דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר - תמצית הדף והערות

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר - תמצית הדף והערות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

הארט פאר פסח האט מען אנגעפאנגן לערנען מס׳ מעשרות, איך זיך א פלאץ דורכצושמועסן די גמ׳, איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ דערפאר, אבער פארבירען שאדט נישט.

וויל איך אנפאנגן מיט׳ן מאכן א שטיקל תמצית הדף, בעיקר ע״פ פי׳ הגר״ח קנייבסקי (פשוט וויבאלד איך לערן מיט דעם פי׳, צוליב די דרשו בחינות)

דף א׳: די משנה שרייבט 2 כללים.
כלל א׳ מען איז בלויז מחיוב במעשר, אויב ס׳איז אן אוכל, און ס׳איז נשמר, און ס׳איז גידוליו מן הארץ. כלל ב׳, א פרי ווערט מחיוב במעשר, נאר נאכדעם וואס עס ווערט אן אוכל (און נישט איידער עס ווערט רייף), פירות וואס זענען גלייך ראוי׳ לאכילה, זענען מחיוב גלייך במעשר.

די גמ׳ ברענגט אויף כלל א׳, 2 לימודים.
לימוד א׳ עשר תעשר את כל תבואות זרעך היוצא השדה שנה שנה. עשר תעשר - איז משמע אלעס, כל תבואת זרעך איז משמע בלויז תבואה, היוצא השדה שנה שנה, משמע אלעס. כלל ופרט וכלל, איז אלעס וואס איז כעין הפרט, דהיינו אוכל, נשמר און גידולי ארץ. לימוד ב׳, עשר תעשר כלל, את כל תבואת זרעך פרט, אין בכלל אלא מה שבפרט. אם כן אלע אנדערע מינים פון וואנעט ווייסט מען? וכל מעשר הארץ מזרע הארץ מפרי הארץ, פון זרע הארץ לערנט מען קיטניות, אם כן אפילו קיטניות שאינן נאכלים? זאגט די גמ׳ מזרע הארץ ולא כל זרע. פירות לערנט מען מפרי הארץ, און ירקות איז טאקע בלויז א דרבנן (הגר״ח ברענגט צו אז לויט רוב ראשונים איז בלויז, וויין, אויל, און דגן זענען מחיוב במעשרות מדאורייתא, לפי זה מוז מען זאגן אז די לימודים זענען בלויז אן אסמכתא, און פאר ירקות האט מען נישט געטראפן קיין אסמכתא).

די גמ׳ גייט אריבער צו רעדן פון די ענין פון נשמר, איינער וואס האט מפקיר געווען זיין ווייץ, פאר׳ן שניידן, און דערנאך עס זוכה געווען, איז ער פטור מן המעשר, אבער אויב ער האט געגעבן מעשרות, איז עס חל, אויב אבער האט ער עס מפקיר געווען נאכ׳ן שניידן און צוריק זוכה געווען איז די מעשרות נישט חל בכלל. די גמ׳ איז מסביר די חילוק, אז געשניטענע ווייץ איז שוין מחיוב במעשרות, מילא איז נפקע געווארן די דין פון מעשר, און מילא איז נישט חל קיין מעשרות, משא״כ נישט געשניטענע ווייץ איז נאך פטור פון מעשרות, און כאטש עס מפקיר זיין פטר׳ט פון מעשרות, קען נאך די מעשרות חל זיין.

דף ב׳: דערנאך ברענגט די גמ׳ א מח׳ רב חסדא האלט אז הקדש האט די זעלבע הלכה ווי הפקר, אבער פון ר׳ יוחנן איז משמע אז נישט, לפי ר׳ יוחנן איז משמע אז בלויז אויב נתמרח הכרי ברשות הקדש איז מען פטור פון מעשרות, אבער אויב מען האט מקדיש געווען פאר מירוח הכרי, און פודה געווען פאר מירוח הכרי, איז מען נאכאלץ מחויב במעשר, בלויז אויב נתמרח הכרי ברשות הקדש איז מען פטור (אבער ביי הפקר, אדיר לקט שכחה ופאה וואס האבן די זעלבע דין ווי הפקר איז מען יא פטור), און ר׳ אילא ברענגט די לימודים, ראשית דגנך, דגנך ולא הפקר, דגנך ולא הקדש, דאס פארשייט די גמ׳ אז די פסוק רעדט זיך פון נתמרח הכרי ברשות הקדש אדער הפקר, ובא הלוי כי אין לו חלק ונחלה, פרט להפקר, וואס ידך וידו שווים, דאס לערנט די גמ׳ גייט ארויף אויף אפילו ס׳איז נישט נתמרח הכרי ביד הפקר, זאגט די גמ׳ הפקר איז אין ידך וידו שוין, אבער הקדש איז ביד הגזבר, ר׳ אבין לייגט צו אז באמת ביי הקדש איז נאך דא יד הבעלים, ווייל די בעלים קענען ערשט אויסלייזן, מילא איז שוין נישט ידך וידו שוין, ווייל יד הבעל איז שטערקער פון יד הלוי.

