארשטאנד וויאזוי אנצוקומען דערצו, און אזווי זיי האבן פארשטייט זיך נישט זוכה געווען צו נבואה איז זייער מסקנא געווען אז ח''ו עס עקזיסטירט נישט אזא מציאות פון נבואה.)
אטעטשמענטס
במסילה.pdf
(213.41 KiB) געווארן דאונלאודעד 5 מאל
לעצט פארראכטן דורך קיינער אום פרייטאג אקטאבער 25, 2024 6:03 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
האם יש הבטחה לעובד ה' שיהיה לו כל טוב גם בעולם הזה? viewtopic.php?t=71987
קיינער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 01, 2020 1:18 pm

די דארפסמאן אין די קעניג'ס פאלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינער »

זיך אויסארבעטן די מידות איז שייך נאר ביי א יוד וואס האט אין זיך א חלק אלוק ממעל
ס'איז באוואוסט די הייליגע ווערטער פון אור החיים הקדוש אויפ'ן פסוק 'כמעשי ארץ מצרים לא תעשו' (ויקרא יח ג) די שטיקל אוה''ח הקדוש האט די ערשטע סקולענער רבי זי''ע געלערנט מיט יעדע חתן, זאגנדיג אז דאס איז א מקור צו יראת שמים און גוטע מידות, אזוי אויך ווערט דערציילט אויף הרה''ק מהרי''ד מבעלזא פאר א חתן וואס איז אוועק וואונען בריחוק מקום 'יעדן טאג זאלסטו לערנען די אור החיים הקדוש אויפ'ן פסוק כמעשי ארץ מצרים לא תעשו (הו''ד בהביננו מטות מסעי תשפ''א)
בתוך דבריו ברענגט ארויס אז בדרך הטבע וואלט נישט שייך געווען א מענטש זאל זיך שטארקן אויף זיינע תאוות, און טוישן זיינע מידות, איבערדעם הייבט זיך די פרשה אן מיט די ווערטער ''דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם אני ה' אלוקיכם' כי הן אמת במין אנושי זולת ישראל ישנו בטענה זו כי לא ימצא בכחו למנוע עוצם חשקו ממנו מה שאין כן אתם בני ישראל לצד היותי ה' אלהיכם והיא השגה אלהות בכח האלהי ינוצח כח הטבעי גשמי, כי הצורה תשלוט בחומר כשיסכים איש ישראל להתדבק בה' אלהיו ישלוט בטבעו שכן באדם ומצד זה יש כח באדם לנצח החפץ לפני הרצון''
לכאורה שטעלט זיך א שאלה, איז דען נישט דא א מציאות ביי א גוי וואס האט מיט די תורה נישט קיין שייכות אז ער זאל טוישן זיינע וועגן, צו ווען ער איז געווען להוט נאך תאוות האכילה און צוליב זיינע סיבות גייט ער אויף א דייעט און האלט זיך איין פון עסן פארשידענע תאוות וואס ס'איז נישט געזונט, אזוי אויך וועלן מיר זעהן די וואס פיהרן זיך אויף מיט ישרות און כאטש ער האט א געלעגנהייט צו נעמען פון יענעם וועט ער זיך אפהאלטן דערפון. לכאורה ביי זיי איז דאך זיכער נישטא די חלק אלוקי ממעל פון וואס די אור החיים הקדוש רעדט, איז וויאזוי איז שייך זיי זאלן זיך אויסארבעטן און מידות?
לעצט פארראכטן דורך קיינער אום פרייטאג אקטאבער 25, 2024 5:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האם יש הבטחה לעובד ה' שיהיה לו כל טוב גם בעולם הזה? viewtopic.php?t=71987
קיינער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 01, 2020 1:18 pm

די דארפסמאן אין די קעניג'ס פאלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינער »

