Re: בית המדרש הגדול דחסידי בעלזא בירושלים
הגה"ח ר' יצחק כ"ץ שליט"א חבר ביד"צ חו"מ געזאגט גאר א שיינע שיעור בנוגע די פלעצער אין היכל אנבאלאנגט עניני חו"מ, צום ביישפיל, די תקנות פון הנהלה האט א תוקף און מ'טאהר נישט באשטעטיגען א פלאץ אויף הייליגע טעג אויב מ'האלט נישט ביים קומען, א גאנץ יאהר [ווען ס'יז נישט אנגעפאקט] האט א זוהן פון א מקום קבוע רעכט שטיין אויף זיין טאטנ'ס פלאץ [אויב ס' נישט דא דארט קיין משני], בנוגע ווער איז פריערט א זוהן פון א קבוע אדער א זוהן פון א משני , האט ער נישט געוואלט מכריע זיין, א חזקה ביי די אדורכגענג האט א שטיקל תוקף, און נאך.