Re: שמחת תורה - א צעפארענעם יום טוב
viewtopic.php?t=71961
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
קלאר ווי אייביג!דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 22, 2024 11:44 pmאנטשולדיגט מיר, רבותי, מי אנכי צו זאגן א דרשה, אבער במקום שאין איש...
יעדער רעדט דא פון "זיין אייגענע" פערספעקטיוו. איינער איז ביזי צו זאגן ווי שיין עס איז די לאנגע הקפות, א צווייטער איז דערקעגן און פארט גאר אין קאנטרי צוליב דעם, איינער האט פרעשור, און איינער פרעגט פארוואס קען נישט זיין אזוי א גאנץ יאר, און נאך איינער זאגט מוסר הלמאי חסידים זענען נישט צופרידן מיט זייער רבי'ן און זיי קענען זיך גיין ערגעץ אנדערש...
טייערע אידן! אויב למשל אייער פרוי רעדט זיך אויס צו אייך און איר ענטפערט ווי אין דעם אשכול, דאן בין איך שטארק מסופק אין אייער שלום בית.
איר ווייסט פון אזא קאנצעפט צו פארשטיין א צווייטן, אפילו עס איז לגמרי אנדערש ווי אייך?
איר פארשטייט אז עס זענען דא אלע סארט מענטשן און פילע פערסאנאליטיס, און לא ראי זה כראי זה?
קומט א חשוב'ער ניק, ער איז מסתמא א פונקטליכער מענטש בטבע, א מענטש וואס גלייכט סקעדזשועל און סדר, און באקלאגט זיך אז שמחת תורה איז ביי אים אביסל א צושטערטע יו"ט, מחמת וואס עס איז צופארן. ער האט נישט קאמפלעינד אויף די לאנגע הקפות. ער האט אויך נישט קאמפלעינד אויף די ר"ה אדער יוכ"פ לאנגע דאווענען, ווייל ר"ה און יוכ"פ האט א קלארע סדר. אים שטערט איין זאך - די צופארעניש! עס איז היום קצר והמלאכה מרובה, יעדער דארף עולה זיין, און אויך אינזין האבן אלע קינדערלעך און בחורים זאלן עולה זיין, וואס מיינט שטיין אין די ליין א לאנגע צייט, אינזין האבן צו ברענגען די קליינע אין ביהמ"ד צו כל הנערים, זיך שטופן אונטערן טלית ביי חתן תורה און חתן בראשית, טרעפן א שטיקל בראנפן און לעקעך צו קידוש מאכן, טאנצן הקפות און זאגן די יה"ר, דער ביהמ"ד ווערט צופארן, איינער האלט פאר'ן עולה זיין און דער צווייטער איז שוין האלב שיכור, איינער זינגט דעם חרדימ'ס ניגון און א צווייטער קופקעט מיט חברים, ס'טוט זיך א בהלה, עס איז א סארט "שינוי הווסת", אנדערש ווי א גאנץ יאר, און די שינוי שטערט אים!! און ער איז נישט דער איינציגסטער, ווי מען קען זעהן אויף די קרוב צו 40 לייקס (דערווייל) אויף זיין תגובה.
זענט איר מסכים אז ער האט רעכט עס זאל אים שטערן?טראכט איינער אז ער איז דא אינטרעסירט צו הערן אז "אזוי קומט עס" און דאס וועט אים בארואיגן? פארוואס זעה איך נישט דא איין טראפ וועלידעישאן אדער מיטלייד פאר אים? ער ווייסט דען נישט אליינס כמעט אלעס וואס שטייט אין דעם אשכול? ער ליינט דען נישט קיין מנהגי חסידות פון די צדיקים הקודמים? עס קען זיין אז איר זענט נישט דער פונקטליכער מענטש און אומ-סדר שטערט אייך נישט, אדער גאר גלייכט איר עס. איר זענט לגמרי בארעכטיגט דערצו! עס קען זיין אז די געשמאק פון אויפשטיין שפעטער ווי געווענליך, לערנען פאר'ן דאווענען און די זיסקייט פון זאגן אתה הראת וועגט ביי אייך איבער די צופלויגנקייט. אשריך! אבער עס זענען פאראן אסאך אידן וואס פארנעמען עס נישט, און זיי האבן די פולע רעכט דערצו! זיי פארדינען נישט קיין השקפה אדער מוסר שמועסן... פונקט ווי געוויסע מענטשן ענדזשויען מער ת"ב ווי פורים...
