רבי יעקב הלברשטאם מטשאקאווע זצ"ל - ד' חשון תשכ"ח
נצר משרשיו יפרה
דער טשאקעווער רבי הגה"צ ר' יעקב האלברשטאם זצ"ל איז געווען א זוהן פון הגה"ק ר' סיני הלברשטאם זצ"ל אדמו"ר ואב"ד זמיגראד, ברייט באקאנט אלץ די מחבר פון דעם ספר חמדה גנוזה וואס איז פון גאר קראנטע מקורות אויף סיפורי צדיקים ובפרט לבית צאנז, א זוהן פון הגה"ק ר' ברוך הלברשטאם זי"ע מגארליץ, בן הגה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע.
ר' ברוך אב"ד גארליץ איז געווען אן איידעם ביי הייליגן ייטב לב זי"ע מסיגוט, בן הרה"ק ר' אלעזר ניסן מדראביטש זי"ע, בן הרה"ק משה איש אלוקים זי"ע בעל ישמח משה, ולמעלה בקודש.
זיין מוטער הרבנית הצדיקת מרת רוחמה ע"ה איז געווען די טאכטער פון הגה"ק ר' ר' נפתלי הורוויץ זצ"ל ממעליץ בעמח"ס קדושת נפתלי, בן הגה"ק ר' יהודא ממעליץ זצ"ל, בן הגה"ק ר' יעקב ממעליץ זי"ע, א זוהן פון הייליגן ראפשיצער רב זי"ע.
ר' יהודא ממעליץ איז געווען אן איידעם ביי הגה"ק ר' חיים מאיר יחיאל השרף ממאגליניצא זי"ע, וואס איז געווען א זוהן פון הגה"ק ר' אבי עזרא זעליג ממאגליניצא זי"ע, וועלכער איז געווען אן איידעם ביים הייליגן קאזניצער מגיד בעל עבודת ישראל זי"ע. דער שרף פון מאגליניצא איז געווען אן איידעם ביי הגה"ק ר' אלעזר מליזענסק זי"ע, בן הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
ואלה תולדות יעקב
דער רבי זצ"ל איז געבוירן ביום ח' לחודש כסלו שנת תרנ"ז לפ"ק אין די שטאט קאלאשיץ, גאליציע, וואו זיין פאטער זצ"ל האט דאן משמש געווען אלץ מרא דאתרא בעפאר ער האט געוואוינט אין זמיגראד. (אויפן שיף מאניפעסט ווען די רבי איז געקומען קיין אמעריקא שטייט אז ער איז געבוירן אין גארליץ)
זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט ביי זיין גרויסן פאטער זצ"ל תורה ויראת שמים וחסידות, ווי אויך פלעגט ער אסאך פארברענגען ביים הייליגן זיידן הרה"ק ר' ברוך מגארליץ זי"ע, וועלכער האט אים ארויסגעוויזן גאר א שטארקן חביבות, דער גארליצער רב איז נסתלק געווארן ביום ב' דר"ח אדר תרס"ו ווען ער איז געווען בלויז 9 יאר אלט.
צווישן אנדערע האט אים זיין פאטער אויסגעלערנט דעם כח הדרוש אים אנצוגרייטן אז ער זאל קענען דינען אלץ רב ומורה דרך בישראל. אינטערסאנט צו אנמערקן אז אין זיינע כתבים איז אראפגעשריבן א דרשה וואס ער האט זיך צוגעגרייט צו דרש'נען אין טאג פון פורים שנת תרע"ד, ביי א הכנסת ספר תורה אין שטאט זמיגראד, און ער שרייבט דארט אז זיין פאטער וועלכער האט געוואלט אז ער זאל אויספרובן זיינע קענטעניסן אין כח הדרוש, למעשה האט אבער נאר זיין פאטער גערעדט ביי יענע מסיבה און פאר אים איז נישט אויסגעקומען צו זאגן זיין צוגעגרייטע דרשה.
אויך האט ער געלערנט א שטיק צייט ביי הגה"צ ר' שמואל אהרן מיללער זצ"ל הי"ד אב"ד לאבאווא, וואס איז געווען א תלמיד פון היילין צאנזער רב, און ער ברענגט פיל מאל אראפ אין זיינע כתבים פון זיין רבינ'ס חידושים.
די טשאקאווער רב מיט זיין פאטער הגה"ק מזמיגראד, און זיינע ברודערס
אירוסין
נאך זייענדיג א יונג קינד בעפאר די בר מצוה איז ער געקומען בברית האירוסין מיט הרבנית הצדיקת מרת אידל דינה ע"ה, עלטסטע טאכטער פון הרה"ק ר' שלום מאסקאוויטש זצ"ל אבד"ק שאץ, דער זמן החתונה איז באשטימט געווארן אויף חודש כסלו שנת תרע"ה ווען דער חתן וועט אלט ווערן 18 יאר.
עס איז פארהאנען עטליכע בריוו וואס ער שרייבט פלפולים בדברי תורה פאר זיין צוקונפטיגן שווער דעם שאצער רב, צווישן זיי איז דא א פשעטל בענין כתיבת זמן בגט, דאטירט זונטאג פ' חיי שרה תר"ע, נאך אלץ אינגל הארט פאר זיין בר מצוה, (קובץ אור ישראל גליון י"ט).
יורה יורה ידין ידין
ער האט אין יענע יארן זיך משלים געווען בלימוד ההוראה, און האט באקומען די הוראה פון הגאונים הגדולים ר' מאיר אריק זצ"ל מטארנא בעל אמרי יושר, ר' שמואל ענגל זצ"ל מראדימישלא, און זיין פעטער הגה"ק ר' יחזקאל מאסטראווצע זצ"ל הי"ד בעמח"ס קדשי יחזקאל, (בנו וממלא מקומו פון אסטראווצער גאון הגה"ק ר' מאיר יחיאל זצ"ל און אן איידעם ביי הגה"ק ר' נפתלי ממעליץ זצ"ל בעל קדושת נפתלי).