איינער וואס פלאנצט א הפקר פעלד, און וויל זוכה זיין אין די גידולים אבער נישט די פעלד, איז א מח׳ ר׳ זעירא האלט מען איז מחיוב, און ר׳ יונה האלט מען איז פטור (אויב וויל מען זוכה זיין די פעלד איז לכו״ע מחיוב, אפילו ער וויל נאר זוכה זיין די פעלד ביים שניידן)

כמהין ופטריות, זענען פטור פון מעשרות, וויבאלד זיי וואקסן פון די לופט, נישט פון די ערד.

די גמ׳ ברענגט שי׳ ר״ג אז תמרות של תלתן, חרדל, און פול הלבן, זענען מחיוב במעשרות, ר׳ אימי בשם ר״ל פארשטייט אז די סיבות החיוב איז צוליב דעם וואס די תמרות זענען מחובר צו אוכל, מילא האלט ר׳ אימי אז אונזער משנה דינגט זיך אויף ר״ג, ווייל פון די משנה איז משמע אז בלויז אוכל איז מחיוב במעשרות, נישט מחובר לאוכל. ר׳ יוסי (אן אמוראי, אין בבלי ווערט ער גערופן רב אסי) דינגט זיך, ער האלט אז די טעם איז וויבאלד די תמרות אליין הייסן אוכל, ער ברענגט 2 ראוית, איינס, אז רב גמליאל אסר׳ט בלויז די תמרות, און נישט די בלעטער. נאך א ראי׳ פון דעם אז ר׳ יהושע האט חושש געווען אפילו תמרות פאר זיך, וואס זענען נישט מחובר צום אוכל, אז ס׳איז מחיוב במעשרות. פארדעם לערנט ר׳ יוסי, אז די מחלוקת ר״ג און די חכמים איז טאמער די תמרות הייסט אוכל צו נישט, און די הסבר איז וויבאלד מען קען עס בלויז עסן דורך קאכן, האלט ר״ג אז אפילו אזוי הייסט עס אוכל.
לעצט פארראכטן דורך נישט דא אזא ניק אום זונטאג מאי 05, 2024 3:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

דף ג

אין די משנה איז געשטאנען וואס איז די הלכה מיט פירות וואס ווערן עסן ווען זיי ווערן מער רייף, און זענען נישט קיין עסן ווען זיי זענען קליין, אז זיי זענען מחיוב במעשרות ווען זיי ווערן גרויס, קלערט די גמ׳ וואס טוהט זיך מיט א פרי וואס איז פארקערט, ווען ער איז קליין קען מען עס עסן, אבער ווען עס ווערט גרויס קען מען עס נישט עסן, ברענגט די גמ׳ א ברייתא, אז איינער האלט אכרוע, פאר זרע (דהיינו פאר ווען עס איז שוין נישט ראוי לאכילה, נאר פאר פלאנצען), אויב האלט ער אסאך, דאן איז בטלה דעתו, אבער איינצלע קלחים, איז זיין מחשבה קיים, און ס׳איז פטור פון מעשרות, פירט אבער אויס די גמ׳ אז דאס איז די שאלה נאר אויב מען האט עס געקליבן ווען ס׳איז נאך ראוי לאכילה, וואס דאן איז די שאלה טאמער די מחשבה עס צו האלטן פאר לענגער איז גענוג עס צו פטר׳ן פון מעשרות, אבער אויב למעשה האט ער טאקע געהאלטען אלע אכרוע ביז ס׳איז געווארן הארט און מער נישט ראוי לאכילה, דאן איז עס פטור פון מעשרות בכל אופן, ווייל מען דארף נישט געבן מעשר פון העלצער.

די גמ׳ פרעגט וועלעכע סארט פירות זענען קודם נישט קיין עסן, אבער ווערן שפעטער עסן, און די גמ׳ ענטפערט אז עס שטייט שוין אין די נעקסטע משניות

הלכה ב: די משנה רעכנט אויס פארשידינע פירות ווען עס הייסט אז זיי זענען רייף און ראוי לאכילה און מחיוב במעשרות. תאנים - משיבחלו, טרויבן, משהבאישו, רויטע פירות, ווען זיי פאנגן אן ווערן רויט, מילגרוימען משימסו. טייטלן משיטילו שאור, אפרסקים משיטלו גידים, אגוזים, משיעשו מגורה, ר׳ יהודה האלט אגוזים ושקדים משיעשו קליפה. שווארצע פירות, ווען זיי ווערן געפינטעלט. ווייסע פירות ווען די האר פאלט ארויס (די דרך איז אז ווייסע פירות האבן אזעלעכע הארעלעך ווען זיי זענען קליין) תלתן כדי די קערעלעך זאלן קענען וואקסן, תבואה און זיתים פון ווען זיי ברענגן א שליש. הגרח״ק ברענגט צו פון ראשונים, אז אלע פירות זענען בשליש, נאר אויף די פירות האט די משנה א סימן ווען זיי ווערן א שליש.

גמ׳, משיבחלו זאגט די גמ׳ אז ביחלו איז טייטש גרייט געווארן, גרעסער געווארן, פון די פסוק אין זכרי׳ וגם נפשם בחלה בי. ווען איז דער שיעור משיבחלו? זאגט די גמ׳ פון ווען עס ווערט רויטלעך, פלעגט די גמ׳, ווערן דען אלע תאנים רויט? זאגט די גמ׳ די תאינם וואס נישט, קען מען געווארן אן אנדערע וועג, מען קלויבט איינס, און אויב עס ווערט רייף אין 24 שעה, דאן איז עס משיבחלו.

