אויב די שלאגסט נישט וויאזוי וועט זיך דיין קינד אויסלערנען?
שלומי איז א פרישע יונגערמאן בערך 5 יאר נאך די חתונה און האט שוין ב"ה צוויי זיסע קינדערלעך איינס גייט יעצט ווערן 3 און איינס א נייע געבוירן קינד.
שלומי איז א יונגערמאן וואס לויפט נאך חסד ווי ער קען נאר, ווער עס קען שלומי ווייסט אז אויב מען דארף אמאל א טובה אפילו עס אים נישט גרינג וועט ער ארויסגיין פון זיין וועג און פראבירן העלפן יענעם וויפול ער קען נאר. ער איז א וואלונטיר און אפאר חסד ארגאניזאציעס, און אזוי איז זיין טאג ארומגענומען מיט חסד.
אוודאי קענען מיר נישט אויסלאזן זיין ווייב, וואס געט זיך אוועק פאר די גאנצע משפחה און פאר איר טאטע מאמע שווער און שוויגער, נישט קיין חילוק וואס עס זאל זיין, ווען איינער האט א קינד אדער מאכט חתונה א קינד איז שלומי און זיין ווייב דא ארויסצוהעלפן מיט אלעס וואס מען דארף.
ב"ה אז זייער צדיק יענקי וואס גייט יעצט ווערן דריי יאר אלט איז א געזינטע לעבעדיגע קינד, און זייער א זיס קינד, אבער אזויווי אסאך אנדער קליינע קינדער און די יארגאנג איז ער א גרויסער שלאגער און ער טשעפעט און גראדגעט אנדערע קאזינס וואס זענען זיין יארגאנג.
נאר וואס איז דא די מעשה רעדט זיך עס פון צוויי אמתדיגע פיינע חברה שלומי און זיין ווייב איז דא דא א פראבלעם אז שלומי און זיין ווייב שלאגן נישט זייער קינדער נישט קיין חילוק וואס די קינד טוט, ווייל פאר יעדע זאך איז דא וועג וויאזוי מען רעדט.
איז דא מיין שאלה אזוי איז אויב זע איך ווי יענקי גייט און שלאגט מיין זין אדער גראדגעט ער מיין זין מעג איך אים געבן א ווארענונג אז טאמער טוט ער עס נאכאמאל וועט ער באקומען א פאטש און פארשטייט זיך אז טאמער טוט ער עס טאקע נאכאמאל וועל איך אים געבן א פאטש, אדער דארף איך אים לאזן זיין די באלי אדער יענקי גרויס.
פארשטייט אז מען רעדט נישט יעצט פון א יונגעל וואס פייט אזויווי א געהעריגע קאזינס אז מען שפילט און אמאל פייט מען זיך, מען רעדט פון איינער וואס איך וואלט אים אנגערופן א שלעיגער (ביי די יארגאנג מאכט זיך עס אויפטער) און פארשטייט זיך אז ווי באלד די טאטע און מאמע זענען אזאלעכע פיינע מענטשן איז זיי זייער שווער צי מודה זיין אז זייער קינד איז די פראבלעם און א יעדער מאל וואס עפעס געשענט איז די אנדערע קינד שילדיג און איר קינד איז ריין.
איז איך באמת וויסן וואס איז ריכטוג צי טוען קומענדיגע מאל.
ווייל ווען איך קום אריין צי מיין שווער אינדערהיים מיט מיין זין און יענקי קומט און שלעפט אראפ מיין זינט גלעזער וואס קאסט א גוטע $300 און איך ווארן אים אן אז נעקסטע מאל וואס נעמט עס אראפגיין ער באקומען א פאטש און איך זע וויאזוי ער טוט עס נאכאמאל וועל איך ציגיין צי אים און געבן געבן א פאטש אז ער זאל וויינען און איך וועל אים זאגן אז נעקסטע מאל גייסטו כאפן נאך א פאטש, און ב"ה אז דאס פארשטייט ער, נישט אייביג פאר די גאנצע טאג אבער עס העלט זיכער.
אבער די פראבלעם פאנגט זיך אן ווען שלומי אדער זיין ווייב רעגן זיך אז מען שלאגט זייער קינד. דאס איז נישט קיין וועג וואס העפלט, איז זייער טענות.
וויל איך וויסן וואס איז די ריכטיגע זאך צי טוען למעשה אלע אנדערע שוואגערס האבן מורא פון זיי, ווייל למעשה זענען זיי פיינע מענטשן, און זיי זענען עלטער פון אינז און זיי קומען אייביג מיט תורות אז זייער קינד איז נישט קיין שלעגער.
איז מיין שאלה וואס דארף איך טוען ווען איך זע ווי ער קומט און שלאגט מיין קינד אדער שלעפט זיין גלעזער אדער גראדגעט?

אייוועלט ביזנעס עקספא איז א פאקט