לאמיר זיך אקצעפטירן איינער דעם צווייטן מיט אמת'ע אהבת ישראל. מסכים?
געלויבט דער אויבערשטער וואס איך האב געהאט דער גרעסטער זכיה פון זיין ביים ליובאוויטשער רבי הקפות.בריטיש עירוועיס האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 22, 2024 10:57 amס'קומט יעצט נאכאמאל שמחת תורה.
איך מוז זאגען דער אמת, לעולם ידבר אדם בלשון נקיה אבער די יום טוב איז דער פארקערטע פון מיין בעסטען יום טוב.
לדעתי פעלט דא עפעס א דרך הממוצע.
אין סאטמאר איז דא אזא זאך ווי שנעלע הקפות. ווער סאיז אמאל געווען ביי אזא מנין ווייסט אז די הקפות נעמט 3 און אהאלב מינוט.
איך ווייס פון אסאך אידן וואס גייען נאר צו אזא מנין דערנאך גייט מען שלאפען.
פון דער אנדערע זייט אויב גייט מען אין א קליינע בית מדרש נעמט דארט די הקפות 3 4 שעה.
פארוואס דארף די הקפות נעמען אזוי לאנג?! פארוואס מוז מען טאנצען 35 מינוט אויף יעדע ניגון? ווער האט געדולד.
פארוואס קען מען נישט מאכען די הקפות אין א שעה/ א שעה אנדערהאלבען?
איך מיין אין דער אלטער היים איך רעד נישט ביים צאנזער רב האט די הקפות נישט גענומען אזוי לאנג.
עפעס אמוען צעפארענע טאג דער זיכט א מנין צום ליינען דער וויל דאווענען מוסף דער מנחה. דער עסט די סעודה איינסע דער פינעווע.
א צווייטער איז שוין ביי אכטע אינדעפרי אפגעדאווענט דאס גאנצע.
נא ירא הקהל וישפוט
וואס איז אייער מיינונג?
עצה טובה, דאווען אין א קלענערע ביהמ"ד און האלט מיט (נישט שמועס אדער לויף ארויס יעדע פינף מינוט כאפן א ציגארעטל אדער קידוש מאכן) וועסטו הנאה האבן פונעם טאג שמחת תורה.ותיק וחסיד האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 22, 2024 2:22 pmהלואי זאל דיר ענין מסודר ווערן. דאווענען געהעריג ווי יעדע יום טוב, א שעה און א האלב, נאכדעם הקפות, פינעף מינוט יעדע איינע, אפאר מינוט ביני לביני, סך הכל א שעה, נאך 5 שעה פאר קריאת התורה און א האלבע שעה פאר מוסף. סך הכל 4 שעה. וואלט געווען א מצוה גדולה מתקן זיין אזאנע מנינים אין יעדע שטאט.
די געפילן פונעם פותח איז כלל נישט קיין סתירה צו דעם. אז דו האסט נישט די פראבלעם דאנק ג-ט פאר דעם.פראקטיש האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 23, 2024 7:53 amטייערע ברודער.
טוטס אייך צוליב און הערט אויס די דרשה נאך פאר שמיני עצרת וועט איר נישט נאר לייכטער ווערן מיט די אי הסדר פון די טעג נאָר גאר עס וועלן און עס מחשיב זיין.