א. מתגאה בענוותו
''אלס בדחן בין איך צוגעוואוינט ס'מאכט זיך אמאל קומט צו מיר א מחותן און בעט מיר נישט מאריך זיין בשבחו, איינער מיינט עס ערנסט, איינער מיינט עס נישט ממש, אבער אנדערש איז אונזער מחותן, ער האט זיך נישט באגענוגנט מיט זאגן אז איך זאל נישט מרבה זיין בשבחו, ער האט ספעציעל זיך באווארענט און אויסגערעכנט אין וועלכע שבחים זאל איך נישט מאריך זיין, ער איז אריבער יעדע מידה און מעלה- וואס ער האט און וואס נישט- אין מיר אויסדריקליך אויסגעפאדערט נישט צו רעדן דערפון.
איבער די ענין פון תורה בעט איך דיר פאר קיין שום פאל זאלסטו נישט דערמאנען מיין גאונות אין תורה, מיין התמדה, און די פאקט אז איך בין פון די עשרה ראשונים און גאנץ פארטאגס זיצט ער שוין און לערנט מיט התמדה, אויך האט ער מיר אנגעזאגט נישט צו רעדן בשום אופן איבער זיין געוואלדיגע חסד וואס ער טוהט בעיקר בסתר, הלוואי וואלט איך געקענט כאטש אביסל דערציילן וואס ער האט מיר איבערגעגעבן וואס איז א שפיי און ים פון זיינע אלע פעולות– לויט ווי ער האט מיר פארשטיין געגעבן- אבער חזקו עליי דבריו וואס ער האט מיר געהאלטן אין איין איבערזאגן בשום אופן נישט רעדן דערפון, ספעציעל האט ער מיר אנגעזאגט נישט צו דערמאנען זיין געוואלדיגע ענווה וואס כאטש ער איז א איש האשכולות איז ער נישט מסכים צו זיצן אויבן אן, נישט איינמאל איז ער ביי ספעציעלע מסיבות צוגעגאנגען צו די מארגנים און זיי אויסגעפאדערט אז ער וויל נישט זיצן אויבנאן ווי ס'וואלט ווען געפאסט פאר אזא חשוב'ע פערזענליכקייט ווי איהם, אזוי האט ער ממשיך געווען מיט זיינע שבחים אריבער יעדע איינס וואס נישט צו דערמאנען, אצינד שטייענדיג דא בין אין געבליבן אן ווערטער, וואס איז שייך צו זאגן ווען די מחותן איז אזא עניו און נישט מסכים מ'זאל רעדן פון זיינע מעלות? אין אויף דעם איז געזאגט געווארן כשם שקיבלתי שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה.


