Re: גראמען גמ"ח
גראם של תודה, למגיד שיעור על דף גמרא. מישהו?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
Wow! דאס איז בעסער ווי גוט! יישר כח גדול!!!יש משהו האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:48 pmדעיס איז נישט גוט ? מ'דארף מיין איך טוישן נאר איין שורה
ניין יארן,
זענען אזוי שנעל אדורכגעפארן,
ווי אין א בליק פון די אויגן,
איז די צייט געפלויגן.
מ'טוט זיך נאר דערמאנען,
פאר נישט לאנג צוריק, אונטערן חופה געשטאנען,
זיך אנגעכאפט האנט ביי האנט,
און די שיינע וועג צוזאמען אריינגעשפאנט,
אויפן לאנגע וועג אנגעהויבן צו שפאצירן,
ווען איינער די צווייטער געטון שפירן,
מ'האט נישט געטון אונטערשאצן,
אז אזוי שנעל וועט לויפן יארן דרייצן,
און יעצט, איז אנגעקומען די טאג,
איז מיט שמחה איך זאג,
מזל טוב! מזל טוב!
די זאך וואס איז מער ווערד פון א יעדע געשאנק,
איז אוודאי זאגן און ארויסברענגען א גרויסע דאנק,
פאר דיר, מיין געטרייע ווייב, מיין לעבנסבאגלייטער,
ביסט איינס מיט מיר, נישט קיין צווייטער,
אין א שווערע מצב האסטו מיר פארשטאנען,
מה הקב"ה חנון אף את חנון,
און אין א פרייליכע מינוט, די אויגן גלאנצן,
מוזאמען מיטגעפילט און מיטגעטאנצן,
האסט מיר באגלייט אויף טריט און שריט,
און האסט מיר ארויסגעהאלפן א יעדע מינוט.
און אזויווי ס'איז ידוע,
ווי עס שטייט 'אשתך כגפן פוריה',
אז די ווייב איז גוט און הערליך,
וואקסן אויך די קינדער שיין און ערליך,
'בניך כשתילי זיתים סביב',
און יעדע קינד איז ביי דיר אזוי חביב,
ווי די האסט יעדער עקסטער אזוי שטארק ליב,
אה! ווי שיין און ווי הערליך בויעסטו אונזער שטוב!
אשת חיל מי ימצא, צו טרעפן איז שווער,
מ'דארף זוכן מער און מער,
אבער איך פיל עס און איך זאג עס אפן,
איך האב עס ב"ה יא געטראפן!
די הייליגע באשעפער זאל זיך באמיען,
יברכך ד' מציון,
אלע גוטע זאכן זאל ער אונז שענקען,
ער זאל אונז אייביג געדענקען,
אסאך אסאך ברכה הצלחה,
א קינדער געבענטשטע משפחה,
עס קענען פירן ערליך און געזונטערהייט,
ווייטער פלעכטן אונזער שיינע קייט,
באשעפער, די טויערן אויפמאך-עס,
שענק אונז ווייטער, געזונט פרנסה נחת.
בני בריכי, חיי אריכי, ומזוני רויחי,
קענען לעבן 24\7 מיטן קודשא בריך הוא.
עד ביאת גואל צדק בב"א
מזל טוב!