נוסח התפלה מונקאטש

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

לאור דעם תגובה אין דעם אשכול , עפן איך דא דעם אשכול, איבער דעם נוסח התפלה וואס רביה"ק בעל מנח"א זי"ע ולמעלה בקודש האבן מסדר געווען, און ווי דער הייליגער רב זי"ע (און פאר דער וואס וועלן פרעגן וועלכע, זאג איך אז דער הייליגער רב זי"ע איז רביה"ק בעל מנח"א) שרייבט אין די צוואה אז יעדער זאל דאווענען דעם נוסח.

בבקשה גמורה לכל העוברים ושבים לכאן, ביטע נאר שרייבן דא זאכן וואס איר זענט הונדערט פראצענט זיכער אין דעם, און מיט א מקור אויב מעגליך.

ובזה התחלנו בס"ד.

קודם אויפן נוסח השמו"ע, וועל מיר פראבירן צו שרייבן "וואס" מ'זאגט, און דערנאך האף מיר אז דער עולם וועט אריינקומען העלפן מיט אלע טעמים "פארוואס" מ'זאגט יא אדער נישט געוויסע זאכן.

אבות:
מ"ב תיבות
קונה הכל - אנשטאט וקונה הכל
(מ'זאגט נישט מיט זכרנו לחיים מיטן בע"ת)

גבורות:
נ"א תיבות
משיב הרוח ומוריד הטל - (הטעם משום מנין התיבות)
(מ'זאגט נישט מיט מי כמוך מיטן בע"ת)

קדושה (אתה קדוש):
י"ד תיבות
מ'זאגט נישט כי א-ל מלךוכו'

דעת:
י"ז תיבות

(אנטשולדיגט אז כ'וויס נישט די נעמען, פון דא און ווייטער וועל איך שרייבן וועלכע ברכה)
השיבנו:
ט"ו תיבות

סלח לנו:
כ"א תיבות

ראה נא:
י"ח תיבות
וגאלנו מהרה למען שמך - נישט וגאלנו גאלה שלמהמהרה למען שמך
כי גואל חזק אתה - מ'זאגט נישט כי א-לגואל חזק אתה

רפאנו:
כ"ז תיבות
מ'זאגט נישט ארוכה ומרפאוכו'

ברך עלינו:
כ"ח תיבות בקיץ ול' בחורף (כ'האב מיך אלע יארן געמוטשעט מיט דעם אז ס'איז נישט די זעלבע מנין התיבות)
ושבענו מטוב יך- נישט ושבענו מטובה
כשנים הטובות - נישט כשנים הטובות לברכה

תקע:
כ' תיבות
וקבצנו יחד מארבע כנפות הארץ - מ'זאגט נישט מהרהאון נישט לארצינו

השיבה שופטינו:
כ"ה תיבות (ובעשי"ת כ"ג)
ומלוך עלינו אתה ה' - מ'זאגט נישט ומלוך עלינו מהרה
בחסד וברחמים בצדק ובמשפט - מ'זאגט נישט וצדקינובצדק ובמשפט

ולמלשינים:
כ"ט תיבות
ומלכות זדוןמהרה וכו' - מ'זאגט נישט והזדים
תעקר ותשבר ותמגר ותכניע - מ'זאגט נישט ותשפילם ותכניעם

על הצדיקים:
מ"ב תיבות
ועל זקני עמך בית ישראל - מ'זאגט נישט ועל זקני שאריתעמך וכו'
ועל פליטת סופריהם - מ'זאגט נישט ועל פליטת ביתסופריהם
יהמו רחמיך - מ'זאגט נישט יהמו נארחמיך
מ'זאגט נישט ועל חסדך הגדול באמת לך נשעננו

ולירושלים:
כ"ד תיבות
וכסא דוד מהרה לתוכה תכין - מ'זאגט נישט וכסא דוד עבדך

את צמח:
כ' תיבות
מ'זאגט נישט ומצפים לישועה

שמע קולינו:
ל"ה תיבות
שמע קולנו ה' אלקינו אב הרחמן רחם עלינו- מ'זאגט נישט אב הרחמן שמע קולנו ה' אלקינו
מ'זאגט נישט חוס ורחם עלינו
מ'זאגט נישט חננו ועננו ושמע תפלתנו
כי אתה שומה תפילת כל פה - מ'זאגט נישט עמך ישראל ברחמים

