כ'מיין ווי איז שייך אז איין ישוב זאל האבן אלע מעלות?? שכנים איז וויליאמסבורג דאס ערגסטע, מוסדות איז אוודאי די סיטי דאס בעסטע, געלט איז אוודאי אין די קלענערע ישובים ביליגער וכו' וכו'
נאכן קריג האבן אסאך יודן געפרעגט רבינו הקדוש מסאטמאר ווי מזאל זיך באזעצן.עפ'י רוב נישט געענטפערט נאר געזאגט דאכט זיך פון ארי הקדוש אז פאר משיח קומט וועלן יודן דארפן אנקומען איבעראל צו מלקט זיין די ניצוצות.די זעלבע איז שייך היינט אויך,ווי אזוי די באשעפער פירט עס