ציטיר
5
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קוואל וואסער
»
דינסטאג יוני 18, 2024 11:03 am
היינט צופרי בייגעפאלן א שטיקל געדאנק וועגן שמירת עינים, אביסל שרעקעדיג אבער כ'מיין ס'דא א שטיקל אמת דערין. זאל עס זיין לזכותי און אויב איינער קען צוצייכענען א מקור וואו עס שטייט שוין בערך, אדרבה ואדרבה. ראיות אסורות האט א ציאונג קראפט, אן אפעטיט וואס די הארץ און אויגן וויל זיך פיטערן דערמיט, פונקט ווי די אפעטיט צו עסן עפעס מיט'ן מויל. נו, וואס איז עס אנדערש ווי א שטיקל חזיר אדער בשר בחלב? אויב דיין הארץ פלאקערט פאר א ריזיגע סענדוויטש ביי מעקדאנאלדס, רעפטלעך טשיז מיט האטדאגס, אדער א ריבסטעיק ביי פיטער לוגער, וועסטו פיטערן דיין אפעטיט דערצו? וואס איז אנדערש מיט די דברים איסורים מיט וואס די אויגן וויל זיך זעטיגן? פלעין פשוט א שטיק חזיר, וואס פון א ברעקל דערפון וועסטו שטיין א מייל ווייט. דאס איז איינפאך די זעלבע. באמת איז עס טויזנט מאל מער, ווייל שטיין ווייט פון דבר אחר איז נישט קעגן די טבע, מען דארף נאר וויסן מען איז א איד. און דא איז שמירת עינים דוקא יא קעגן די טבע, מען רייסט פון זיך שטיקער, אבער אז מען ווייסט מען איז א אידיש קינד און די הייליגע תורה זאגט "מען טאר נישט" - איז נישט. אדאנק די מאסיווע קאמפיין פון אלע זייטן אויף שמירת עינים בין איך אנגעקומען צו אזא געדאנק. חזקו ואמצו. נאר דער אייבערשטער ווייסט. ווער וואלט געגלייבט תש24 זאל ווערן א נארמאלע סטאנדארט ביי עוורידזש יונגעלייט צו אוועקדרייען, אראפלאזן אדער פארמאכן די אויגן אינמיטן גאס, שטוב, שמחה, אפיס, פארקינג לאט, וואטעווער. נישטא קיין מעקדאנאלדס. נישטא קיין ראיות אסורות. אשריך ישראל מי כמוך עם נושע בד'.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך