Re: מעמד הנחת אבן הפינה אין וויסקאנסין
שמאטע האט געשריבן: פרעזידענט טראמפ האט היינט דאנערשטאג בלק אנטיילגענומען אינעם מעמד הנחת אבן הפינה אין וויסקאנסין פארן נייעם בנין וועלכע ווערט געבויט דורך הנגידים בעלי "פאקסקאן".
נאכן מעמד אבן הפינה האט דער פרעזידענט זיך באטייליגט ביים מעמד לחיים במעמד אלפי רבבות חסידים ואנשי מעשה (ארבייטער...).וואו דער פרעזידענט האט ארויסגעברענגט זיין דאנק פאר די חשובע בעלי בתים וועלכע האבן ברוח נדיבה מסכים געווען צו באצאלן די אויפבוי פונעם נייעם בנין, וואס וועט לויטן פרעזידענט צוברענגען פרישע טויזענטער מעמבערס אין די חשובע קוה'לע.
דער עולם איז זיך ציגאנגען אין פייערדיגע טענץ זינגענדיג - מיטן ארטיגען הבהרה :בורא עולם בבנין, השלם זה הקנקן!"...
עס איז אצינד געווארן אפיציעל דאס וואס מען האט שוין געהערט א צייט צוריק אז די דיעל איז אין גרויס טייל פארגאנגען אין רויך
די ארגינעל פארשפראכענע אינוועסטירונג פון ביז אזויפיל ווי 10 ביליאן דאלער אין וויסקאנסין צו שאפן 13 טויזנט דזשאבס האט איינגעשרומפן ווען די צוויי זייטן האבן אונטערגעשריבן אן איבערגעארבעטע אפמאך אונטער וועלכע פאקסקאן וועט אינוועסטירן 672 מיליאן דאלער און שאפן ווייניגער ווי 1500 דזשאבס