פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

קריאת התורה שבת תזריע-מצורע תשפ"ח, צווישן שלישי און רביעי

א גוטן, דא רעדט א בחור.
איך האב זייער שטארק געוואלט ווערן אנגענומען אין א געוויסע ישיבה גדולה און איך האב געוואוסט אז עס איז זייער שווער צו ווערן אנגענומען דארט, איך האב זיך אונטערגענומען- - -


יונה איז פארטיפט אין די דראמאטישע מעשה מיט דעם בחור ווען איינער שלעפט זיין טלית.

- יונה, ווען ביסטו געווארן פון די יואלי לאנדא מענטשן?

אה, יודל שרייט שוין. וואס וויל ער שוין ווייטער? ס'שטערט אים אז איך ליין נקדישך?

יודל: די טראמפיסטן פרייען זיך, הא? ענק גייט גארנישט אן. זאל ער אונטערברענגן אלעס! ער איז דאך א קראנקע דיקטעיטער!

וואס מיינט ווייטער פירן זאכן אויף די ריכטיגע טרעק?! וויאזוי פונקטליך גייט ער ווייטער 'פירן זאכן' נאך מ'זרק'ט אים ארויס פון דארט? הא?.. וואס? כ'הער נישט. אה, האסט נישט וואס צו זאגן, א דיקטעיטער, ער גייט בלייבן דארט פאר אייביג, אימפיטשן קען מען אים שוין נישט, אימיוניטי האט ער פון דא ביז מצרים, און יעצט קומט א דריטע טערמין. דעטס איט, ער האט אראפגענומען זיין מאסקע און עטס לויפטס אים ווייטער נאך.

שטייסט? ער האט שוין נישט וואס צו פארלירן, אז ס'געלונגט אים א דריטע טערמין איז גוט אז נישט גייט ער שפילן גאלף אין מושב זקנים. ער גייט אויסרייסן די קאנסטעטושן און עטס גייטס נאך גיין וואוטן פאר אים!... ער האט ענק אין טאש, ער דארף נאר קומען איינמאל באזוכן אין א שוויץ אין מאנסי און עטס גייטס אים אלע נאכגיין ווי קעלבלעך!!

יונה: דו לאזט זיך צופיל פון די מידיא. די מידיא בלאזט אויף די גאנצע מעשה. ער האט פלעין געזאגט אז ער גייט האלטן זאכן אויף די ריכטיגע טרעק. ס'קען מיינען טויזענט זאכן. אבאמא האלט נישט די דעמאקראטישע פארטיי ביים קארג אפילו נאכן ארויסגיין פון אפיס?

יודל: וואס הייסט בלאזט אויף? ווען CNN זאגט אז זיי האבן אינסייד אינפארמעישן אז טראמפ גרייט זיך אויף א דריטע טערמין ווייסן זיי וואס זיי רעדן! דו גייסט מיר זאגן אז CNN מאכט אויף מעשיות?

יונה: יא איך גיי דיר זאגן! זייט 2016, נאך אין ישיבה, הערסטו נישט אויף נאכבלעבלן די מידיא, דו ווייסט פון דעם? טראמפ קען ניטאמאל לויפן נאכאמאל, די גאנצע מעשה איז אבי גערעדט.

יודל: יעצט קען ער טאקע נישט, אבער דו ווייסט וואס ער קען נאך אנדרייען? ער האט די סופרים קאורט ביי זיך אין טאש! די קאנסירוועטיווע ריכטער דארט זענען קאראפטירט פון קאפ ביז פיס! ער גייט נאך אמענדען די קאנסטיטוציע צו קענען לויפן א דריטע טערמין. איך זאג דיר. וואס דען מיינט 'ווייטער פירן זאכן אויף די רייט טרעק'? הא? ער 'וועט שוין טרעפן א וועג', טעלמי אלל אבאוט איט- - -

ששששששששששששש!!!