אלץ בחור פלעגט ער אסאך פארן צו די צדיקים לבית צאנז, ובתוכם צו הרה"ק ר' משה משינאווא זי"ע, זוהן פון הייליגן דברי יחזקאל זי"ע, וואס דער רבי זצ"ל האט אפגעשריבן פאר זיך א גאנצן קונטרס פון הליכותיו בקודש פון ר' משה'לע שינאווער במשך יום השב"ק.
נידודים ביים ערשטן וועלט מלחמה
זימער תרע"ד האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט מלחמה, און אלע יונגע בחורים האבן זיך געדארפט שטעלן אין מיליטער, האט מען געמוזט אפשטופן דעם זמן החתונה וואס איז געווען באשטומט אויף ווינטער תרע"ה - עד יעבור זעם, און עפ"י עצת אביו הגה"ק מזמיגראד זצ"ל איז ער אנטלאפן קיין אונגארן וואו דער מצב איז געווען אביסל רוהיגער.
אין אונגארן האט ער זיך באקענט מיט פילע גדולי ישראל אין פילע שטעט, די ווינטער חדשים פון יאר תרע"ה האט ער זיך אויפגעהאלטן אין קערעסטיר, און האט דארט גענאסן פון גרויס קירבות ביי הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. נאך פורים האט ער געקלערט צו פארלאזן קערעסטיר און איז זיך געגאנגען געזעגענעט מיט ר' ישעי'לען, אבער ר' ישעי'לע האט אים געבעטן ער זאל פארבלייבען ביי אים ביז איבער פסח, ווייל ער פארמאגט אזא גרויסע שטוב ווירטשאפט דארף ער האבן איינעם אזא בעל הוראה ווי אים וואס זאל אים פסק'נען שאלות, און דער רבי זצ"ל איז טאקע פארבליבן אין קערעסטיר אויף יענעם פסח.
פון יענעם פסח פלעגט ער פארציילן אז דארט איז געווען פיל אידן פליטים, און ביים סדר נאכט האט ר' ישעי'לע אים געזעצט נעבן אים, און איינער פון די געסט האט בטעות געגעבן א שטיפ און די גאנצע וויין האט זיך אויסגעגאסן אויף די מצות און אויפן סדר טיש, און ר' ישעי'לע האט יענעם איד בארואיגט אז ס'איז גארנישט, און געשיקט ברענגען נייע מצות צום טיש, אבער ר' ישעי'לע האט געזעהן אז יענער איד איז זייער פארשעמט, אין דאן האט דער טשאקאווער רבי האט געשפירט איינער באברעט אינטערן טיש, און ר' ישעי'לע האט אים געווינקן צו זיין שטיל, און האט א שטיפ געגעבן די פיסל פון טיש אז די וויין מיט אלעס האט זיך נאכאמאל אויסגעגאסן, און ר' ישעי'לע האט זיך אנגערופן אז מען זאל טוישן די טיש ווייל עס שאקלט זיך שוין דאס צווייטע מאל, און יענער אורח האט זיך בארואיגט אז עס איז נישט זיין שולד.
שפעטער האט ער געוויילט אין אונסדארף ביי הגה"ק ר' שמואל ראזענבערג זצ"ל בעמח"ס בית שמואל, וועלכער האט אים מכבד געווען עולה צו זיין מפטיר אין שב"ק חזון, וואס כידוע אין אויבערלאנד איז דאס געווען פון די גרעסטע כיבודים וואס האט געווענליך באלאנגט פאר'ן רב, ער האט דערציילט אז ער האט זיך געזארגט צו ער וועט קענען זאגן די ברכות ההפטרה אויב'ן אויבערלענדישן נוסח, אבער דער אונסדארפער רב האט אים געזאגט אז ער קען זאגן וויאזוי ער איז אלץ געוואוינט.
דארט אין אונגארן האט ער אויך באגעגענט זיין קרוב הרה"ק בעל דברי שלום מסטראפקוב זי"ע, בן הרה"ק בעל דברי יחזקאל זי"ע, וועלכער איז אויך אנטלאפן קיין אונגארן מחמת המציק, און ער האט געהאט ביי אים א קירבה יתירה. (א שטיק צייט שפעטער איז אויך די זמיגראדער רב אנטלאפן קיין אונגארן, אין חמדה גנוזה חלק ב' איז דא דברי תורה וואס דער זמיגראדער רב האט געהערט פון אונגארישע רבנים תרע"ח).
נישואין
נאך די ערשטע וועלט מלחמה האט ער זיך צוריקגעקערט אהיים. אינצווישן האט זיין שווער הגה"ק משאץ פארלאזט די רבנות אין שאץ און זיך באזעצט אין טורנא. די חתונה איז באשטימט געווארן אויפ'ן יאר תר"פ אין טורנא. (דער שאצער רב האט געלעבט זייער בדחקות יענע תקופה), א קורצע צייט שפעטער האט דער שאצער רב באקומען אן איינלאנדענוג צו קומען דינען אלס רבי פאר די חסידי'שע אידען אין קעלין דייטשלאנד, (בעיקר זענען דאס געווען גאליציאנער אידען וואס זענען אנטלאפען ביי די ערשטע וועלט מלחמה קיין דייטשלאנד און זיך דארט באזעצט). קורץ נאך זיין חתונה האט די שאצער רב צוזאמען מיט זיין איידעם זיך געצויגן קיין קעלין, דייטשלאנד.
זייענדיג דארט אין קעלן האט דער טשאקאווער רב זיך שטארק אפגעגעבן מיט צדקת רמבעה"נ. דער טשאקאווער רב איז דארט געקרוינט געווארן אלס גזבר כללי פון דעם כולל חיבת ירושלים פאר מערב אייראפע (דייטשלאנד,פראנקרייך, האלאנד, בעלגיע, שווייץ).
