viewtopic.php?t=68842 א נאבעלע ארגאניזאציע וואס דארף אנגעבליך שפארן געלט פאר מענשטן, פארגרינגערן חובות און פארלייכטערן דאס לעבן פון די מלוה'ס און די פאנדרעיזינג אינדוסטריע, פלאגט זיך מיט הערליכע בראשורן מסביר צו זיין פאר'ן ציבור אנצונעמען זייער פלאן.
איינע פון די מיטלען איז א זיי קלערן אויף פאר די מוכרים, די ווענדארס, די סופלייערס, ה"ה אונזער טייערע תשב"ר וואס בי"ד של מעלה איז זיי נאך נישט דן פאר די צוואנציג, זאלן נידערן די פרייז פארן חתונה האבן און טארדזשן ווייניגער פון זייערע עלטערן אדער פון די סיסטעם.
איי פארוואס האבן זיי נישט קיין רעכט צו טשארדזן די רעגולערע מארקעט פרייז? פארשטיי איך נישט.
ניין! איך ערווארט נישט קיין לייק אדער נאכאמאל אנהייבן א שמועס, איך ווייס אז די פרעזידענטליכע און פעדעראלע לעגיסלאטיווע וואלן איז וויכטיגע מיטצוהאלטן ווייל מיט יעדע תגובה אין יענע נושאים העלפט מען דעם היימישן ציבור דורך נידערן דעם קארפארט אינקאם טעקס, אויפלעזן די סטודענט לאָונס, פארמאכן די טויערן פאר אומלעגאלע אימיגראציע אין די דרום שטאטן, און לאזן די שטאטן באשליסן די רציחה געזעצן (אונז וואוין מיר בעיקר אין נ. י., נ. דזש אבער...)
די אלע זאכן זענען וויכטיג אריינגערעכנט די מצב אינעם מיטל מזרח אבער אויב מאכט מען א קאסט-בענעפיט אנאליז איבער ווי אונזער צייט ווערט פארטיליקט און די רעטוירן אן אינוועסמענט פון די קאמאדיטי הנקרא 'צייט' איז אומפארשטענדלעך וואס דא גייט פאר.
נאר וואס דען? מיט די אלע אינקאם-טייפס מיט וואס אונז זעמיר באשאנקען האט כמעט יעדער וואס ער וויל קען מען טאקע אויסנוצן די צייט צו פאראויסשאצן ווער ס'גייט געוואונען און פארוואס.
אינדערצווישן זאל זיך 'מצא טוב' פלאגן צו פארהאנדלען מיט די ווענדארס איבער פרייז.
@blue moon,שרייב דיך אין אונזער קבוצה פון אידן וואס האבן אקצעפטירט די מציאות ווי מאדנע עס הערט זיך און ענדזשויען די סאציאליסטישע אינקאם-טייפס וואס מ'שטעלט אונז צו עד יעבור זעם, עיין לעיל באשכולינו וועסטו זעהן אז אין פרץ ואין צווחה ברחובותינו, אלעס קלאפט ווי פארגעשריבן.
זאג פאר דעם דזשדעיקע סטאר ער זאל אנהייבן פארקויפן מקוה בעגס מיט קיעלע האר וואס די נאמען איז אויפגעשריבן מיט אן אונטערשריפט פארמאט (100$ די אונטערשריפט אליין), ער זאל אדווערטייזן פאר די חתנים אז היינט איז שוין די סטאנדארד פאר מחותנים דאס אריינלייגן אין די שבת באווארפן-פעקעדזש בענעזאם מיט צוויי טליתים, קיטל מיט שטיינדעלעך, האריגע וואכן שבת/בייטלעך און טייערע רעפינג וואס גייט אין מיסט.
דניאל אויערבאךהאט געשריבן:↑מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 1:42 pm
יעקב אבינוהאט געשריבן:↑מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 8:59 am
איך וויל נאר צולייגן אפאר קשיות וויפיל פון אונז וואלטן בכלל חתונה געהאט? וויפיל קינדער וואלסטו געהאט? וואלסטו בכלל געגאנגען מיט א הוט אדער א דאדשיק? וואלסטו געקויפט קליידער ביי Walmart מיט גרויסע גוי'שע אותיות פאר דיינע יונגעלעך?
א. א. וו
צווישן דיינע ווערטער טרעטסטו אויף א הייקעלע נושא וואס איז נישט געמאכט דא אויסצושמועסן, פליעז עסק יור לאקאל דיין... אבער @יעקב אבינו האט געהאט לכה"פ 12 שבטים + דינה, און לויט כמה מפרשי התורה אפילו מער. און יעקב אבינו האט נישט געמאכט קיין געלט חשבונות. אליפז האט אים אלעס צוגענומען. ער האט געוויינט מאין יבא עזרי. און זיך מחזק געווען אז עזרי מעם ה' עושה שמים וארץ. און דער אייבערשטער האט אים טאקע געהאלפן. איך האב אמאל געהערט פון א בדחן, אז דאס זאל זיין די כוונה פון זרעינו וכספינו ירבה כחול, מען בעט טאקע אויף קינדערלעך, אבער מיט זיי זאל מיטקומען גענוג געלט זיי צו קענען ערציען על דרך התורה והיראה, וואס קאסט אן אפותיקי.
חתונה האבן און פרי' ורבי' איז א מצוה אין די תורה. מיר דארפן טון דעם ציווי ה' און נישט זיך ארויסדרייען אפילו עס קומט אן שווער.
אה, און ביי וואלמארט וואלט איך נאר געזוכט די קליינע גוי'אישע אותיות... די גרויסע אותיות וואלט איך געלאזט פאר די גויים...