ברכו את ה' המבורך!

***

מוסף שבת תזריע-מצורע תשפ"ח, צווישן שטילע און הויעכע שמו"ע

ווי א שטורעט לויפט מעכל אריין אין ביהמ"ד.

- וועסט נישט גלייבן!! די פאליס אינדרויסן האט מיר יעצט געזאגט!! טראמפ איז זיך מגייר!!

יונה: מעכל וואס איז געשען, וואס מגייר? רעד קלאר. דו רעדסט וועגן קושנער?

מעכל: כ'ווייס נישט, די פאליס האט געזאגט טראמפ, נישט קושנער.

יונה: העפי האק-אין-קאפ. ער מאכט זיך משוגע. ער איז שוין באורד פון שטיין אזוי לאנג אינדרויסן.

יודל הערסטע, די פאליס אינדרויסן נעמט מעכלען אויף א רייד.

יודל: ניין ניין, ביי די נעקסטע טיש שמועסט מען אויך עפעס, איינע פון די גוים פון הצלה האט געזאגט פאר פיני. אזוי איז אין די נייעס. עפעס איז ער געפארן קיין ארץ ישראל צו א רעפארם בית דין, עפעס א נאמען זאגן זיי, קוקט אויס ער איז זיך מגייר. סיק סטאף.

יונה: אוה מיי. וואס מיינט דאס? א נייע טרענד? קודם ארגענטינע פרעזידענט, יעצט טראמפ.

יודל: מ'דארף אויסגעפינען מער, סתם אזוי מגייר געווען? אין א גרינע דינסטאג? עפעס פעלט דא. קען נישט זיין. איך מוז פרעגן- - -

ששששששששששששש!!!

כ–ת–ר, יתנו לך…

יונה: פלוצלינג ביסטו עקסייטעד מיט טראמפ, הא?! כ-ת-ר…

***

שאלעשידעס תזריע-מצורע תשפ"ח, צווישן בילקעס און געפילטע פיש

יודל: ס'איז נעקסט לעוועל!!! נעקסט לעוועל!!! ער האט עפלייד פאר איזראעילי בירגערשאפט, ער וויל מאכן אן עליה!!!

וואס?????

יודל: א רגע, א רגע! ער האט אויך אריינגעשיקט אן אפליקציע צו די ארטיגע וואל קאמיטע צו לויפן פאר פרעמער מיניסטער!!!

יונה: משוגע דעיס!!! ער גייט געוואונען דארט מיט א לענדסלייד, ער גייט זיין קינג פון די מידל איסט!

מעכל: סאו מ'גייט יעצט מעגן גיין צו בחירות? ער אידאך א גוי, א רעפארם גיור הייסט בכלל נישט- - -

ששששששששששששש!!!

ה' מלך, ה' מלך, ה' ימלך לעולם ועד.

יודל: איך גיי דאווענען מעריב, איך דארף זיין אויף אייוועלט ביים זמן.
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

זייטיגע נאטיץ
א שטיקל פורים אפטיילונג וואס כ'האב מיך גע'חלומ'ט ביינאכט… נישט געהאט קיין צייט איבערצוארבעטן, כ'האף אז ס'איז גוט אזוי…
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6095
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

מאיבי תחכמני
אפגעגאלט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:32 pm
טויזנט מאל מיסאינפארמיציע, קומט נישט צו צו די סכנה פון א רעגירונג וואס קען בעלבאטעווען אויף מענטשן, וואס זיי מעגן רעדן אדער הערן.
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2308
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

ערד עפל מיט זיינע סחורה!

טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
רימאוט סטארט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 02, 2024 6:45 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימאוט סטארט »



א רגע, למעשה איז די רעפארם גיור א גוטע גיור? ווייל טאמער נישט איז די קאשע בישול עכו"ם...
אוועטאר
תקנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:15 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תקנות »

טראמפ טרעילד נעק-טאו-נעק מיט'ן ארגענטינער בחור.