טרויבן ,משיבאשו, ווען איז דאס? זאגט די גמ׳ ווען מען רופט עס באישה, זאגט די גמ׳ אז דאס איז ווען מען קען זעהן די קערעלע פון אינדערויסן.
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע:אין וויין גארטן

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

הערליך שיין
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

קודם תיקון טעות אויף דף א׳ האב איך געשריבן אז מען לערנט ארויס קיטוניות במעשרות (לויט די צווייטע וועג) פון מזרע הארץ, און פאקט זאגט די גמ׳ אז מען לערנט עס פון וכל מעשר הארץ, און פון מזרע הארץ לערנט מען ארויס זרעים וואס מען קען עסן.

דף ד,

ר׳ יוחנן זאגט, ווען איך בין געווען א קליין קינד האב איך געהערט פון ר׳ שמעון בן אלעזר אז שבת מעג מען אויפרוימען די געדערעם פון מלפפון, אבער נישט פון אבטיח, ר׳ שמעון בר ברסנא איז מסביר די חילוק, די געדערם פון מלפפון איז געמאכט צו עסן, אבער די געדערעם פון אבטיח איז געמאכט איינצוזייען.

ס׳איז געשטאנען אין די משנה, אלע רויטע פירות, פון ווען זיי פאנגן אן ווערן רויט, זאגט די גמ׳ אז אפילו אויב איין קערעלע פון די רימון איז רייף, איז שוין די גאנצע מילגרוים מחיוב במעשרות, איין טרויב, מאכט שוין די גאנצע געהענגל מחיוב, לייגט ר׳ חנינה צו, אז נישט בלויז די געהענגל איז מחיוב, נאר די גאנצע בוים, און נישט נאר די גאנצע בוים, נאר די גאנצע זייט פון די וויינגארטען, און נישט נאר די זייט, נאר די גאנצע וויינגארטען איז מחיוב, די שאלה איז נאר טאמער מען האט שפעטער צוטיילט די וויינגארטען, אדער צוזאמגעשטעלט מיט אן אנדערע, טאמער ס׳איז מחיוב.

שמואל זאגט א דלעת מחובר וואס האט א ביס פון א שלאנג, איז די גאצנע גומא אסור, אויך ביי טייטלען איז די הלכה אזוי. ברענגט די גמ׳ אז יונתן בן חרשא האט געפרעגט רבן גלמליאל און די חכמים אין יבנה, וואס איז די הל׳ אויב א שלאנג האט געביסן א רטב (א זאפטיגע טייטל), האבן זיין געזאגט וואס איז די שאלה, די גאנצע טייטלבוים איז אסור, נאר זאגט די גמ׳ אז די שאלה איז געווען אז אלע תמרים זענען געווען געביסן, און דאס געשעט נישט פון קיין שלאנג, נאר ס׳איז מסתבר אז ס׳איז געווען פייגלעך (וועלעכע פליען און עסן אפט צוזאמען), אפילו אזוי איז עס אסור. ר׳ יונה זאגט ס׳איז אסור, אבער די מנהג איז להיתר, און אסאך זענען מיקל, און עס שאדט זיי נישט

ס׳איז געשטאנען אין די משנה, הרימונים משימסו, זאגט ר׳ זעירא (ר׳ זירא פון בבלי) בשם ר׳ יסא וואס מיינט דאס, ווען די עסן צוגייט אין די הענט, און עס קומט ארויס זאפט, ר׳ יהודה בר פזי דינגט זיך, אז עס איז ווען די רימון איז האלב גרייט, ווי די רבנים פון אגדתא האבן געטייטשט די פסוק המסו את לבבנו וגו׳ (וואס די מרגלים האבן געזאגט ווען זיי האבן געזאגט אז זיי האבן געזען די בני ענקים) פלגון לבבינו (זעהט מען אז ימסו איז טייטש האלב)

ס׳איז געשטאנען אין די משנה, התמרים משיטילו שאור זאגט ר׳ חייא בר ווא אז דאס איז ווען די קריץ ווערט אנגעפילט, ר׳ יונה זאגט אז דאן איז עס שוין א געהעריגע פרי, און אפילו ווען די גרעין טיילט זיך אפ פון די פרי הייסט שוין אויך א געהעריגע פרי, נאר ווען הייסט עס די מינימום פרי צו זיין מחיוב במעשר? ווען מען קען עס עסן, נאכן אויסטרוקענען.

ס׳איז געשטאנען אין די משנה האפרסקין משיטילו גידים, זאגט די גמ׳ עס מוז זיין דווקא רויטע גידן.