אלץ מפקח ראשי וראש הגבאים
טשאקאווע רבנות
די שטאט טשאקאווע געפינט זיך אין מערב-גאליציע נישט ווייט פון קראקא, איז אין יענע תקופה געווען א רייכע אינדוסטריאלע שטאט מיט פילע פאבריקן, ווי אויך איז געווען דארט א גרויסע באן סטאנציע פאר פראכט באנען וואס האבן געליפערט סחורה פון און צו ווייטע מדינות, און דארט האבן האבן געוואוינט אסאך אידן וואס צווישן זיי האבן זיך געפינען א צאל עשירים וועלכע זענען געווען א באדייטענדער טייל פון די שטאט'ס עקענאמיע, (נאך די צווייטער וועלט מלחמה איז די שטאט טשאקאווע געווארן איינגעשלינגען אין די דערענעבנדע שטאט יאווארזשנע)
ביי אן איינשווערונג פון סאלדאטן אין די מיליטערשע באזע אין טשאקאווא
אין יאר תרפ"ג אלץ אינגערמאן פון בלויז עטליכע און צוואנציג יאר אלט, איז בהמלצת מחותנו הגה"ק בעל כנסת יחזקאל מראדאמסק זצ"ל (שווער פון זיין ברודער הגה"צ רבי דוד זצ"ל הי"ד) אויפגענומען געווארן אלץ רב ומרא דאתרא אין די שטאט טשאקעווע, און גלייך ווי ער איז אנגעקומען האט ער זיך אריינגעלייגט אין מחזק זיין דאס אידישקייט דארט, אין יענע תקופה צווישן די צוויי וועלט מלחמות האט אידישקייט געטראסקעט אין די מקומות, אבער דוקא דא אין טשאקאווא האט אידישקייט זיך פארבעסערט, ער האט ער פיל אריינגעארבעט אין שמירת שבת וואס איז געווען בעפאר נאכעגלאזט, און אין כשרות, און ער האט איבערגעמאכט די מקוה עס זאל זיין אויסגעהאלטן, עס איז דא א תשובה פון טשעבינער רב דאן צו טשאקאווער רב, (זעה אין שו"ת דובב מישרים חלק א' סימן פ"ח). ווי אויך איז ער געשטאנען איתן כחלמיש צור קעגן די כתות ציוניסטן וואס האבן שווער געארבעט צו פארכאפן די יוגנט מיידלעך און בחורים, און ער האט לוחם געווען קעגן זיי בגאון, און פארשידענע אלטע צייטונגען קען מען אנטרעפן ווי די ציונים שימפן און שוימען דערויף.
ווערט געלאדענט פאר א וויכטיגע אסיפת הרבנים דורך הגה"ק ר' ישעי'לע טשעחובער און הגה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב.
הרבצת התורה ועבודה
אין טשאקעווע האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה פאר בחורים וואו ער האט פאר זיי מרביץ תורה געווען. עס איז פארהאן א בריוו פון הגה"ק ר' חנה הלברשטאם מקאלאשיץ זצ"ל הי"ד ווי ער ווענדט זיך צום רבי'ן איבער א חשוב'ן בחור וואס האט זיך געוואנדן צו אים אז ער וויל לערנען אין טשאקעווער רב'ס ישיבה, און ער בעט אים אז ער זאל אננעמען דעם בחור.
ווי אויך איז אין טשאקעווע אין יענע תקופה א גרויסע מיליטערישע באזע מיט סאלדאטן וכו', וואס צווישן די זעלנער האבן זי אויך געפינען א גרויסע צאל אידן, און דער טשאקאווער רב האט דאן גאר אסאך ארויסגעהאלפן די אידישע זעלנער, און ער האט אריינגעלייגט כוחות צו שאפן כשר'ע עסן פאר די אידן דארט אין די מיליטער.
בריוו פון הרה"ק מקאלאשיץ אנצונעמען א בחור אין ישיבה
ארץ ישראל
אין יאר תרצ"ד האט דער רבי זצ"ל געהאט א חלום אז עס גייט קומען א שרעקליכער חורבן אויף דעם אייראפעאישן אידנטום, און ער האט דאס איבערגעשמועסט מיט זיין טאטע הגה"ק מזמיגראד, און בעצתו איז ער געגאנגן פרעגן די גדולי הדור צו ער זאל זיך באזעצן קיין ארץ ישראל, צווישן אנדערע איז ער געווען ביי הרה"ק ר' אברהם שלו' מסטראפקוב זי"ע, און ביי הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זי"ע וואו ער איז געווען אויף א שב"ק, וואס ביידע פון זיין האבן געגעבן זייער פולע הסכמה צו זיין התיישבות אין ארץ ישראל.
(דער בעלזער רב האט אים מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת פאר'ן עמוד, ער האט לכתחלה נישט געוואלט צוגיין זאגנדיג אז ער קען נאר דעם צאנזער נוסח אויף לכה דודי, אבער דער בעלזער רב האט אים געזאגט אז ער קען דאווענען פאר'ן עמוד בנוסח צאנז, און נאכ'ן דאווענען ווען דער בעלזער רב האט באמערקט ווי געוויסע יושבים זענען בייז אויפן טשאקעווער רב פאר'ן משנה זיין דעם נוסח, איז ער גלייך צוגעגאנגען און געזאגט: "עס איז זייער שיין געווען איך האב זייער הנאה געהאט", און אזוי פארמיטן אומאנגענעמע פאסירונגען וואס האט געקענט פאסירן אין בעלז כידוע...)
דער טשאקאווער האט דאן פארקויפט אלעס וואס ער האט פארמאגט און פארלאזט זיין שטאט טשאקעווע, און די כסא הרבנות האט איבערגענומען ש"ב הגה"צ ר' שמואל אברהם זעלטענרייך זצ"ל, וועלכער איז שפעטער געווען מחשובי הרבנים אין ניו יארק.
