מיסטער @אדלמאן .
כ'וועל נישט פרעגן צו איהר האט אמאל אויסגעפיהרט א שידוך.
כ'וועל פרעגן אנדערש, איהר האט שוין אמאל פראבירט בכלל רעדן א שידוך? איהר האט שוין אנגעטראגן?
דער חילוק צווישען בראוקערס מיט שדכנים, איז נישט ווייל עס האט מיט טויגן, ווייל עס איז דא איבער גענוג בראוקער'ס פאר יעדן דיעל אויפן מארקעט.
פונקט היינט האב איך פארברענגט מיט א בראוקער וועגן א דיעל, וואס פלוצלינג האב איך באקומען דער זעלבע זאך פון נאך בראוקערס.
ביי שידוכים, האסטו ווייט ווייט נישט גענוג שדכנים. .
ווייסט פארוואס? ווייל עס לוינט נישט.
ווער עס טוט עס, איז ווייל דערווייל גייט עס אביסל, אדער האט ער נאך א פרנסה, אדער גייט ער טאקע שוין באלד ארויס פון דער ליין.
אבער, נאכאלץ האב איך ביים פריערדיגע שידוך באצאלט ווייניגער ווי 2500, און ביי איין שידוך פארדעם, נאך ווייניגער פון דאס.
יושר? נישט עכט, אבער כך הוא המציאות.
א שדכן איז ווערד א געוואלד, אבער קיינער באצאלט עס נישט.
איך וועל נאר צו לייגן איין נקודה.
טאקע פאר מיין קינד'ס שידוך, האט ער געארבייט א נישטיגע (אויך מיר נישטיג... געציטערט פון יעדער זייט, ווער עס וועט זיך מער באליידיגן...) 25 שעה (כ'מיין אפילו ווייניגער), אבער איך אליין, צווישען אלע הצעות וואס ער האט מיר געברענגט, האב איך שוין גערעדט מער פון 50 שעה מיט איהם.
און וואס איז מיט די שידוכים, וואס ער פירט צום סוף נישט אויס ביי קיין איין זייט, ווער וועט איהם דעמאלס באצאלן?
א מענטש שטייט אין גראסערי פאר 20 דאלער א שעה, ווערט ער נישט באצאלט נאר פאר די שעות וואס דער קונה קויפט.
ער ווערט אויך באצאלט ווען דאס געשעפט איז ליידיג.
ווייל ער איז דארט.
דער שדכן קען פון צוואנציג איינפעלער, אויספירן איינס.
ווער באצאלט פאר די ארבייט פון די ניינצן אנדערע?
א בראוקער באקומט אויך באצאלט פאר אלעס וואס איז איהם נישט געלונגען, פארדעם באקומט ער אזויפיל אויף דעם יא געלונגענע דיל.
זאת ועוד אחרת.
לפעמים וזאת לפנים בישראל, מ'האט זיך ווייניגער געקענט, דער וועלט איז געווען גרעסער, ממילא האט א חתן און כלה נישט געדארפט שטימען אזוי ווייט ווי היינט.
די האסט יענעם'ס זיידע נישט געדארפט קענען, אויך נישט יענעם'ס אנדערע חסרונות.
ממילא איז שידוכים געווען גרינגער.
מאידך, געלט איז געווען ווייניגער, ממילא איז בראוקערידזש געווען שווערער.
היינט איז ביי ביידע פארקערט, עס איז דא מער קונים ווי דיעל'ס, און מער וואס ווארטן א שדכן זאל רופן ווי שדכנים, אבער געלט איז די זעלבע.
און ווי שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט דא אויפן וועלטעל.
א בראוקער האט קיינמאל קיין פחד, אז איין זייט וועט זיך באליידיגען.
שדכנים היינט, האבן גאנצע ביכער פון מענטשען וואס זענען באליידיגט.
וואטעווער, האלט דיר ביי דיינ'ס.
עס איז לייכטער צו בלייבן מיט'ן טעות. (גלייב מיר, ביודעי ובמכירי...)