ס׳איז געשטאנען אין די משנה אז אגוזים און מאנדלען משיעשו מגורה, ר׳ יהודה זאגט משיעשו קליפה זאגט די גמ׳ אז יעשו קליפה מיינט די קליפה הפנימי (וואס מען קען עסן), (יעשו מגורה פון וואס די חכמים רעדן, איז הגרח״ק מסביר אין די משנה אז דאס מיינט קליפה החיצונה), זאגט די גמ׳ אז ביי אלצרין, אפיסטקין, און איצטרובילין (סארט ניסעלעך) זענען אויך די חכמים מודה אז מען דארף די קליפה הפנימי

ס׳איז געטשאנען אין די משנה, באקסער און אלע שווארצע פירות, פון ווען זיי ווערן געפינטילט. ברענגט ר׳ חיננא בר פפא א ברייתא אז באקסער ווען עס פאנגט אן צו ווערן געדרייט, איז שוין מחיוב במעשר.

וואס מיינט אלע שווארצע פירות, וואס איז מען מרבה?, זאגט די גמ׳ עס מיינט די טרויבן פון הדסים און פון דערנער.

ס׳איז געשטאנען אין די משנה איינער פון די פירות וואס זענען אויסגערכענט אלץ ווייסע פירות איז פרישן, זאגט די גמ׳ אז דאס איז איספרגלין, און עס הייסט פרישין, ווייל סאיז פריש צום קאכן, און ס׳איז די איינציגסטע פרי וואס איז אזוי.
אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

לגבי די שאלה פון די טייטלען, אז אלע זענען געווען געלעכערט, און די גמ׳ זאגט אז די שאלה איז אז ס׳איז מסתבר אז ס׳איז פייגל, איז מיר שווער, אפילו ווען מען זעהט קלאר אז די פייגל האב געביסן די פרי ,איז עס אויך אסור, וויבאלד אפשר האט א שלאנג געביסן אין די זעלבע פלאץ ווי די פייגל? אם כן אפילו מען זאל אננעמען אז די לעכער זענען געמאכט געווארן דורך פייגל, דארף עס סייווי זיין אסור?

אפשר קען מען מחלק זיין, אז דארט רעדט מען פון די פרי אליין, איז עס אסור, אבער דא רעדט מען פון אסר׳ן די גאנצע בוים, זאגט מען נישט אזוי. וצ״ע.
אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר - תמצית הדף והערות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

דף ה,

ס'איז געשטאנען אין די משנה, אלע ווייסע פירות משיקרחו זאגט די גמ' למשל וועלעכע ווייסע פרי? מרפייתה (א מין ווייסע פרי)

משיקרחו, זאגט די גמ', פון ווען עס ווערט אזעלכע הארלאזע פלעקן, ברענגט די גמ' א ברייתא, ר' שמעון בן יוחי דינגט זיך, און זאגט אז די שיעור איז ווען עס פאנגט אן טראפן זאפט, ר' חנינה זאגט אז מען דארף פסקנ'ן ווי ר' שמעון בר יוחאי (נישט ווי די משנה), וויבאלד די האר פאלט ארויס דורך ווערים, און נישט ווייל די פרי ווערט רייף.

ס'איז געשטאנען אין די משנה, תלתן משתצמח, זאגט די גמ' אז די סימן איז אויב די תלתן שוועבט אין וואסער, אויב רוב פון די תלתן זינקט, דאן איז עס מחיוב, די גמ' איז מסביר אז די סימן איז אויף יעדער תלתן פאר זיך (און נישט רוב פון אסאך תלתן וואס זינקט אינגאצען), אויב רוב פון די תלתן געפינט זיך אונטער די וואסער איז עס מחיוב.

די גמ' ברענגט א לימוד פון את כל תבואת "זרעך" אז א פרי ווערט נאר מחיוב במעשר ווען עס קען וואקסן, און דאס איז ווען ס'איז שוין געוואקסען א שליש. די גמ' לייגט צו אז שמן און וויין וואס קומט פון פירות וואס זענען נישט קיין שליש זענען נישט מכשיר לקבל טומאה.

ווי ווייסט מען אז זיתים זענען שוין א שליש? ווען די סארט זיתים וואס הייסן "צמייא קייטא" זענען איגאנצען רייף, זענען געהעריגע זיתים א שליש, טאמער ס'איז נישט דא דארט קיין צמייא קייטא, קען מען קוקן אויף די טייטלען וואס הייסן בנות שבע, און איז נישט דא קיין בנות שבע, דאן איז עס ווען די געהעריגע טייטלן ווערן אויסגעטרוקנט. ר' אלעזר בר' יוסי בשם ר' תנחום איז מסביר אז מען רעדט פון ווייסע בנות שבע. די גמ' זאגט אז מען דארף קוקן אויף די בנות שבע פון די זעלבע פלאץ ווי מען וויל וויסן אויב די זיתים זענען רייף, מען קען נישט קוקן אויף א צווייטע פלאץ.

הל' ג'
גרינצייג, קישואין, דילועין, אבטיחין און מלפפונות, עפל און אתרוגים, זענען אלעמאל מחיוב, סיי גרויס, סיי קליין, ר' שמעון פטר'ט קליינע אתרוגים. מאנדלן, ווען די זיסע זענען מותר (ווען זיי זענען צו קליין), זענען די ביטערע אסור (ווייל די ביטערע קען מען עסן ווען זיי זענען קליין), און ווען די ביטערע זענען מותר (ווען זיי זענען גרויס), זענען די זיסע אסור.

