-
ציטיר
- 2
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך צדיק דורינו
»
אז מ'רעדט שוין פון ניגונים... אן אינטערעסאנטע זאך, מרן אדמו"ר שליט"א ממונקאטש זינגט יעדן מוצאי שבת דעם המבדיל ניגון וואס ער האט געהערט ביי להבחל"ח זיין פאטער הרה"צ ר' ברוכ'ל ז"ל.
כמדומני אז דער דינוב'ער רבי שליט"א, זינגט דעם ניגון וואס מ'האט געזינגען ביים רב ז"ל.
געדענק מיר ווען דער רב זז"ג איז געווען אויף שבת קודש אין וויליאמסבורג, בשנת תשע"ב, און דער דינוב'ער רבי האט זיך באטייליגט ביי סעודת שלישית, האט דער רב זז"ג אים געפרעגט אויב ער קען דעם טאטנס המבדיל, האט ער געענטפערט אז נישט, האט דער רב אים געזאגט ער זאל בלייבן צו הבדלה, וועט ער הערן. ער איז טאקע געבליבן.