חמדה גנוזה
צו באקומען סערטיפיקאטן צו פארן אויף ארץ ישראל (בפרט פאר א משפחה מיט קינדער) איז געווען גאר שווער און ער האט אריינגעלייגט ריזיגע כוחות און השתדלות דאס צו דערגרייכן, און דערווייל היות ער האט שוין אויפגעגעבן אויף די רבנות און נישט געוואלט שטיין אין וועג פארן נייעם רב, האט ער א יאר צייט געוואנדערט אין פוילן און געווען א שטיק צייט אין קשאנוב, און אין ווארשא, און אויך אין זמיגראד ביי זיין פאטער, אין די תקופה האט ער מעתיק געווען פאר זיך פיל פון די דרשות און עטליכע פלפולים פון זיין טאטן די ז'מיגראדער רב, און אויך די העפטליך פון סיפורי צדיקים וואס זיין טאטע האט זיך פארשריבן, און פון די העפטליך האט מען שפעטער געדריקט די ספר חמדה גנוזה, (וואס דאס איז נאר א קליינער חלק פון די דברי תורה פלפולים און דרשות וסיפורים וואס די ז'מיגראדער רב האט זיך געהאט פארשריבן, וחבל על דאבדין).
ירושלים
אום ראש חודש אדר שני תרצ"ה איז דער טשאקאווער רב אנגעקומען קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים, וואו ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס הערצה ביי די חכמי ירושלים, און ספעציעל ביי די געהויבענע צאנזער חסידים וועלכע האבן געוואוינט אין ירושלים של מעלה, צווישן זיי די ברידער הגה"ח ר' מרדכי צבי און ישראל שמערלער ז"ל, הגה"ח ר' חיים הערש אייזנבאך ז"ל, הגה"ח ר' ברוך ר' יצחק פריינד ז"ל, הגה"ח ר' שאול פריינד ז"ל (דער טשאקאווער רב איז געווען סנדק ביי זיין זוהן יבלחט"א הגאון ר' חיים אורי פריינד שליט"א חבר הביד"צ בירושלים עיה"ק) און נאך.
ישיבת דברי חיים
אין יאר תרצ"ו האט ער מייסד געווען זיין ישיבה "דברי חיים" על שמו פון זיין הייליגן זיידן רבינו הק' בעל דברי חיים זי"ע. (די ישיבה האט באקומען ווארימע מכתבי המלצה פון די גדולי הדור ובתוכם הגה"ק ר' מרדכי מבילגוריי זצ"ל און הגאון ר' איסר זלמן מעלצער זצ"ל) וואו עס זענען געזעצן 50 אידן מסלתה ומשמנה, פארמיטאג האט מען געלערנט ש"ס ופוסקים און נאכמטיאג האט מען עוסק געווען בלימוד זוה"ק וספרי קבלה, צווישן די לומדי הכולל איז געווען הגה"צ המקובל ר' ישעי' אשר זעליג מרגליות זצ"ל, וועלכער איז אויך נתמנה געווארן צו שטיין אין שפיץ פון די הנהלת הכולל. די ערשטע געביידע פון די ישיבה איז געווען אין א הויז אויף רחוב שערי פינה, און 11 יאר שפעטער בשנת תש"ז איז באנייט געווארן דער בנין אויף רח' הרב זונענפעלד ביים ווינקל פון מאה שערים, ביי יענעם חנוכת הבית האט צווישן אנדערע אויפגעטרעטן זיין שווער הגה"ק משאץ זצ"ל וואס האט זיך דאן אויפגעהאלטן אויף עטליכע חדשים אין ארץ ישראל.
דער טשאקאווער רבי זצ"ל איז די גאנצע צייט געשטאנען בראש פון די ישיבה און דעם כולל, און אויסער זיין הרבצת התורה איז אויף אים געלעגן דער פינאנציעלער עול צו שאפן די נויטיגע געלטער צו באצאלן פאר די חשוב'ע לומדים.
ביי א שיעור אין ישיבת דברי חיים
אמעריקא
פון אנפאנג האט ער זיך גערעכנט אז די הוצאות פון די ישיבה וועט ער האבן צו דעקן פון א חוב וואס דער כולל חיבת ירושלים איז אים געווען שולדיג נאך פון זיינע יארן אין קעלן. היות דער כולל איז געווען דעמאלס אין זייער א געדריקטן מצב, איז דער גאנצער עול ארויפגעפאלן אויף אים אומגעראכטן, איז ער באין ברירה אין יאר תרצ"ט געפארן קיין אמעריקע צו שאפן געלט. אנפאנג האט דער רבי געוואוינט אויף די סטענטאן סטריט אין דער איסט-סייד אויף 144 סטענטאן סט.
וויסענדיג פון די מצב אין אידישקייט אין אמעריקא האט ער זיך געלערנט אומנות פון שחיטה אזוי נישט דארפן צוקימען צו עסן פלייש פון די מפוקפק'דיגע שוחטים אין אמעריקא, און ער האט דעמאלטס באקומען קבלה אויף שחיטה פון הגאון ר' שמשון אהרן פולאנסקי זצ"ל די טעפליקער רב.
דער רבי זצ"ל האט אין אמעריקא נישט קיין רגע מסיח דעת געווען פון די ישיבה הק' "דברי חיים", די גאנצע צייט האט ער געשיקט רעגלמעסיגע תמיכה פון די געלטער וואס ער האט צוזאמגעקליבן דא אין אמעריקע, און ווי ערווענט לא ירד יעקב להשתקע שם נאר געקומען קורצווייליג נאר צו שאפן די נויטיגע געלטער פארן כולל און דערנאך צוריקפארן קיין ארץ ישראל צו זיין משפחה, אבער רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' היא תקום דעמאלטס האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלט מלחמה און עס איז נישט געווען מעגליך צוריק צו פארן קיין ארץ ישראל, על אף וואס ער האט פראבירט עטליכע מאל איז עס נישט געווען אפילו מעגליך.