עבודה:
ל"ד תיבות
בעמך ישראל ובתפלתם - נישט ולתפלתם שעה
ואישי ישראל ותפלתם באהבה תקבל - מ'זאגט נישט ואישי ישראל ותפלתם מהרה באהבה
(יעלה ויבא: ופקדוננו לטובה, לחיים ולשלום, והושיענו בו לחיים)

הודאה:
נ"ז תיבות
צור חיינו - מ'זאגט נישט צורנוצור חיינו
מעולם קוינו לך - נישט כימעולם קוינו לך
(מודים דרבנן: ברכות והודאות לשמך הגדול והקדוש, על ש אנומודים לך)
(על הנסים: ועל הנסים, מ'זאגט נישט ועל הנפלאות)
(בימי מרדכי ואסתר: מ'זאגט נישט צום סוף ועשית המעם נסים ונפלאות ונודה לשמך הגדול סלה)
ויתנשא שמך הגדולמלכינו תמיד
שמך הגדול סלהבאמת וכו'

שלום:
נ"ג תיבות (אויב זאגט מען חיים האט עס נ"ד)
י"א אז מ'זאגט חייםחן וחסד וי"א אז מ'זאגט נישט חיים (יבואו היודעים ויגודו לשאינם יודעים)
כלנו כאחד באור פניך - מ'זאגט נישט יחדבאור פניך
תורת חיים אהבה וחסד - מ'זאגט נישט תורת חיים ואהבתחסד
ורחמים וחיים ושלום וטוב בעינך לברכינו - מ'זאגט נישט ורחמים וחיים ושלום וכל טובוטוב יהיהבעינך לברכנו
מ'זאגט נישט ברוב עוז ושלום


צוגעלייגט נאך עפ"י הערת חברנו @לייק .

און מיט דעם זעמיר געגאנגען פתיחה בסייעתא דשמיא, און מ'האף מיר צו קומען אי"ה מיט א לענגערע שמועס איבער דעם ענין, אבער די זמן איז נישט מספיק יעצט, ממילא וועל מיר אי"ה דא ענדיגן פאר יעצט.
(וואו פלעגט מיין מגי"ש זאגן אזא צייט? "כ'מיין מ'וועט מוזן ממשיך זיין" מיט די ליטווישע הברה, וד"ל)
לעצט פארראכטן דורך די זוהן פון קהלת אום מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 5:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דברי חכמים כדרבונות
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

את צמח

מ'זאגט נישט ומצפים לישועה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קדיש

יתגדל ויתקדש, מיט א צירי אינטער די צוויי ד'

לעילא מכל נישט מן כל

עשי"ת זאגט מען לעילא לעילא נישט לעילא ולעילא

קדם אבוהון דבשמיא וארעא
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

א ווארט איבער נוסח מונקאטש:

ווער עס האט נאר געעפענט א מונקאטשע סידור האט געזען פאר זיך א עולם חדש, אויף כמעט יעדע בלעטל איז דא עפעס א נוסח וואס איז ״אנדערש ווי די וועלט״ (וועלט מיינט די פלאץ ווי מען באלאנגט ודו״ק…) ווער עס ווייסט נישט אז נוסח איז א געבוי מיט א מהלך זאגט גלייך: דעי מונקאטשע מיינען אז אלס מוזן זיי זיין אנדערש… אבער ווער עס האט שוין יא אמאל געהערט איבער נוסח התפילה וועט שוין אויבן אויף זען אז דא ליגט א גרויסן אור.