די גמ' ברענגט א משנה, אז איינער קויפט א פעלד וואס וואקסט גרינצייג און סוריא פון א גוי (וואס איז נאר מחיוב במעשר מדרבנן ווען ס'איז בבעלות פון א איד), אויב קויפט ער עס פאר ס'איז גענוג רייף אז עס זאל זיין מחיוב במעשר, איז ער מחיוב במעשר ווען עס וואקסט, אבער אויב איז עס שוין מחיוב במעשר ברשות גוי, דאן איז עס פטור. פרעגט די גמ', דא שטייט אין די משנה איז מען איז גלייך מחיוב אפילו ס'איז קליין, און דארט איז משמע אז ס'איז דא א צייט וואס ס'איז פטור? חזקיה ענטפערט, אז אונזער משנה איז נאר כולל די זאכן וואס שטייען אין די משנה, (קישואין דילוען וכו'), און יענער משנה רעדט זיך פון אנדערע גרינצווייגען, ר' זעירא ענטפערט, אז איידער ס'איז געוואקסן 3 בלומען, איז עס פטור ממעשרות (און די פשט פון קליין אין אונזער משנה איז ווען די פרי זעלבסט איז קליין).

די גמ' ברענגט א ברייתא, קליינע עפלעך האלט ר' שמעון אז מען איז פטור פון מעשרות, אבער עפל פון מילה מילי איז מען מחיוב אפילו קליינע, אויב זאל מען איינזעצן אז אונזער משנה רעדט זיך פון מילה מילי עפל, איז עס לכו"ע, אבער אויב מען וועט עס איינזעצן אז מען רעדט פון געהעריגע עפל, איז עס במחלוקות.
אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר - תמצית הדף והערות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

דף ו'

ס'איז געשטאנען און די משנה, אז קליינע אתרוגים פטר'ט ר' שמעון פון מעשרות, ברעגט די גמ' א משנה, אז ר' עקיבא האלט אז א קליינע אתרוג איז נישט כשר פאר ד' מינים, זאגט די גמ' אז ר' שמעון האלט ווי ר' עקיבא,

זאגט ר' יוסי (אן אמוראי) אז דאס וואס איז כשר פאר לולב, איז מחיוב במעשר, און דאס וואס איז נישט כשר פאר לולב איז פטור פון מעשר, פרעגט די גמ' אז א געפניטילע אתרוג, איז פסול פאר ד' מינים (ווייל ס'איז נישט הדר), אבער ס'איז מחיוב במעשרות (די גמ' ברענגט נאך משלים אויף אתרוגים וואס זענען נישט הדר)

פירט די גמ' אויס אז ר' שמעון, מוז האלטן ווי ר' עקיבא (אז א קליינע אתרוג איז נישט כשר פאר לולב), אבער ר' עקיבא מוז נישט האלטן ווי ר' שמעון (ווייל ער קען האלטן אז א קליינע אתרוג איז א פרי, אבער נישט קיין הדר).

ס'איז געשטאנען אין די משנה, דאס וואס איז מחיוב ביי די ביטערע מאנדלען, איז פטור ביי די זיסע, וכו' ברענגט די גמ' ר' ישמעאל בר' יוסי בשם אביו, אז מרים זענען אלעמאל פטור, און זיסע זענען מחיוב פון ווען די קליפה חצינוה טיילט זיך אפ פון די פרי, זאגט די גמ' אז ר' חנינה האט גע'פסק'נט ווי ר' יוסי, האט די גמ' א שאלה, טאמער ער האט געפסקנט ווי ר' יוסי לגבי די ביטערע מאנדלען (אז זיי זענען אלעמאל פטור) אדער לגבי די זיסע (די שיעור וואס זיי זענען מחיוב), די חכמים פון צופראי זאגן אז מען האט געפסק'נט לגבי די ביטערע, און ר' זעירא זאגט אז לגבי די זיסע, ברענגט די גמ' פון ר' יוחנן, אז ביטערע מאנדלען וואס געפינען זיך נישט אין צופרי, זענען מחיוב, אבער ווען מען נעמט עס צו צופרי איז מותר (ווייל מען דארף פסקנען ווי די רבנים פון די פלאץ)

ר' פנחס זאגט זיסע מאנדלן וואס 3 דערפון זענען שוין רייף, איז די גאנצע קופה מחיוב, לייגט ר' מנא צו אז בלויז די קופה איז מחיוב, און נישט די אנדערע, און מען קען נישט תורם זיין פון איין קופה אויף די צווייטע (ווייל סאיז מן החיוב על הפטור, אדער להיפך).

הלכה ד,

הקדמה צו די משנה. כדי אז א פרי זאל זיין מחיוב במעשר דארף זיין 2 תנאים. 1. א רייפע פרי, 2. עס דארף זיין גמר מלאכה. ביז יעצט האט מען דן געווען לגבי תנאי 1, ווען די פרי איז רייף, יעצט גייט מען אריבער צו תנאי 2, ווען הייסט דאס גמר מלאכה.