עס איז דא אינטערעסאנט אראפצוברענגען פון א בריוו וואס ליבאוויטשער רבי הריי"ץ זי"ע שרייבט צום רבי'ן זצ"ל איבער זיין געפלאנטע נסיעה קיין ארץ ישראל (לרגל נישואי בתו הרבנית פייגא מאלאוויצקי ע"ה), דער בריוו פון כ"ב אדר שני תש"ג, און דער ליובאוויטשער רבי שרייבט דארט צום רבי'ן זצ"ל צווישן אנדערע "שמעתי אשר כת"ר נוסק לאה"ק והנני בזה לברכו וכו' ובבקשה להזכירנו אצל המקומות הקדושים" און ער מאכט אים אויך פאר א שליח מצוה איבערצוגעבן סכומים געלט פאר די ראשי הכוללים והישיבות פון חב"ד אין ארץ ישראל, (אגרות קודש מוהריי"ץ כרך ז' מכתב א-תתקעח) למעשה צוליב די מלחמה איז דאס נישט צושטאנד געקומען.
פעולות הצלה
פאר די מלחמה האט דער טשאקאווער רבי צוריקגעשיקט זיין זוהן הרה"צ ר' מאיר זצ"ל צו לערנען ביים זיידען די זמיגראדער רב, און ער איז פארווארפן געווארן קיין סיביר אינאיינעם מיטן זיידען און די משפחה, די טשאקאווער רבי האט איינגעלייגט ריזיגע כוחות צו ראטעווען זיין פאטער און די משפחה פון סיביר, אבער אין יענע צייט איז געווען שווער צו באקומען קראנט אינפארפמאציע פון סיביר, קרוב צו א יאר נאך די פטירה פון זיין פאטער איז אנגעקומען די ידיעה אז ער איז נפטר געווארן אין סיביר, און די ידיעה פון זיין פאטער'ס פטירה האט אים געשאט צו זיין הארץ, פון וועלכער ער האט שווער ערהוילט.
ווען די זוועות פון די שוידעליכע נאצי רציחות האבן אנגעהויבן קומען האט דער טשאקעווער רבי זיך תיכף ומיד אריינגעווארפן אין די הצלה ארבייט וואס די גדולי ישראל אין אמעריקע האבן דאן אונטערגענומען לטובת אחינו בני ישראל אין אייראפע, און איז דאן געשטאנען לימינם פון די "ועד הצלה" וואס איז אנגעפירט געווארן דורך הגאון ר' אליעזר סילווער זצ"ל. (אגב, דער טשאקאווער רבי האט זייער שטארק מעריץ געווען די געוואלדיגע פעולות פון ר' אליעזר סילווער זצ"ל, און שפעטער נאך די מלחמה (אלול תש"ו) ווען הרב סילווער איז געווען אויף א באזוך אין ארץ ישראל, האט מען לכבודו אפגעראכטן א גרויסארטיגן קבלת פנים מיט די גדולי הדור בא"י, און צווישן אנדערע האט די טשאקאווער רבי אויפגעטרעטן לכבודו).
טרעט אויף לכבודו פון ר' אליעזר סילווער
ז' תשרי תש"ד איז פארגעקומען דער בארימטער היסטארישער רבנים מארש אין וואשינגטאן, וואו 300 רבנים ואדמורי"ם מנהיגי היהדות החרדית אין אמעריקע האבן אויסגעדריקט זייער ווייגעשריי צו די אמעריקאנער פאליקאנטן זיי זאלן קומען צו הילף פאר אחב"י בצרה ובשביה, דער רבי זצ"ל איז דאן געווען צווישן די רבנים וועלכע האבן אנטייל גענומען אינעם מארש, ער ווערט געזעהן אין די בילדער אין די צייטונגען.
ווערט געזעהן דא ביים רבנים מארש אין וואשינגטאן
צוריק אין ארץ ישראל
כסלו תש"ו איז דער טשאקאווער רבי צוריק קיין ארץ ישראל, נאכ'ן זיין אויפגעהאלטן גאנצע 7 יאר אין אמעריקע, א ספעציעלער צאתכם לשלו' איז דאן אפגעראכטן געווארן פאר אים לכבוד זיין נסיעה קיין ארץ ישראל, מיטוואך פ' וישב כ"ג כסלו תש"ו, איז ער צוריק אנגעקומען קיין ירושלים עיה"ק, וואו ביי די באן סטאנציע האבן אים שוין אפגעווארט פילע פון זיינע חסידים ומעריצים ובראשם די חכמי ורבני ישיבת דברי חיים, איבער א יאר זומער תש"ז האט דער טשאקאווער רבי באנייט די בנין פאר די ישיבה און ביהמ"ד, ביי יענעם מעמד איז אויך אנוועזענד געווען זיין גרויסער שווער הגה"ק משאץ זצ"ל, וואס האט זיך דאן אויפגעהאלטן אויף עטליכע חדשים אין ארץ ישראל, און ער האט דארט אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד המאורע.
במשך די צייט איז ער עטליכע מאל געפארן קיין אמעריקא און צוריק צו שאפן געלט פאר די ישיבה.