טאקע רוב מענטשן ווייסן בכלל נישט אז נוסח איז נישט סתם רעדן, ווי דער הייליגער מנחת אלעזר שרייבט אין מאמר נוסח התפילה אז ווען א מענטש וועט פארשטיין אז ביים דאווענען רעדט ער באמת צום מלך מלכי המלכים, אוואדע פעלט זיך אויס צו רעדן אזויווי מען רעדט צו א מלך (ווי אין שו״ע שטייט וויאזוי מען דארף שטיין ביים דאווענען) און ווען א מענטש גייט זיך שטעלן רעדן צו א מלך וועט ער בודאי מעסטן יעדעס ווארט צו דאס איז אויסגעהאלטן לפי כבוד המלך, און אוואדע נישט איבערזאגן קיין זאכן וכד׳ ער רעדט דאך צו א קעניג.

טאקע דערפאר האבן די אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען די נוסח התפילה וואס זיי האבן פארשטאנען ברוח קדשם וואס דער באשעפער וויל פון אונז הערן און וואס מען דארף זאגן, און קיינער האט נישט וואס צו גורע זיין און וואס מוסיף צו זיין, ווי די גמרא זאגט אויף יענער וואס האט געזאגט הקל הגדול הגיבור והנורא והתקיף וכו׳- סיימת לכולא שבחיה דמרא?

אבער אזויווי אלעס איז במשך הדורות געשאפן געווארן מערערי שינויים פון קטנים ביז גדולים, בעיקר איז דאס געשען ביי די וואנדערונגען אין גלות, און עס האט זיך אויסגעשטעלט אז ווי מען גייט וועט מען הערן א צווייטע נוסח.

עס דארף באטאנט ווערן, אז די שינויים פאסירן בעיקר ביי די תפילות וואס מען זאגט אפט, היות מען איז געוואוינט דערצו איז מען נישט אזוי מדייק אין די ווערטער פון סידור און אזוי פארט עס ווייטער, אנדערש איז מיט תפילות שבת ויום טוב, ובפרט תפילות ראש השנה ויוה״כ וואס רוב עולם קען זיי נישט אויסענווענדיג און מען האט אייביג מדייק געווען אינעם סידור האט זיך געשאפן פיל ווייניגער גרייזן.

אין שו״ת דברי חיים (או״ח סימן ח) ברענגט דער הייליגער צאנזע רב פון אריז״ל אז עס זענען פארהאן אויבן אין הימל 12 שערים פאר יעדן שבט באזינדער א שער, און יעדע שבט האט זיך זיין נוסח התפילה וואס קען אנקומען צו זיין שער, דערפאר דארף מען זיין געווארנט נישט צו משנה זיין די נוסח פון די אבות צו א צווייטע נוסח ווייל לא ראי זה כראוי זה, יעדע נוסח איז צו א צווייטע שער. אבער כהיום ווייסן רוב מענטשן נישט צו וועליכע שבט זיי זענען, און וועליכע נוסח איז פון יענע שבט, דערפאר איז דא א שער הכולל ווי יעדער קען דארט אנקומען, פארשטייט זיך מיט די נוסח וואס איז מיוחד פאר דעם שער הכולל, און דאס איז *נוסח האר״י*, און דערפאר האט דער הייליגער בעל שם טוב מתקן געווען אז מען זאל משנה זיין צו נוסח האר״י. איז דער צאנזער רב מסיים: לכן, כל מי שמאמין בבעל שם טוב ותלמידיו, יאחז בנוסח האר״י ומינה לא יזוע.

יעדער וועט אוואדע פרעגן, וואס איז נוסח האר״י? די תירוץ איז אז דער אריז״ל האט נישט געמאכט קיין נוסח, נאר אויסגעשטעלט כוונות אויף די נוסח, און ווען מען דאווענט דארף מען זיכער מאכן אז עס שטימט מיט כוונות האר״י.

פון די ערשטע יסודות אין כוונת האר״י איז אז די דאווענען איז אויסגעשטעלט לויט די ד׳ עולמות אבי״ע (אצילות, בריאה, יצירה, עשיה) ממטה למעלה, דהיינו מען הייבט אן פון עשיה אזוי ארויף ביז שמונה עשרה וואס איז אצילות. אין נוסח אשכנז הייבט מען אן פסוקי דזמרה ביי ברוך שאמר, אבער לפי האר״י בלאנגט נאך הודו מיט ד׳ מלך צו עשיה, דערפאר איז דער ערשטע שינוי אז מען זאגט הודו פאר בש״א.