זאגט די משנה, קישואין און דילועין, ווען ער נעמט אראפ די הארעלעך , אויב נעמט ער נישט אראפ, ווען ער מאכט א הויפן, אבטיח, ווען ער נעמט אראפ די הארעלעך, אויב נעמט ער נישט אראפ, ווען ער לייגט עס אוועק אין די אוצר (מוקצה), גרינצווייג ווען מען מאכט בינטלעך, טאמער מאכט מען נישט בינטלעך, ווען ער פילט אן די כלי, טאמער פילט ער נישט אן, ווען ער נעמט וויפיל ער פלאנט צו נעמען. דאס אלעס איז געזאגט געווארען טאמער ער נעמט עס צו פארקויפן, אבער טאמער ער נעמט עס אהיים, איז עס משיראו פני הבית.
אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר - תמצית הדף והערות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

דף ז המשך המשנה

געטרוקענט מילגרוים, ראזשענקעס, און באקסער, איז גמר מלאכה ווען מען מאכט א הויפן, צוויבל ווען מען נעמט אראפ די דינע שיכט דערויף, טאמער נעמט מען נישט אראפ, ווען מען מאכט א הויפן, תבואה משימרח הכרי, און טאמער מאכט מען נישט קיין מירוח, פון ווען מען מאכט א הויפן, קטינות ווען מען זיפט עס (אוועקצונעמען די ערד וואס קומט מיט) תבואה, אפילו נאך מירוח, קען מען נעמען די געהאקטע און די וואס זענען מיט די תבן (כאטש די עיקר כרי איז שוין נתמרח). וויין, פון ווען מען נעמט ארויס די שאלעכץ פון די טרויבן, כאטש ער האט שוין דאס געטוהן, קען ער נעמען פון דאס וואס איז נאכנישט פארטיג, אויל, פון ווען עס גייט אריין אין די גרוב, ער קען נאך נעמען די וואס איז נאכנישט אין גרוב, און דאס לייגן אויף קיכן, אדער אין די טעלער, אבער נישט אין טאפ, ווי לאנג ס׳איז הייס (כלי ראשון שלא על האש), ר׳ יהודה זאגט מען קען יא לייגן אין א כלי ראשון שלא על האש, חוץ אויב עס האט חומץ אדער ציר.

גמ׳, ס׳איז געשטאנען אין די משנה קישואן און דילועין, משיפקס, טייטש, פון ווען מען נעמט אראפ די הארעלעך

ס׳איז געשטאען אין. די משנה, אבטיח משישלק, זאגט די גמ׳ טייטש פון ווען מען נעמט אראפ די הארעלעך, מען איז נישט מחיוב קיין מעשר אויף גארנישט (אפילו די חלק וואס מען האט מפקס אדער משלק געווען), ביז ווי לאנג מען ענדיגט נישט אלע וואס מען וויל. טאמער איז מען מפקס אדער משלק ברשות הקדש (דהיינו מען איז מקדיש, מפקס, און דערנאך פודה) איז מען פטור פון מעשר.


ס׳איז געשטאנען אין די משנה גרינצווייג ווען מען מאכט א בינטל. זאגט די גמ׳ אויב מען מאכט א גרויסע בינטל און מען פלאנט עס צו צוטיילן אויף קלענערע איז מען מחיוב במעשר, פרעגט ר׳ עזרא, ס׳איז נאכנישט גמר מלאכה? זאגט ר׳ עזרא אז מען איז טאקע פטור.

איז געשטאנען אין די משנה ווען ער פילט אן די כלי, טאמער פילט ער נישט אן, ווען ער נעמט וויפיל ער וויל. זאגט די גמ׳, טאמער פלאנט ער אנצופילן א האלבע, איז עס האלב, טאמער פלאנט ער אנצופילן 2, איז עס נאר מחיוב ווען ער פילט אן 2.

ס׳איז געשטאנען אין די משנה, איז די אלע שיעורים, זענען טאמער ער פלאנט עס צו פארקויפן, אבער אויב פלאנט ער עס אהיים צו נעמען דארף עס זיין רואה פני הבית, פרעגט די גמ׳ וואס איז די חילוק? פארוואס זאג איך נישט אז ס׳דארף זיין רואה פני הבית פון די לוקח? ענטפערט די גמ׳, ביי זיך, ווייסט ער אז ער פלאנט עס אהיימצונעמען, די לוקח, ווייסט ער נישט טאמער די לוקח פלאנט עס אהיימצונעמען

(די גר״א לערנט פשט אנדערש, ער זאגט אז די שאלה איז פארוואס דארף עס נישט זיין רואה פני השוק, און די תירוץ איז, אז קען זיין די לוקח וועט עם אנטרעפן איידער ער גייט צום שוק)

ס׳איז געשטאנען אין די משנה ווען מען מאכט א הויפן, ברענגט די גמ׳ א ברייתא אז די הויפן איז אויף די דאך, זאגט די גמ׳, אז דאס איז א רבותא, אפילו אויפ׳ן דאך הייסט עס א הויפן, אין פעלד איז עס זיכער א הויפן.