צוריק קיין אמעריקא
י"ב חשון תש"י איז נפטר געווארן אשת נעוריו הרבנית הצדיקת מרת אידל דינה ע"ה, וועלכע איז אוועק אין יונגן עלטער פון 52 יאר נאכ'ן זיך מוטשען מיט א שווערע מחלה רח"ל, די רביצין ע"ה איז נטמן געווארן אין ירושלים עיה"ק אין בית החיים שייך-באדר, נעבן דעם קבר פון איר מוטער הרבנית הצדיקת משאץ ע"ה, וואס איז נפטר געווארן בלויז א חודש פריער ט"ז תשרי תש"י, נאך די פטירה פון זיין רביצין ע"ה האט דער רבי באשלאסן זיך צו באזעצן אין אמעריקע, ער איז דאן צוריקגעפארן און האט זיך דאן באזעצט אין דער איסט-סייד אויף 229 סטענטאן סט., בשנת תשי"א האט דער רבי מייסד געווען דעם ביהמ"ד "תפארת יעקב" טשאקעווע וואס ער האט אנגעפירט לשם ולתהלה במשך די קומענדיגע יארן. ער האט דאן חתונה געהאט מיט זיין זיווג שני הרבנית הצדיקת מרת מלכה, א טאכטער פון הרה"ח ר' יצחק משה ווייסמאן, מחשובי חסידיי צאנז, און זי איז נפטר געווארן י"ב אייר תשנ"א און איז נטמן געווארן אין די באבובער בית החיים אין נוא דשערזי, דורכאויס די קומענדיגע יארן ביז צו זיין הסתלקות אין יאר תשכ"ח איז דער רבי זצ"ל געפארן באזוכן ארץ ישראל יעדע עטליכע יאר. אין אמעריקע איז דער רבי זצ"ל געווארפן מפורסם אלץ איינע פון די חשוב'ע אדמורי"ם, און ער האט זיך דא ערווארבן פילע מעריצים וידידים.
באזוכט זיינע קינדער אין ירושלים
עץ חיים למחזיקים
דער רבי זצ"ל האט זיין גאנץ לעבן געקאכט אין הייליגן זיידן דער דברי חיים זי"ע, און עטליכע מאל האט דער רבי איבערגעדרוקט דעם ספר דברי חיים עה"ת ומועדים, און ספעציעל האט ער איבערגעדרוקט א ספעציעלע מהדורה בשנת תש"ו וואס ער שרייבט דארט אינעם שער בלאט אז דער מהדורה איז "לשנת השבעים שעלה א"א זקיני המחבר למרום [תרל"ו] ולשנת העשירית להתייסדות ישיבתנו הקדושה היכל דברי חיים לחכמי ולזקני רבנים בירושלים [תרצ"ו]". אזוי אויך האט ער איבערגעדרוקט שו"ת דברי חיים וואז איז שוין דאן נישט געווען צו באקומען.
אלע יארן האט דער טשאקאווער רבי זצ"ל געהאט א שטארקע תשוקה צו גיין באזוכן מקום מנוחתם פון זיינע אבות הקדושים לבית צאנז און ראפּשיץ זי"ע, אבער די קאמוניסטן האבן געהערשט מיט אן אייזערנעם פויסט איז דאס געווען כמעט אומ-מעגליך, דער טשאקאווער רבי האט נישט אויפגעגעבן און נאך שווערע אנשטרעגונג ענדליך סוף ווינטער תש"כ באקומען ערלויבענישן צו פארן קיין פּוילן, וואו ער האט געפלאנט צו זיין אויף כ"ה ניסן ביים יארצייט אין צאנז על ציון הק' של רבינו הדברי חיים זי"ע, מיט א רגש קודש אינאיינעם מיט אן איינגעהילטער פיזישער שרעק, זייענדיג מסתם דער ערשטער איד זינט די צווייטע וועלט מלחמה צוריק צו קומען אינטער קאמוניזם אויפ'ן ציון פון הייליגן דברי חיים זי"ע. (ער האט מיטגענומען א שופר אויב ער וועט נישט קענען ארויסקומען פון אינטער די קאמוניסטישע נעגל ביז ראש השנה א האלבע יאר ארום)
ווען דער רבי איז אנגעקומען קיין פּוילן איז ער געווען ערשיטערט פון די מצב אין די בתי חיים, זייענדיג איינער אליינס האט ער דאן גענומען אויף זיך דעם עול מתקן צו זיין וואס מעגליך.
ערשטענס, די בית החיים און ציון הקדוש פון הייליגן דברי חיים זי"ע אין צאנז איז ליידער דער גאנצער שטח איז געווען ממש חרוב ונחרב, און די מצבה פון הייליגן צאנזער רב איז געווען צובראכן אין העלפט רח"ל, ער האט געלאזט צוריק איבערבויען דעם אוהל הק' און האט געשטעלט א נייע מצבה אויף מקום מנוחת קדשו פונעם הייליגען צדיק.
(ברם זכור לטוב דארט אין צאנז געווען איד ר' יעקב מיללער ע"ה וועלכער האט געוואוינט אין די שטאט צאנז, און איז געשטאנען צו הילף אין פּוילן)
א בילד וואס ער האט דאן צוריקגעשיקט פון פוילן ביים ציון פון הייליגן דברי חיים
פון דארט איז דער רבי געפארן צו קברי אבותיו אין שטאט מעליץ, דער גאנצער בית החיים איז ליידער געווען אויפגעגראבן און פילע עצמות האבן זיך געוואלגערט רח"ל כדומן על פני השדה. דער טשאקאווער רבי האט צונויפגעקליבן די עצמות און אריבערגעפירט לקבורה צום בית החיים אין צאנז.
פון דארט איז ער געפארן קיין ליזענסק אויפ'ן בית החיים און האט דארט געטראפן האלב אויפגעגראבענע קברים ל"ע וואס ער האט מתקן געווען ווי עס דארף צו זיין, (ער האט דארט אין ליזענסק פארלוירן זיין פאספארט און עס איז געווען א שרעק אז ער וועט נישט קענען ארויסקומען פון די קאמוניסטישער נעגל ואכמ"ל), ער איז אויך געווען אויף די ציונים הקדושים אין קאזניץ און אין לאנצוט [מקום מנוחתו פון הייליגן ראפּשיצער רב זי"ע], וואו ער זיך אומגעקוקט אויף דעם מצב צו זעהן וואס מען דארף פאררעכטן.