און טאקע אלע חסידישע יודן דאווענען אויף דעם סדר וואס איז מיסוד נוסח ספרד, אבער למען האמת דאווענען מיר נישט נוסח ספרד די גאנצע דאווענען, עפעס אויף א ספרדישע סידור וועסטו זען א צווייטע דאווענען אינגאנצן.

און אזוי ווייטער די שמו״ע מיט די מנין התיבות (וואס ווערט שוין אגב דערמאנט אין טור), קען זיין צוויי סידורים מיט נוסח האר״י, ביידע שטימען מיט מנין התיבות, די חילוק איז וועליכע ווארט מען נעמט אראפ, ביידע האבן אנדערע סברות לכאן ולכאן.

אבער ווער עס האט שוין געזען אמאל א נוסח אר״י וועט וויסן אז רוב זענען כמעט די זעלבע, נוסח בעל התניא, נוסח מונקאטש, נוסח סידור תפילה ישרה, נוסח סידור רבי שבתי ורבי אשר, סאיז נישט אזוי אנדערש איינער פון צווייטן ווי לגבי די וועלט סידורים.

די באקאנטע סידור איז פיל מיט טעותים וואס זענען נשתרבב געווארן במשך די יארן, און האלט נאך אין איין צוקומען טעותים לויט וויאזוי די דרוקערס מאכן אפ. מיר אליין געדענקען נאך ווען אין כמעט קיין איין סידור איז נישט געשטאנען ׳ובתמים נשעננו׳ היינט שטייט שוין אין כמעט אלע סידורים.

עס זענען געווען אויך גרויסע צדיקים וואס משום טעמם ונימוקם האבן זיי נישט מדקדק געווען בנוסח התפילה, און דער מנחת אלעזר בדאערט עס טאקע.

לאמיר רעדן פון ווי די מונקאטשע נוסח קומט, מענטשן מיינען אז דער מנחת אלעזר האט פארפאסט דעם נוסח און דער אמת איז אז דער מנח״א אליין שרייבט שוין אנפאנג מאמר נוסח התפילה אז דאס האט דער זיידע דער שם שלמה אויסגעשטעלט.

די עיקר יסודות פונעם נוסח בפרט אויפן שמונה עשרה איז פונעם הייליגן שם שלמה וואס האט עס מגיה געווען אויפן סידור רבי אשר. דער מנח״א שרייבט אז יעדע זאך וואס ער איז געווען מסופק האט ער זיך צינויפגעשמועסט מיט רבו הקדוש מצאנז.

דער בני יששכר איז שוין געווען א מדקדק אין נוסח, און אסאך זאכן קומען פון אים (אויך איז דא יוצאים מן הכלל ווי מען טוט נישט ווי דער בני יששכר).

ווי אויך האט דער דרכי תשובה געשריבן הגהות אויפן סידור עם דרך החיים

און דער מנחת אלעזר האט אויך צוגעלייגט שינויים אין די נוסח, און פארפאסט דעם מאמר נוסח התפילה וואס איז מבאר א גרויס חלק פון די נוסח.

די סידור אין ווי רבותינו כ״ק׳ האבן געדאווענט איז געווען סידור רבי שבתי, און יענע נוסח האבן זיי געדאווענט, און וואס מען האט געטוישט האט מען געטוישט פון יענע נוסח.

דאס ערשטע מאל וואס די נוסח שמו״ע איז געדריקט געווארן בשלימות איז אין סידור חמדת ישראל וואס דער מנח״א האט געדריקט ע״פ ציווי רבו הק׳ משינאווא. און פון דא האבן געוויסע דרוקערס פון סידורי מונקאטש געמאכט דעם טעות אז מונקאטשע נוסח נעמט מען פון חמדת ישראל, און לפי זה געשאפן א שימנע פאר טעותים (למשל קרי״ש שעל המיטה לאריז״ל).