ס׳איז געשטאנען אין די משנה צוויבל משיפקל, טייטש די גמ׳ ווען ער נעמט אראפ די דינע אינדרויסדענדיגע שיכט

סאיז געשטאנען אין די משנה תבואה ביי מירוח, ברענגט די גמ׳ צוויי מהלכים, אדער ווען ער מאכט גלאט די זייטן, אדער גראד נאכדעם וואס ער גיסט אויס די פילע כלי, פאר ער מאכט גלאט, זאגט די גמ׳ אז עס ווענדט זיך טאמער ער פלאנט גלאט צו מאכן.
אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר - תמצית הדף והערות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

דף ח-ט

קטניות פון ווען ער זיפט, זאגט די גמ׳ אז ער קען תורם זיין פון די געזיפטע אויף די נישט געזיפטע (כאטש וואס אין אלגעמיין קען מען נישט לכתחילה תורם זיין מדבר שנגמרה מלאכתו על דבר שלא נגמרה מלאכתו), ווייל מען קען עס עסן אן זיפן, און די עצם זיפן, האט נישט מיט די עצם קטניות, נאר עס האט מיט די שמוץ וואס איז אויסגעמישט דערמיט. צוליב דעם זאגט די גמ׳ אויב האט מען געזיפט ברשות הקדש, איז מען נאך אלץ מחיוב במעשר.

פרעגט די גמ׳ אז ביי וויין אויב נעמט מען אראפ די שאלעכץ ברשות הקדש איז עס יא פטור, כאטש די שאלעכץ האט אויך נישט מיט די עצם וויין, ענטפערעט די גמ׳ אז קטניות קען מען עסן אן זיפן, וויין קען מען נישט טרינקען אן אראפנעמען די שאלעכץ.

ברענגט די גמ׳ א ברייתא, אז מען מעג כאפן קטניות אונטער די זיפ, איידער עס קומט אן אויף דער ערד, און ס׳איז פטור פון מעשר, זאגט רב חסדא ווייל עס דארף נאך די ווינט, ר אילא זאגט ווייל עס דארף נאך רוהן, פרעגט די גמ׳, וואס טוהט זיך מיט וויין, איז אויך געשטאנען אין די משנה אז מען קען נעמען, פון די גת אפילו נאך דעם וואס עס האט אראפגענומען די שאלעכץ, ענטפערט די גמ׳, אז די זאץ דארף זיך נאך זעצן, און ביי אויל, דארף עס נאך קלאר ווערן.

הקדמה, ס׳איז דא אין די חיוב פון מעשר 3 שטאפלן, 1. גמר פרי, 2. גמר מלאכה 3. קביעות. גמר פרי, האט מען גערעדט די ערשטע פאר משניות, יעצט רעדט מען פון גמר מלאכה, אבער אפילו נאך גמר מלאכה, איז מען נאך אלץ נישט מחיוב, עס דארף נאך זיין א קביעות, פארשידינע זאכן מאכן א קביעות, למשל, ראיית פני החצר, קאכן, שבת, פארקויפן, מפריש זיין תרומה, און נאך, טאמער מאכט מען קודם קביעות, און דערנאך גמר מלאכה זענען פארהאן פארשידינע הלכות.

ס׳איז געשטאנען אין די משנה אז אויב מען קען לייגן אויל אין א קיכן אדער אין א טעלער. ברענגט די גמ׳ א ברייתא, אז אויב איינער עסט און עס ווערט שבת (וואס דאס איז איינער פון די זאכן וואס מאכן א קביעות) אדער געגעבן פאר זיין חבר (כעין מכר וואס איז קובע), איז מען פטור, זאגט ר׳ ירמיה, אז דא רעדט מען אז עס ליגט אין די טעלער, אויסגעמישט, מילא פאר דעם איז עס נישט נקבע, (דף ט)ר׳ יוסי זאגט אז מען רעדט אז ס׳איז לא נגמרה מלאכתו, און פארדעם איז עס נישט קובע (דהיינו קביעות אן גמר מלאכה מאכט נישט מחיוב במעשר, ר׳ ירמיה דינגט זיך לכאורה, און האלט אז שבת און מקח זענען קובע אפילו אן גמר מלאכה).

ברעגט די גמ׳ א ראי׳ צו ר׳ ירמיה, אז א מענטש מעג שמיטה (ווען מען איז פטור מתרומות ומעשרות) גיין צו די מוקצה ער״ש און אפשיידן א חלק פאר שבת (און מיט דעם ווערט עס אויס מוקצה), דווקא שמיטה וואס ס׳איז נישט דא קיין מעשר, אבער אנדערע יארן דארף מען עס מעשר׳ן (און שבת קען מען נישט, מילא איז עס אסור), זעט מען אז אפילו לא נגמרה מלאכתו (מוקצה געווענליך מיינט אז מען האט עס געלייגט טרוקענען, און מילא איז עס לא נגמרה מלאכתו) איז שבת קובע, ענטפערט ר׳ יוסי, אז וויבאלד ס׳איז מוקצה, קען מען עס שבת נישט צוריקלייגן צו די מוקצה פלאץ, און מילא הייסט דאס נגמרה מלאכתו, ברענגט די גמ׳ א ברייתא אז שבת איז נישט דא קיין עראי (איז משמע אפילו ביי דבר שלא נגמרה מלאכתו) ענטפערט ר׳ יונה אז מען רעדט אז ס׳איז מוקצה.