''איי, די חתן וואס איז שייך צו רעדן, מענטשן האבן נישט פארשטאנען וואס איז די סיבה אז ער איז ערשט יעצט געקומען בקשרי השידוכים, קען דען זיין אז ער איז פיהל מיט פראבלעמען און חסרונות? די אמת אבער איז אז פונקט פארקערט און מעשה שהיה כך היה.
ווען ס'איז געקומען די צייט אין מ'הייבט אן אנצוטראגן שידוכים פאר די חתן, כאטש מ'האט גערעדט פון שיינע משפחות גוטע הצעות אבער די חתן לפי גודל ורוב מעלתו, ממש א ברא כרעא דאבוה א איש האשכולות, במילא האט ער אויף יעדע שידוך געטראפן וועגנוואס ס'איז נישט פאסיג, דען כאטש ס'איז פיין און גוט אבער פאר אזא כליל המעלות ווי איהם איז עס נישט פאסיג, אזוי גייט שידוך נאך שידוך אין ער ווארפט עס אפ, ס'איז אנגעקומען דערצו וואס די שדכנים האבן זיך מייאש געווען און אויפגעהערט אנטראגן שידוכים, זיינע עלטערן זייענדיג אובדי עצות גייען זיי צום ראש ישיבה און לייגן אראפ וואס גייט פאר, די ראש ישיבה קענענדיג די בחור וואס צו אלע זיינע מעלות איז ער אויך א חכם מכל אדם -ליטערלי- במלוא מובן המילה- וואגן זאל זיך איינער איהם מוסר זאגן איבער סיי וואס, איבערהויפט אז ער האלט זיך גרויס, וועט עס נאר אויפטוהן די פארקערטע, און וועט זיין געצווינגען צו הערן דרשות איבער זיינע מידות און מעלות, און די פראבלעם איז גאר אין די וועלט וואס זעהט נישט איין זיין געוואלדיגע מעלות... די ראש ישיבה האט איבערדעם מחליט געווען עס צו טוהן מיט חכמה ער רופט איהם אריין און זאגט איהם, די אמת איז אז איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן די ביסט דאך א כליל המעלות ... די בחור הערט און שאקלט מיט די קאפ, ענדליך איז שוין דא איינער וואס אנערקענט די אמת, אין מיט אזא געמאכטע עניוות מאכט ער עס אוועק מי די האנט אבער די ראש ישיבה עקשנ'ט זיך וואס ס'איז אמת איז אמת, און איז ממשיך נאך א שטיק צייט מיט זיין פארציעס, נאר נאך א פערטל שעה אויסרעכענענדיג די מעלות וואפט ער אריין 'איך האב געטראכט צו מיר אזווי די ביסט דאך אזא מושלם וואס איז שייך אז די זאלסט ארבעטן? טראכט איך צו זיך אז ווי נישט ווי זייענדיג אזא כליל המעלות אפשר דא אין דארט קומט אריין מחשבות פון גאווה, איז לענ''ד מעגליך אז און די ענין פון גאוה איז נאך דא עפעס צו ארבעטן''. די בחור הערט די ווערטער כאטש ער פיהלט אז אויך אין די מידה פון גאוה איז ער אויסגעארבעט אבער ער טוהט צוליב די ראש ישיבה און שאקלט מיט'ן קאפ מיט הסכמה
''גייט אריבער עטליכע חדשים וואס אין די צייט האט ער זיך אויסגעארבעט אויך מיט די מידה פון ענוה, ווי עט'ס שטעלט זיך פאר לא הרי די עבודה פון ענווה פון אונז פשוטע מענטשן כהרי די ארבעט פון ענוה פון אזא כליל המעלות, דען וויאזוי קען איך פון די קלוגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, די גרעסטע מתמיד און בעל מידות וכו' זיך האלטן גלייך צוזאמען מיט די פשוטי עם, אין אוודאי נאך צו זיך האלטן קלענער פון זיי.
די חתן:''אבער דאך מיט מיין גרויסע צדקות האב איך געארבעט אויף מיר מיט מסירות נפש ממש, ווי ערשטוינט בין איך געווען ווען די שדכן איז געקומען אנטראגן ווייטער די שידוכים וואס ער האט געהאט אנגעטראגן אין איך שטיי אין שטוין וויאזוי פאלט איהם איין אנצוטראגן די שידוך וואס אפי' ווען איך בין געווען א כליל המעלות אן זיך אויסארבעטן אין ענוה האב איך געפיהלט אז ס'איז נישט לפי כבודי, יעצט ווען צו די אלע מעלות קומט נאך צו די געוואלדיגע ענווה וואס איך האב איז אוודאי אז ס'איז נישט פאסיג פאר מיר''
''כללו של דבר: כל דבר טוב בעולם אם יחשוב אדם שנמצא בו, הרי הוא מסוכן מיד ליפול בשחת זה של גאוה, אך אחרי שקבע האדם בלבו היותו חשוב, וראוי לתהילה, לא תהיה התולדה היוצא ממנו אחת בלבד, אלא תולדות רבות ומשונות יצאו ממנו, ואפילו הפכיות נמצא בהם, ונולדות מסיבה אחת ושתיהם לדבר אחד נתכוונו... וימצא גאה אחר שרוצה להיות נרשם הרבה במעלותיו ולהתייחד בדרכיו עד שלא די לו שיהללוהו כל העולם על המעלות שהוא חושב שיש בו, אלא שרוצה עוד שירבו עוד בתהילתו שהוא העניו שבענווים, ונמצא זה מתגאה בענוותו, ורוצה בכבוד על מה שמראה עצמו בורח ממנו...'' מסילת ישרים פרק יא
לעצט פארראכטן דורך קיינער אום פרייטאג אקטאבער 25, 2024 6:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האם יש הבטחה לעובד ה' שיהיה לו כל טוב גם בעולם הזה? viewtopic.php?t=71987
קיינער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 01, 2020 1:18 pm

