פרידאם אוו ספיטש און די לופהאלס אין א דעמאקראטיע- די טפשות פון די פעקט-טשעק אינדוסטריע
אויב דו האסט נישט די רעכט צו זאגן וואס דו ווילסט, ביסטו א קנעכט. און נישט נאר דאס, נאר דאן קען די רעגירונג טון וואס ער וויל צו דיר, און דו קענסט זיך נישט פארטיידיגן, אדער צוריקשטופן.
יעדע נישט-דעמאקראטישע רעגירונג, זאגט -אויף פאפיר-, אז מענטשן האבן פרידאם אוו ספיטש. זיי האבן אבער למעשה א וועג וויאזוי צו מאכן זיכער אז דער בירגער האט אלע רעכטן צו רעדן וואס ער וויל, ווילאנג ס'שטימט מיט די אגענדע פון די רעגירונג...
פארוואס דארף מען טאקע א געזעץ דערוועגן?
פשוט. ווייל מאכט טוט קארופטירן, און ווען איינער האט די מאכט טוט ער נאטורליך איינצוימען יעדן וואס טוט עפעס קעגן אים. ווידער ספיטש, איז זייער א מאכטפולער געצייג. און דערפאר האבן דיקטאטורישע רעגירונגען [און אמאל מיט הונדערטער יארן צוריק יעדע רעגירונג] נישט ערלויבט מענטשן צו רעדן וואס זיי ווילן, פשוט זיי צו קענען קאנטראלירן, ווייל דורך רעדן -למשל דערציילן אז די רעגירונג האט דיך פאר גארנישט ארעסטירט- ברענגט עס אויפברויז ביי די מאסן, וואס קען מאכן פראבלעמען פאר די וואס זענען די הערשער.
אמעריקע -ווי אנדערע רעגירונגען- איז אבער נישט צוזאמגעשטעלט פון קיין מלאכים, און אויך נישט פון מענטשן וואס מסילת ישרים אדער ארחות צדיקים איז זייער ערשטער ספר אין טאג, און דערפאר איז געווען פשוט אז מיט דער צייט וועלן די בעלי בתים דארפן שאפן א וועג צו אונטערדריקן די פרייע שפראך,
איז וואס איז די מהלך? וויאזוי מאכט מען מענטשן זאלן נישט רעדן וואס איך וויל נישט? אמער, די קאנסטיטוציע לאזט נישט? וויאזוי טרעפט מען לופהאלס אין די געזעץ?
איז אויפגעקומען א גאנצע רייע פון מהלכים
1] די סופרים קאורט האט שוין אמאל געאורטיילט אז שרייען "פייער" אין א אנגעפולטע זאל מיט טויזנטער מענטשן, איז נישט באשיצט דורך פרידאם אוו ספיטש, ווייל ס'לייגט דאך מענטשן אין א סכנה פון לויפן און זיך צוטרעטן [מירון ה"י].
נא, אויב אזוי קען מען דאך נעמען די "סכנה פון ספיטש, און עס פארברייטערן אויף יעדע זאך וואס שמעקט נישט פאר די רעגירונג, אנגעהויבן מיט די 'געג ארדערס' וואס ריכטער קענען ארויפלייגן אויף באשולדיגטע, יעדעס מאל ס'דאכצעך זיי אז יענער וועט זיך קענען פארענטפערן אין פובליק, און אפשר בייגן דעם דעת הקהל קעגן דעם ריכטערס פרייע דיקטאטורישע האנט.
דערנאך ווען איינער זאגט אז א געוויסע מעדיצין קען יא אדער נישט העלפן אנדעם וואס ער זאל זיין א לייסענסד דאקטאר, נו איז עס דאך א סכנה. און אזוי ווייטער, וואס מיט דעם באקומט די רעגירונג די זעלבע מאכט אויף די בירגער ווי אין מיטלאלטער, נאר מיטן תירוץ "סכנה", אפילו ס'איז כרחוק מזרח ממערב פון די באלדיגע און וודאות'דיגע סכנה פון שרייען "פייער" אין א פולע בילדינג. און אפילו אויב מ'קען נאר בדרך פלפול זאגן אז ס'איז א סכנה, ווי למשל ווען איינער זאגט אז די וואלן זענען גע'גנב'ט געווארן, וואס קען חלילה פירן צו אן אויפשטאנד... האט די רעגירונג נישט נאר די רעכט, נאר גאר די פליכט, אים אפצושטעלן.