הרה"ג המשפיע ר' יחזקאל ווייס שליט"א רירט אן בקצה המוזלג דאס ענין פון אור המקיף ווי די השפעה איז בלי צומצם ובלי גבול, די עבודה פון שמ"ע שמח"ת איז דערפאר נישט קיין דאורייתא, דרבנן אדער מנהג נביאים. דייקא שפעטער און גאר ווייניג הלכות וואס איז א 'מוז' ווייל די עבודה איז צו טעפן אריין אין אונזערע טיפע געפילן און זיך צעלאזן מיט ליבשאפט צו תרתינו הק' ונותנו.
ס' איז בכלל נישט טיף, ס'איז געזאגט אויף א אופן יעדער זאל קענען עס פארשטיין און מטלעבן, קען זיין אנפאנג איז אביסל קבלה' דיג אבער ס'לוינט זיך אנצוקומען צום פאנטש-ליניע.
א לעכטיגן יו"ט
שמעו ותחי נפשכם -
https://www2.kolhalashon.com/#/regularS ... -1/0/false
נישט גורס זיין די זייגער מיינט ווי אמשינוב. סאו אחוץ אז דו ביסט אן אמשינובער חסיד, איז די זייגער קלאר א פאקטאר, והראיה מ'יאגט זיך אזויפיל מאל..
פארוואס ווען ביזט דורשטעריג גייסטע שלאפן? איך האלט אז דאס יאר זאלסטע ענדערש טרינקען א גלעזל וואסער.
בייק האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 23, 2024 12:02 pmאיך האב ב"ה נישט קיין פראבלעם מיט לאנגע הקפות, וואס עס באדערט מיר יא, איז דאס ארום שלעפן און ארום קלאצן צווישן איין הקפה און די אנדערע, ווייל איינער באשליסט יעצט צו זינגען שטייטע ניגונים ווייל ער וויל יעצט קענעקטן וכו'.
אז דו וועסט טאנצן לעבעדיג וועסטו פארשטיין פארוואס מען דארף זיך אפרוען צווישן די הקפות
אדער דאס פארקויפן אלע זכותים און עליות וואס דאס נעמט א יאר מיט א מיטוואך, איך פארשטיי אז די בית מדרש דארף מאכן געלט, אבער מיר גייט עס געפערלעך אויף די נערווען.
פארקויפן עליות נעמט 10 מינוט, מאקסימום 15 מינוט
ווער רעדט נאך פון די לאנגע און קארני מי שברך'ס.
אזוי ווי די ביסט נישט א חלק פונעם ביהמ"ד באדערט דיך יעדע קלייניקייט, זיי מוחל טאנץ און זיי פרייליך מיט די תורה (יא קאנעקט דיך)וועסטו האבן א תענוג שמחת תורה און נישט האבן קיין פראבלעם אז מען שלעפט
עולה זיין גלייך צופרי
זעמער ב״ה געוועהן אין א קאנטרי אוט אויף סטעיט מיט פונקלעך 12 אידן העכער די בר מצוה, מ׳האט זיך געשטעלט 8:30 גענדיגט 1:30.דריידל האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 22, 2024 3:58 pmאיך האב אויסגעפרעגט עטליכע מענטשן וועלכע זענען שמחת תורה אין קאנטרי, כמעט אלע האבן געזאגט אז זיי זענען אין קאנטרי ווייל זיי האבן פשוט נישט א נארמאלע שול ווי צו דאווענען שמחת תורה. אין א פרעמדע שול איז סתם נישט אינטערעסאנט צו גיין, און צווישן די 2-3 שולן ווי מ'איז היימיש איז אדער דא 12 מענטשן, אדער שלעפט מען אין באבענס באבען אריין, אדער טיט זיך א מנינים צענטער מיט א געכאפעכץ פון שחרית, עליות, קידוש, מוסף און הקפות