Re: די דארפסמאן אין די קעניג'ס פאלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינער »

ב. העפליכע גנבים
גארנישט אין די פרעכטיגע לאנדסקעפ פון די שווייצע אלפן בערג, און אין די ערליכע פעלדער און גערטנער און רואיגע וואסערן, געבט נישט ארויס די פינסטערע היסטאריע פון איהר פאלק, וויפיהל אידיש בלוט איז דארט פארגיסן געווארן דורך די יאר'ן, אויך אין די צייט פון די צווייטע וועלט מלחמה ווען זיי האבן זיך אפציעל אנגעגעבן אלס נויטראל, זענען זיי געווען די וואס האבן מספק געווען די בלוטיגע געווער פאר די נאצישע רוצחים, מיט'ן אויסרייד אז זיי ווילן זיך נישט מישן אין מלחמות וואס האט נישט מיט זיי, 'מיר פארקויפן פאר יעדן פאר אמעריקע ענגלאנד און דייטשלאנד צוגלייך'... פון די איינציגסטע לענדער אין די פלאקערדיגע אייראפע וואס איז געווען סטאביל, האבן צענדליכע טויזנטער אידן פון איבער דייטשלאנד עסטרייך אין נאך פיהלנדיג ווי די ערד אונטער זיי ברענט, און זיי זענען שוין נישט זיכער וואס די מארגנדיגע טאג וועט ברענגען, אריבערגעפיהרט זייער געלט אין די שווייצע בענק, וואס איז אלס געווען באוואוסט מיט זייער ארנטליכקייט אין ישרות, האפנדיג אז נאך די מלחמה ווען ס'וועט זיך בארואיגן די געמיטער, וועלן זיי קענען אפנעמען זייער פארמעגן, וואס איז געווען נאכדעם ווייסן מיר ליידער און ס'איז באשריבן מיט בליטיגע טינט אין היסטאריע, קהילות הקודש שמסרו נפשם על קדושת ה' אסאך פון זיי אן איבערצולאזן א קרוב וגואל, די משפחות וואס האבן איבערגעלעבט זייענדיג בעירום ובחוסר כל, זענען זיי אריבערגעפארן און שווייץ אפצונעמען זייער פארמעגן, נאכ'ן ווייזן די דאקומענטן וואס ווייזט אויף זייער בעלות אויף די באנק אקאונט, האבן די שווייצער בענק ארבעטער מיט א אנגעשטעלטע העפליכע פנים זיי געזאגט אז נאר זייערע עלטערן וואס האבן געפענט די חשבון האבן די בעלות אויף דעם, און כדי זיי זאלן אנערקענט ווערן ווי די לעגאלע יורשים, פעלט זיך אויס זיי זאלן פארשטעלן א 'טויט סערטיפיקאט' וואס ווייזט אויף אז זיי זענען טאקע אוועק, ס'האט נישט געהאלפן מסביר צו זיין אז זייערע עלטערן זענען אומגעברענגט געווארן אין די קאלעך אויבענעס ווי מען האט נישט געטיילט די סערטיפיקאטן, 'געזעץ איז געזעץ' האבן זיי מיט א שטייפקייט גענטפערט 'אין אזווי איהר קענט נישט צושטעלו אלע פאפירן וואס פעלט אויס, האבן מיר נישט קיין ברירה אין מיר קענען אייך נישט געבן די געלט'.
''יארן שפעטער איז אויפגעדעקט געווארן די רשעות'דיגע קאנספיראציע פון די בענק, פריוואטע שמועסן וואס האבן ארויסגעליעקט דורך איינע פון די בענק ארבעטער וואס האט מיט די צייט זיך נישט מסדר געווען מיט די הנהלה און אלס נקמה האט ער ארויסגעגעבן די רעקארדינגס פון די געהיימע מיטונגס צווישן די פירער פון די בענק, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז אלעס געווען אויסגערעכנט, ווען ס'האט זיך אנגהויבן די מלחמה כאטש שווייץ איז אפציעל נישט גענומען א חלק אין דעם, האבנדיג ארום א ביליאן דאלער (און היינטיגע ווערד) פון די אידישע פארמעגנס האבן זיי שוין אנגהויבן צו פלאנען ווי זיי וועלן באגנבענען די געלט, נאך די מלחמה פארשטייענדיג אז ענדליך האט די נאצישע רעזשום צאמגעפאלן און תיכף וועלן קומען די איבערגעבליבענע יורשים פאדער'ן זייערע פארמעגנס, און די שמועס'ן הערט מען קלאר ווי זיי רעדן זיך אפ פונקטליך א פלאן וויאזוי נישט צו דארפן אפגעבן די אידן זייער געלט, אלעס מיט'ן אויסרייד פון ישרות.''
וחסד לאומים חטאת כל צדקה וחסד שאומות עובדי כוכבים עושין חטא הוא להן שאינם עושין אלא להתגדל בו בבא בתרא דף י:
לעצט פארראכטן דורך קיינער אום זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האם יש הבטחה לעובד ה' שיהיה לו כל טוב גם בעולם הזה? viewtopic.php?t=71987
קיינער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 01, 2020 1:18 pm