פון פוילן איז ער געפארן קיין ארץ ישראל, און האט געוויילט דארט עטליכע וואכן ביי זיין זוהן הגה"צ האדמו"ר ר' נפתלי זצ"ל מטשאקעווע. אין א בריוו וואס דער רבי האט געשיקט דעמאלס צו זיין ידיד און קרוב הגה"צ ר' יואל בעער זצ"ל האדמו"ר מראצפערט אין בראזיל, שרייבט ער אים בתוך הדברים אז טאג און נאכט ווערט ער באלאגערט פון מענטשן אז ער שפירט ווי ער איז ניטאמאל נאך אראפּגעקומען פונעם פליגער...
ידידות עם הרה"ק מסאטמאר זי"ע
דער רבי זצוק"ל איז געווען זייער נאנט צו הרה"ק מסאטמאר זי"ע , און גאר א שטארקע קעגנזייטיגע ידידות והערצה האט געהערשט צווישן זיי, ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אפגעשריבן זיין הייליגן ספר ויואל משה און עס געוואלט ארויסגעבן לאור עולם, האט ער עס געגעבן דורכצוקוקן פאר עטליכע חשוב'ע רבנים מדור הקודם צו הערן זייערע הגהות, צווישן די איז געווען דער טשאקעווער רבי זצ"ל, אין איינע פון יענע טעג האט דער טשאקאווער רבי געוויזן פאר רביה"ק מסאטמאר איינע פון די בריוון קעגן ציונות פון מרן הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווע זי"ע וואס ער האט געהאט אין זיין באזיץ, וואס אין די געדריקטע בריוו האט געפעלט א שורה, און דער טשאקאווער רבי האט דאן געבארגט דעם אריגינעלן בריוו פאר'ן סאטמארער רבי'ן וועלכער האט געהייסן מען זאל דאס דרוקן. לערך תש"כ איז ער זייער נישט געזונט געווארן, און בברכת קדשו פון הרה"ק מסאטמאר איז ער געזונט געווארן און געלעבט נאך אסאך יאר.
די טשאקאווער רבי האט געהאט בירושה דעם גארטל פון הייליגן דברי חיים, עס איז געווען אויסגעקריצט די ווערטער פונעם פסוק "כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם" און ער פלעגט פארבארגן דעם גארטל פאר הרה"ק מסאטמאר פאר הייליגע טעג, און יעדעס מאל ווען מען האט געברענגט דאס גארטל פאר'ן סאטמארער רבי'ן פלעגט ער זיך אויסדרוקן דערויף "אבנטו של כהן גדול", און גלייך נאך יום כיפור האט ער עס צוריקגעשיקט צום רבי'ן זצ"ל. עס ווערט פארציילט אז איין יאר האט דער טשאקאווער רבי אריבער שפאצירט די בריק צו זיין יום כיפור ביים סאטמאר רבי'ן, ווען הרה"ק מסאטמאר האט אים באמערקט האט ער געהייסן ארויסנעמען נאך א ספר תורה פארן טשאקאווער רבי'ן.
עס האט דערציילט כ"ק אדמו"ר מטשאקעווע-ירושלים זצ"ל, אז אין יאר תשכ"ה האט ער אינאיינעם מיט זיין פאטער דעם רבי'ן זצ"ל געהאט די זכי' להסתופף בצל הקודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין דער שווייץ, אויף זיין וועג צוריק פון זיין לעצטן באזוך אין ארץ ישראל, און אונטערוועגנס האט ער זיך אויפגעהאלטן א שטיק צייט אינעם שטעטל 'גריהאן' אין שווייץ אויף אפרוה, הרה"ק מסאטמאר האט אים מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת פאר'ן עמוד, און שפעטער ביים טיש האט ער געהייסן דעם גבאי'ן ר' יוסל אשכנזי ער זאל אויסמישן זיין טעלער מיט'ן טשאקעווער רבי'נס טעלער און דערנאך פון דעם טיילן שיריים פאר'ן עולם.
סוף ימיו מיט חתנו הגה"ק מלאנצהוט אין קאנטרי
ויגוע וימת ויאסף על עמו
שמחת תורה תשכ"ז האט ער אוועקגעגעבן זיין הקפות'ל פאר איינער פון די מתפללים זאגנדיג אז די קומענדיגע יאר וועט ער עס שוין נישט דארפן, און האט גאנץ קלאר מרמז געווען אז ער גרייט זיך צו זיין פטירה לחיי העולם הבא.
(אין ספר בית היין ווערט געברענגט אז זיין זיידע הרה"ק ממעליץ האט אויך פארגעזאגט שמחת תורה א יאר פאר זיין פטירה, און נאך צדיקים לבית ראפשיץ, וזה לשונו: בעת היותינו בלימאנוב, בשמחת תורה בלילה (שנת תרע"ה) רקד הרבה כמנהגו. אך ביום לא רקד כלום, רק סבב את הבימה בהליכה ולא רקד. אני הצעיר הייתי מפחד מזה הענין כי הייתי יודע ושמעתי מפיו הקדוש כמה פעמים כי אבותיו הקדושים זי"ע וכמה ממשפחתו משפחת ראפשיץ היו יודעים בשמחת תורה הקודם שילכו לעולמם בשנה הזאת, ולמשל: שמעתי ממנו שדודו הה"ק הרר"א מדזיקוב זצ"ל בההקפה האחרונה ביום שמחת תורה, קפץ על העמוד וצעק: "אבגעטאנצט". כן סיפר מזקנו הקדוש מראפשיץ ומכמה מאבותיו ומשפחתו. לכן בעת שסבב את הבימה, הייתי עומד לנגדו ומכה כף על כף ומנגן הרבה, ועמדתי לו בדרך שלא יוכל לחזור אל העמוד, וידעתי היטב שהוא היה נהנה אם הייתי מנגן ומרקד לפניו, ובוודאי יעשה וירקד גם עתה, אבל למורת רוחי נתק את המעגל (רעדיל) שעשינו אנחנו והלך להעמוד כמה פעמים, עד שבעת איזה הקפה מהאחרונות אמר לי בעצבון: בני... בני... לא בכל פעם העת לרקוד, הנח לי לילך להעמוד )
ווען הרה"ק מסאטמאר איז געקומען באזוכן די קעמפס זימער שנת תשכ"ז איז ער אויך געקומען באזוכן די אייניקלעך אין קעמפ, און זיך דאן געזעגנט פון הרה"ק מסאטמאר א לענגערע צייט ביחידות, און קומענדיגער טאג איז אריין אין שפיטאל, בניו הרבנים זענען געקומען צו פארן פון ארץ ישראל צו זיין מיט אים אין שפיטאל, דער דאקטער האט דאן זיך אויסגעדריקט פאר די קינדער אז לויט די חשבונות און די טעסטס האט ער געליטן אויף די מחלה לפחות 7 יאר, און ער האט געשטוינט וויאזוי עס איז מעגליך געווען פאר א יליד אשה דורכצוטראגן אזעלכע ייסורים אזויפיל יאר.