למעשה, איז עס נאכאלס נישט געווען גענוג, פאר די מאכט-דורשטיגע בעלי בתים.
איז מען אויפגעקומען מיט א פרישע מהלך, וואס אפילו אן א געזעץ, וועט מען באגרעניצן די מעגליכקייט צו רעדן וואס מ'וויל, און דאס איז נומער 2:
2] אז מ'טוט אריינלייגן כוחות צו פארשעמען און דערנידערן יעדן וואס זאגט עפעס וואס ווערט נישט "באשטעטיגט" פון "טראסטבארע סאורסעס". און מ'וועט שאפן אזא מציאות אז יעדער נארמאלער מענטש זאל אליין "פארשטיין" אז "מיסאינפארמאציע" איז א 'סכנה'. און מ'באטיטלט די וואס גייען נישט אין שפאן מיט א שרעקליכע נאמען "קאנספיראציע טעאריקער" און מ'איז מצליח אז יעדע "נארמאלער" מענטש, זאל אוועקשטיין פון זיי.
ביי געוויסע איז גאר דער ברעיוואשינג געגאנגען אזוי ווייט, אז זיי רעדן זיך איין אז ערלויבן צו רעדן פריי וועגן עלעקשאנס אדער מעדיצינען, וועט נאך ברענגען אז היטלער זאל צוריקקומען, [במאמר המוסגר, איז א נארמאלע פאליציי קראפט פיל שטארקער קעגן אנטיסעמיטישע אטאקעס ווי אראפנעמען סאשעל מידיע פאוסטס].
דער קרענק גייט אזוי ווייט, אז ס'נעמט גאר אן קינדערישעפארמען, וואס אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלטן ערוואקסענע געלאכט דערפון. לדוגמא, היינט אין 2024 ווען אויף איינער וועט זאגן [אויף רוב מידיע קאנאלן- אריינגערעכנט פאקס] אז 'ביידן האט נישט געווינען', וועט דער האסט 'מוזן' זאגן אז ס'איז נישט אמת. און אויב יענער וועט עס זאגן נאכאמאל וועט ער עס מוזן 'דיבאנקן' נאכאמאל און נאכאמאל, מיט די קינדערישע 'או נאו או יע' אז ער מוז האבן די לעצטע ווארט, און נישט סתם ווייל זיי ווילן ווייזן אז זיי זענען בעל בית, נאר ס'איז אן עכטער פחד פון "האבן געלאזט מיסאינפארמאציע". ס'איז ממש געווארן ווי א רעליגעיעזע זאך, כ'מיין, מ'האט שוין מיליאן מאל געזאגט אז ביידן האט געווינען, און אז מאסקעס האבן יא געהאלפן ביי קאוויד, נו, וואס וועט זיין אז איינער וועט זאגן פארקערט? מוזסט עס איבערהאקן יעדעס מאל? ס'איז ממש געווארן אן אבסעסיע.
איז לאמיר אייך זאגן די ארימע מיינונג, פון @אפגעגאלט בנוגע די פעקט-טשעק אינדוסטריע:
בנוסף צו דעם וואס אסאך מאל זענען די פעקט טשעקערס ליגנערס, און בנוסף לזה וואס פיל מאל איז עס ממש לאכעדיגע פרטים אויף וואס זיי שטעלן זיך. און בנוסף צו דעם וואס זיי זענען בייעסד צו לינקס. איז דער עיקר 2 נקודות : 1) ס'איז קינדערישע טפשות. און 2) ס'איז פשוט א געצייג צו פארשווייגן מענטשנס מיילער. טויזנט מאל מיסאינפארמיציע, קומט נישט צו צו די סכנה פון א רעגירונג וואס קען בעלבאטעווען אויף מענטשן, וואס זיי מעגן רעדן אדער הערן.