עד כאן פאר יעצט. שכוח פארן אויסהערן
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מתּקן געווען
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3763
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

שאלה
יום טוב מקרא קודש האב איך געהערט פון מונקטשע אידן אויך חול המעוד
אנדרש ווי אין טאהש וואס מען זאגט עס נאר יום טוב
איז עס א טעות אדער בדוקא?
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

קענדי'ס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 3:56 pm
שאלה
יום טוב מקרא קודש האב איך געהערט פון מונקטשע אידן אויך חול המעוד
אנדרש ווי אין טאהש וואס מען זאגט עס נאר יום טוב
איז עס א טעות אדער בדוקא?
עיין כאן
viewtopic.php?p=5530014#p5530014
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

@נזר'ל טייערע כ'האב דיר שוין לאנג געוואלט האבן אין ישיבה אלס מגי"ש, אבער יעצט נאך די גאנצע שיעור, ביסטו אויטאמאטיש געווארן אנגענומען.
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

הרינו מזמן את פי וכו' פאר הודו אנשטאט פאר בש"א.
דברי חכמים כדרבונות
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 5:33 pm
@נזר'ל טייערע כ'האב דיר שוין לאנג געוואלט האבן אין ישיבה אלס מגי"ש, אבער יעצט נאך די גאנצע שיעור, ביסטו אויטאמאטיש געווארן אנגענומען.
אין ישיבה ביים שיעור האסטו מיר דאך נישט געוואלט אויסהערן…
אוועטאר
גולגלתא
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 8:34 pm

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולגלתא »

יישר כוח פארן עפענען דעם אשכול, האף מיר עס גוט אויסצונוצן.
א שמויגער בין איך, און א שמויגער וועל איך בלייבן, ביזן לעצטן אטעם ♩♪♫

נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 5:33 pm
הרינו מזמן את פי וכו' פאר הודו אנשטאט פאר בש"א.
יא, דאס איז ווייל הריני מזמן זאגט מען פאר פסוקי דזמרא, אמאל פלעגט מען אנהייבן ביי בש״א, שפעטער ווען מען האט געטוישט צו נוסח ספרד אז מען הייבט אן פון הודו, האט מען זיך טועה געווען אז הריני מזמן קומט מיט ברוך שאמר, והבדלנו מן הטועים.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

נזר הנבונים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 6:14 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 5:33 pm
הרינו מזמן את פי וכו' פאר הודו אנשטאט פאר בש"א.
יא, דאס איז ווייל הריני מזמן זאגט מען פאר פסוקי דזמרא, אמאל פלעגט מען אנהייבן ביי בש״א, שפעטער ווען מען האט געטוישט צו נוסח ספרד אז מען הייבט אן פון הודו, האט מען זיך טועה געווען אז הריני מזמן קומט מיט ברוך שאמר, והבדלנו מן הטועים.
ריכטיג
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
גולגלתא
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 8:34 pm

Re: נוסח התפלה מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולגלתא »

נזר הנבונים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 6:14 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 5:33 pm
הרינו מזמן את פי וכו' פאר הודו אנשטאט פאר בש"א.
יא, דאס איז ווייל הריני מזמן זאגט מען פאר פסוקי דזמרא, אמאל פלעגט מען אנהייבן ביי בש״א, שפעטער ווען מען האט געטוישט צו נוסח ספרד אז מען הייבט אן פון הודו, האט מען זיך טועה געווען אז הריני מזמן קומט מיט ברוך שאמר, והבדלנו מן הטועים.
רואיג.. יש להאריך לגבי מקורו של ההריני מזמן, לכאורה לא היו אומרים אותו בנוסח אשכנז בכלל.
נתקן לכאורה ע"י בעל אור השנים, על נוסח אשכנז, אבל הוכנס לתוך הנוסח ע"י סידורי ספרד-חסידי.
אני כותב מזכרון, ואם דבריי סותרים את דברי רבינו בעל דרכ"ת בצבי תפארת, אני מבטלם מעיקרא.

עדיין לא קראתי מגילתך על נוסח מונקאטש, אי"ה בקרוב ממש ונשתדל להעיר כיד ה' הטובה.
א שמויגער בין איך, און א שמויגער וועל איך בלייבן, ביזן לעצטן אטעם ♩♪♫

שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”