סעלצער האקט אריין מיט א באריכט, בועה בועה.....
מיר מאכן נישט די תקנות, מיר פארלעצן זיי.
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

תקנות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:00 pm
טראמפ טרעילד נעק-טאו-נעק מיט'ן ארגענטינער בחור.

סעלצער האקט אריין מיט א באריכט, בועה בועה.....
דו מיינסט אוודאי 'סודה'...
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5058
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

איך בין געגאנגען נאכקוקען אויב תשפ"ח גייט טאקע תזריע טהרה צוזאמען. כהאב דאך געוואלט פאקען מיט א פיינע גרייז. למעשה בין איך געבליבען מיט די צינג אינדרויסען...
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 9:17 pm
איך בין געגאנגען נאכקוקען אויב תשפ"ח גייט טאקע תזריע טהרה צוזאמען. כהאב דאך געוואלט פאקען מיט א פיינע גרייז. למעשה בין איך געבליבען מיט די צינג אינדרויסען...
איך מאך די נויטיגע ריסירטש פארן פאוסטן...
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

לאמיר שוין יעצט עפענען דעם קאמפיין

דניאל טראמפ פאר ראש ממשלה אין שפיץ פון דעם ג' (גיור) פערטיי...


א געוואלדיגע ארטיקל שיין און רייך


און גראדע, יעצט איז אונז דאס למעשה נוגע, פונקט ווי דאן אין יארע תשפ"ח
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

טרומפ 2028#
אוועטאר
חיים שתקן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 8:08 am

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שתקן »



פיינע נייעס דאס
חיים איז מיין נאמען, א שתקן בין איך.
אוועטאר
תקנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:15 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תקנות »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 2:46 am
טרומפ 2028#
טחומפ 2028#
מיר מאכן נישט די תקנות, מיר פארלעצן זיי.
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6622
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

סא איך דארף יעצט וואטן פאר איינער וואס גייט גיין צו א רעפארמער מושב ליצים?
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

שמו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 1:55 am
לאמיר שוין יעצט עפענען דעם קאמפיין

דניאל טראמפ פאר ראש ממשלה אין שפיץ פון דעם ג' (גיור) פערטיי...


א געוואלדיגע ארטיקל שיין און רייך


און גראדע, יעצט איז אונז דאס למעשה נוגע, פונקט ווי דאן אין יארע תשפ"ח
איך הער אז ער רופט זיך זאנוויל טראמפ
אוועטאר
פיאקער
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:26 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאקער »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 9:17 pm
איך בין געגאנגען נאכקוקען אויב תשפ"ח גייט טאקע תזריע טהרה צוזאמען. כהאב דאך געוואלט פאקען מיט א פיינע גרייז. למעשה בין איך געבליבען מיט די צינג אינדרויסען...
טשעק שוין צי נקדישך גליון פון תשפ"ח האט נישט פערצופאל אפגעקויפט הליכות החיים, שמחת החיים, און עלים לתרופה...
נעווער סעי: נעווער סעי נעווער...
אונגארישער חסיד
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 3:00 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער חסיד »

פאריקט אבער נישט סתם
זאלצמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

צ/ק
מיינע אירבעגס האלטן ביים קראכן --- כמיין, מיינע מילצן.


וואס מ'חלומט בייטאג, שרייבט מען נאכמיטאג אויף אייוועלט.

טענקס!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3359
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5866
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

😃😃
אוועטאר
שטויביג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3042
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

לץ!

פיינע נייעס!

גאר גוט געשריבן!
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פעסטן יור סיטבעלטס: טראמפ קאכט אויף א הייסע קאשע אין מיקדאנאלדס - יארע 2028, שבת'דיגע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איך כאפ זיך יעצט,
מען דארף איינמעלדן אלימלך שמן, ער זאל אים צולייגן צו דעם גוט שבת טעקסט גרופ...
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”