יעקב אבינו איז צוריק געגאנעגן פאר די פכים קטנים, ביטער שווער געארבעט צו חתונה האבן און ברענגען פרנסה אויפן ערליכע וועג נאך ביים פאטער האט געארבעט און געווען א רועה עזים צו געבן די צוויי ציגן טעגליך פאר'ן מאמען וואס די פאטער האט זיך מתחייב געווען אין די כתובה.
און ווען די קינדער זענען געווארן גרעסער האבן זיי אים געהאלפן מיט פרנסה, ראובון מיט די דודאים (נאך געווען אונטער 12) און די שבטים זענען געגאנגען קיין דותן די שעפעלעך צו וויידן.
באט יו אר מיסינג די מעין פוינט, איינמאל ס'איז נישטא די אלע אינקאם-טייפס קאסט ביליגער צו ערציען קינדער ווייל מ'דארף נאר וואס ס'איז דא און וואס אנדערע "פון די סביבה" האבן.
דניאל אויערבאךהאט געשריבן:↑מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 1:42 pm
יעקב אבינוהאט געשריבן:↑מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 8:59 am
איך וויל נאר צולייגן אפאר קשיות וויפיל פון אונז וואלטן בכלל חתונה געהאט? וויפיל קינדער וואלסטו געהאט? וואלסטו בכלל געגאנגען מיט א הוט אדער א דאדשיק? וואלסטו געקויפט קליידער ביי Walmart מיט גרויסע גוי'שע אותיות פאר דיינע יונגעלעך?
א. א. וו
צווישן דיינע ווערטער טרעטסטו אויף א הייקעלע נושא וואס איז נישט געמאכט דא אויסצושמועסן, פליעז עסק יור לאקאל דיין... אבער @יעקב אבינו האט געהאט לכה"פ 12 שבטים + דינה, און לויט כמה מפרשי התורה אפילו מער. און יעקב אבינו האט נישט געמאכט קיין געלט חשבונות. אליפז האט אים אלעס צוגענומען. ער האט געוויינט מאין יבא עזרי. און זיך מחזק געווען אז עזרי מעם ה' עושה שמים וארץ. און דער אייבערשטער האט אים טאקע געהאלפן. איך האב אמאל געהערט פון א בדחן, אז דאס זאל זיין די כוונה פון זרעינו וכספינו ירבה כחול, מען בעט טאקע אויף קינדערלעך, אבער מיט זיי זאל מיטקומען גענוג געלט זיי צו קענען ערציען על דרך התורה והיראה, וואס קאסט אן אפותיקי.
חתונה האבן און פרי' ורבי' איז א מצוה אין די תורה. מיר דארפן טון דעם ציווי ה' און נישט זיך ארויסדרייען אפילו עס קומט אן שווער.
אה, און ביי וואלמארט וואלט איך נאר געזוכט די קליינע גוי'אישע אותיות... די גרויסע אותיות וואלט איך געלאזט פאר די גויים...
איך וויל בכלל נישט אריינגיין אין קיין דיסקאשענס וואס באלאנגט פארן לאקאלע דיין
איך וויל ארויסברענגען איין נקודה אז מיר לעבן בכלל נישט אויף א מהלך אז זאכן קלאפן אונז גאנצע סיסטעם איז שווער( שיין געזאגט) און די איינציגסטע מהלך וואס ארבעט איז טוען וואס אנדערע טוען און וועגן דעם וויל יעדער חתונה האבן ווייל יענער האט וועגן דעם וויל ער אויך האבן א טייערע שטריימל ווייל אז נישט וויס איך נישט צי ער וואלט בכלל געוואלט א. א. וו
קומט נישט ממש אריין, אבער כ'האב מיר סתם דערמאנט רעדנדיג פון@יעקב אבינודי ווערטער פון רבי ר' אלעזר אין אגרת הקודש
צריך להיות וותרן בממון כמו שמצינו ביעקב אבינו ע"ה שהיה וותרן בממונו ונתן חומש מכל כמו שנאמר וכל אשר כו׳ עשר אעשרנו לך, ואעפ"כ הקפיד על פכים קטנים ששכח,וזהו חכמה גדולה, אף שהדברים אינן כפשוטן אבל הפשוט ג"כ אמת, וזהו צריך סיוע גדול׳ והוא עיקר בעבודת השי"ת העובדים באמת.
איך פארשטיי... מיינעך. כ'האב אויך אמאל געטון בודזשעטינג.. דער נושא דארף א עקסטערע אשכול פאר זיך, איך האב אסאך צו שרייבן דערוועגן... (עכט דארף מען עס בעיקר שרייבן אויף די פרויענישע אייוועלט)
קומט נישט ממש אריין, אבער כ'האב מיר סתם דערמאנט רעדנדיג פון @יעקב אבינו די ווערטער פון רבי ר' אלעזר אין אגרת הקודש
צריך להיות וותרן בממון כמו שמצינו ביעקב אבינו ע"ה שהיה וותרן בממונו ונתן חומש מכל כמו שנאמר וכל אשר כו׳ עשר אעשרנו לך, ואעפ"כ הקפיד על פכים קטנים ששכח,וזהו חכמה גדולה, אף שהדברים אינן כפשוטן אבל הפשוט ג"כ אמת, וזהו צריך סיוע גדול׳ והוא עיקר בעבודת השי"ת העובדים באמת.
איך פארשטיי... מיינעך. כ'האב אויך אמאל געטון בודזשעטינג.. דער נושא דארף א עקסטערע אשכול פאר זיך, איך האב אסאך צו שרייבן דערוועגן... (עכט דארף מען עס בעיקר שרייבן אויף די פרויענישע אייוועלט)
שוין אויך געהאךפן מענשטן, די פרויען זענען נישט שולדיג, ס'איז די אי-קשר וויאזוי מ'האט חתונה, וואס מ'וויל און בעיקר "פארוואס".