ר׳ מנא פרעגט א שאלה וואס טוהט זיך מיט א צלוחית של שמן וואס איז נגמרה מלאכתו וואס ליגט צוזאמען מיט אנדערע קריגלען וואס זענען נישט נגמרה מלאכתו, טאמער שבת איז קובע (לכאורה איז די שאלה אויך לויט ר׳ ירמיה, כל זמן עס ליגט אין די אוצר דבר שלא נגמרה מלאכתו איז שבת נישט קובע, נאר ווען מען נעמט עס ארויס, איז די שאלה טאמער עס ווערט נקבע לכבוד שבת אפילו ס׳איז לא נגמרה) די גמ׳ איז נישט פושט די איבעיא.

ס׳איז געשטאנען אין די משנה אז מען טאר נישט לייגן די אויל אין א קאכעדיגע טאפ, כלי ראשון שלא על האש (שי׳ ת״ק, וויבאלד בישול איז קובע) ווי לאנג הייסט קאכע׳דיג? יד סולדת בו. כלי שני איז מותר, ר׳ יוסי בר׳ בון זאגט ווייל ס׳קאכט שוין נישט, און ר׳ ירמי׳ זאגט וויל כלי ראשון איז שלא על האש איז א גזירה אטו כלי ראשון שעל האש, אבער כלי שני איז מען נישט גוזר, זאגט ר׳ מנא אז רייז, און דייסא איז א ראי׳ צו מיין טאטע (ר׳ ירמי׳) וויל מען גיסט עס איבער פון כלי צו כלי און עס בלייבט הייס.
אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר - תמצית הדף והערות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

דף י, מען האלט אינמיטן רעדן פון בישול, ברענגט די גמ' א מח' עירוי כלי ראשון, ר' יונה אסר'ט, און ר' יוסי איז מתיר. וואס טוהט זיך מיט א עירוי לתוך עירוי? (דהיינו מען גיסט פון 2 זייטן, זאגט די גמ' אז ס'איז די זעלבע מחלוקות, וויל די גמ' וויסן, איז עירוי כלי ראשון לגבי שבת אין בשר בחלב אן איסור דאורייתא, זאגט די גמ' אז ניין, בלויז כלי ראשון שעל האש הייסט בישול דאורייתא.

ס'איז געשטאנען אין די משנה שי' ר' יהודה אז אריינלייגן פירות אין חומץ אדער ציר איז אויך קובע, פרעגט די גמ' צו זאלץ און וויין האבן די זעלבע דין ווי ציר און חומץ.

משנה, (ווייטער איבער די ענין פון גמר מלאכה לגבי פירות) אן עיגול דבילה, ווען ער מאכט עס גלאט, מען מעג גלאט מאכן מיט פייגן און טרויבן פון טבל, ר' יהודה אסר'ט, טאמער מאכט מען גלאט מיט טרויבן, איז עס דאס נישט מוכשר לקבל טומאה ר' יהודה זאגט ס'איז יא מוכשר, ער האט געקוועטש אין א כלי, און די כלי האט זיך צובראכן, הייסט דאס שוין גמר מלאכה (די חלק וואס איז שוין אריינגעקוועטש), ר' יוסי האלט אז נישט.

חנניה זאגט, אז דאס וואס חכמים זאגן אז מען מעג גלאט מאכן מיט טבל, דאס איז דוקא טבל דרבנן.

זאגט די גמ', אז די מחלוקות ר' יהודה און רבנן אויב גלאט מאכן מיט טרויבן הייסט הוכשר לקבל טומאה איז לשיטתם, די גמ' ברענגט א מח' אויב מען שניידט אויף זיתים צו קוקן אויב עס האט שוין אויל, ר' יהודה זאגט דאס הייסט מוכשר, און די חכמים זאגן אז נישט, און דאס איז לשיטתם פון די משנה דא.
מראה המקום
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

נישט דא אזא ניק האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 3:14 pm
לגבי די שאלה פון די טייטלען, אז אלע זענען געווען געלעכערט, און די גמ׳ זאגט אז די שאלה איז אז ס׳איז מסתבר אז ס׳איז פייגל, איז מיר שווער, אפילו ווען מען זעהט קלאר אז די פייגל האב געביסן די פרי ,איז עס אויך אסור, וויבאלד אפשר האט א שלאנג געביסן אין די זעלבע פלאץ ווי די פייגל? אם כן אפילו מען זאל אננעמען אז די לעכער זענען געמאכט געווארן דורך פייגל, דארף עס סייווי זיין אסור?

אפשר קען מען מחלק זיין, אז דארט רעדט מען פון די פרי אליין, איז עס אסור, אבער דא רעדט מען פון אסר׳ן די גאנצע בוים, זאגט מען נישט אזוי. וצ״ע.
Screenshot 2024-08-29 110339.jpg
Screenshot 2024-08-29 110339.jpg (68.13 KiB) געזען 105 מאל
בירורי סוגיות
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

Re: דף היומי הירושלמי - ע״פ דפי עוז והדר - תמצית הדף והערות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

מען פאנגט אן מארגן מס' ביכורים, און בערך א חודש פאנגט מען אן סדר מועד, איך זוך א חברותא אין ראדישיץ ביהמ"ד, בערך 6 אינדערפרי, ביטע שיקן אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”