אין יענע תקופה ליגנדיג על ערש דוי זענען פילע רבנים און אדמורי"ם געקומען מבקר חולה זיין דעם רבי'ן זצ"ל אין שפיטאל, בין כסא לעשור איז געקומען באזוכן הרה"ק מסאטמאר זי"ע , דער טשאקאווער רבי זצ"ל איז שוין עטליכע טעג בעפאר נישט געווען ביים באוואוסטזיין און צום וואונדער ווי נאר ער איז אריינגעקומען אין צימער האט דער רבי זצ"ל געעפנט די אויגן, און ער האט זיך מתנצל געווען פאר הרה"ק מסאטמאר זי"ע אז ער האלט אין אזא מצב וואס ער קען אים גארנישט מכבד זיין, און הרה"ק מסאטמאר האט גע'ענטפערט אז דאס גרעסטע כבוד וועט זיין אז ער וועט געזונט ווערן,דער רבי האט אזוי געשמועסט מיט'ן סאטמארער רבי'ן ביז ער איז ארויס פון צימער, און גלייך דערנאך איז דער רבי צוריקגעפאלן צום באוואוסטלאזן מצב רח"ל. ליידער איז אבער נגזר געווארן די גזירה און דינסטאג פ' לך לך נאכמיטאג יום ד' מרחשון תשכ"ח האט דער טשאקעווער רבי זצ"ל אויסגעהויכט זיין נשמה ליוצרה ובוראה, ווען ארום זיין בעט שטייען ארום אלע זיינע קינדער און אייניקלעך.
ער האט געלאזט צוואה אז מען זאל מאכן די קבורה ווי שנעלער און נישט איבערנעכטיגן פאר די קבורה. אין יענע יארן מיט די יוניאן קברנים האט דאס אויסגעזעהן ווי א אוממעגליכע זאך. דאך האבן די קינדער זיך אנגעשטרענגט לקיים דברי המת און האבן טאקע מצליח געווען צו קובר זיין נאך יענע נאכט. צוליב די יאגעניש האט מען נישט געהאלטן קיין הספדים, און נאכ'ן אריבערגיין דעם טשאקעווער ביהמ"ד אין דער איסט סייד איז די מטה געפירט געווארן קיין וויליאמסבורג וואו די לוי' איז אריבער פארנט פון 500 בעדפארד עוו. און א ריזיגער צבור תושבי וויליאמסבורג ובראשם הרה"ק מסאטמאר האבן באגלייט דעם ארון א שטיק וועג.
דער טשאקאווער רבי זצ"ל אזוי ווי ער האט געלעבט א באשיידען לעבן איז נפטר געווארן באשיידן, און ער האט זיך אוועקגעלייגט א באשיידענעם חלקה אין ווינקל פון דעם באבובער בית החיים אין נוא דשערזי, און ער האט געלאזט צוואה א באשיידענעם נוסח מציבה ווי ער איז מתאר זיינען מיטמאכענישן אין זיין שטורעמישן לעבן, נאך עטליכע יאר האבן די קינדער בהוראת הרבנים אויסגעקריצט אויף די אנדערע זייט פון די מציבה א שענערע נוסח וואס פאסט ענדערש פאר א רבין כמותו.
בנו הגר"מ הלברשטאם חבר הבד"ץ בדביקות ביים ציון פון זיין פאטער האדמו"ר מטשאקאווא
זרעו אחריו
דער טשאקעווער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט זיין שיינעם הערליכן דור פון קינדער און איידעמער און פילע אייניקלעך רבנים דיינים און תלמידי חכמים.
דער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט 4 זיהן און 4 טעכטער:
- בתו הרבנית מרת פייגא ז"ל, אשת חבר פון הרה"ג ר' יושע מאלאוויצקי ז"ל אדמו"ר מלעכאוויטש.
- בנו הגה"צ ר' מאיר האלברשטאם זצ"ל האדמו"ר מטשאקעווע-בני ברק.
- בנו הגה"צ ר' נפתלי האלבערשטאם זצ"ל אדמו"ר מטשאקאווע-ירושלים ובעמח"ס דברי נפתלי, ויו"ר וועד הכשרות שע"י בד"ץ עדה החרדית.
- בתו הרבנית מרת רעכיל ז"ל, אשת חבר פון הרב שלום אייזיקאוויטש זצ"ל לאנגיעריגער מנהל רוחני אין די סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג.
- בנו הגה"צ ר' משה הלברשטאם זצ"ל חבר הביד"ץ העדה החרדית אין ירושלים, ובעמח"ס שו"ת דברי משה.
- בתו הרבנית מרת מרים ז"ל, אשת חבר הגה"צ ר' משה הלוי דייטש זצ"ל אב"ד קטמון ורב דקהל בית שלו' שאץ אין לאנדאן.
- בתו הרבנית מרת חי' ז"ל, אשת חבר פון הגה"צ ר' יושע אלעזר מרדכי וואגשאל זצ"ל האדמו"ר מלאנצוט.
- בנו הרה"ג ר' חכם צבי האלבערשטאם זצ"ל פון בני ברק.