Re: די דארפסמאן אין די קעניג'ס פאלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינער »

פאלגנד איז א ניגון איבער די מעשה הערליך אראפגעשריבן דורך ר' אברהם (אייבי) ראטענבערג נ''י

THE CAT ATE THE CANARY
Pretty as a picture in the center of the continent
There’s a country that excels, at sitting on the fence.
Hiding in the shadows of a mountain range most prominent.
It never joined its neighbors in shaping world events.

Renown for punctuality and banking skills unmatched
It beckons to the world, “Bring us your silver and your gold.
Your money’s safe and sound here with no strings attached.
A place where it can grow as you grow old.”

The cat ate the canary – but don’t lay any blame.
Good old Mother Nature – made it do the deed.
So why get all those bankers from Zurich,
For doing pretty much the same?
In that same circumstance, tell me who’d pass up the chance,
To cash in on a little bit of greed?

Meticulous and organized each page in triplicate.
Enough to make a bureaucrat salivate & drool.
Your parents died in Auschwitz where’s the death certificate?
We’re sorry but you realize rules are rules.

They tried to shred the records but it came out in the press,
Exposed by an employee who was fired and disgraced.
“But there’s so few accounts here maybe 800 at best?”
The 30,000 later found, had somehow been misplaced.

The cat ate the canary – but don’t lay any blame.
Good old Mother Nature – made it do the deed.
So why get all those bankers from Zurich,
For doing pretty much the same?
With no one standing guard, why not raid the cookie jar
And cash in on a little bit of greed?

Now they put a fund together to pay anyone who’s left.
As honor and integrity, finally make a stand.
But we all know it’s just to show they’re politically correct.
So send your spare cash to Barbados,

לא הספיק הזמן וב''ה המשך המאמר וביאור דברי האור החיים הקדוש, יפורסם בשבוע הבא פרשת נוח הבעל''ט
האם יש הבטחה לעובד ה' שיהיה לו כל טוב גם בעולם הזה? viewtopic.php?t=71987
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”