כאפ איך נישט, ווי דאווענען די אידן א גאנץ יאר? און פארוואס איז זייער פראבלעם נאר שמחות תורה? וואס טיען זיי למשל ראש השנה?דריידל האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 22, 2024 3:58 pmאיך האב אויסגעפרעגט עטליכע מענטשן וועלכע זענען שמחת תורה אין קאנטרי, כמעט אלע האבן געזאגט אז זיי זענען אין קאנטרי ווייל זיי האבן פשוט נישט א נארמאלע שול ווי צו דאווענען שמחת תורה. אין א פרעמדע שול איז סתם נישט אינטערעסאנט צו גיין, און צווישן די 2-3 שולן ווי מ'איז היימיש איז אדער דא 12 מענטשן, אדער שלעפט מען אין באבענס באבען אריין, אדער טיט זיך א מנינים צענטער מיט א געכאפעכץ פון שחרית, עליות, קידוש, מוסף און הקפות
מיין נישט אז די קאנטרי איז די גאנצע סעלושען. הערשט און די קאנטרי קענען זאכן פארן ווראנג נעקסט לעוועל. אבער מיט אביסעלע סייעתא דשמיא האט עס גרויסע שאנסען פאר סוקסעס.רואיגע אטמאספערע האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 27, 2024 2:03 amכאפ איך נישט, ווי דאווענען די אידן א גאנץ יאר? און פארוואס איז זייער פראבלעם נאר שמחות תורה? וואס טיען זיי למשל ראש השנה?דריידל האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 22, 2024 3:58 pmאיך האב אויסגעפרעגט עטליכע מענטשן וועלכע זענען שמחת תורה אין קאנטרי, כמעט אלע האבן געזאגט אז זיי זענען אין קאנטרי ווייל זיי האבן פשוט נישט א נארמאלע שול ווי צו דאווענען שמחת תורה. אין א פרעמדע שול איז סתם נישט אינטערעסאנט צו גיין, און צווישן די 2-3 שולן ווי מ'איז היימיש איז אדער דא 12 מענטשן, אדער שלעפט מען אין באבענס באבען אריין, אדער טיט זיך א מנינים צענטער מיט א געכאפעכץ פון שחרית, עליות, קידוש, מוסף און הקפות
נייגעריגע אקס האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 27, 2024 1:41 amעולה זיין גלייך צופרי,
געטאן דאס יאר ב''ה זייער פיין געווען.
איך האלט פונקט ווי דיר ס’האט נישט קיין שום פשט, אין די באשעפער איז נישט מוותר אויף די מוסף פון שמחת תורה!בריטיש עירוועיס האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 22, 2024 10:57 amס'קומט יעצט נאכאמאל שמחת תורה.
איך מוז זאגען דער אמת, לעולם ידבר אדם בלשון נקיה אבער די יום טוב איז דער פארקערטע פון מיין בעסטען יום טוב.
לדעתי פעלט דא עפעס א דרך הממוצע.
אין סאטמאר איז דא אזא זאך ווי שנעלע הקפות. ווער סאיז אמאל געווען ביי אזא מנין ווייסט אז די הקפות נעמט 3 און אהאלב מינוט.
איך ווייס פון אסאך אידן וואס גייען נאר צו אזא מנין דערנאך גייט מען שלאפען.
פון דער אנדערע זייט אויב גייט מען אין א קליינע בית מדרש נעמט דארט די הקפות 3 4 שעה.
פארוואס דארף די הקפות נעמען אזוי לאנג?! פארוואס מוז מען טאנצען 35 מינוט אויף יעדע ניגון? ווער האט געדולד.
פארוואס קען מען נישט מאכען די הקפות אין א שעה/ א שעה אנדערהאלבען?
איך מיין אין דער אלטער היים איך רעד נישט ביים צאנזער רב האט די הקפות נישט גענומען אזוי לאנג.
עפעס אמוען צעפארענע טאג דער זיכט א מנין צום ליינען דער וויל דאווענען מוסף דער מנחה. דער עסט די סעודה איינסע דער פינעווע.
א צווייטער איז שוין ביי אכטע אינדעפרי אפגעדאווענט דאס גאנצע.
נא ירא הקהל וישפוט
וואס איז אייער מיינונג?