הכנות מיט צבי בלומנפעלד פון פרייליךנויז מאשין האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:35 am50 יאר פון אידישע מוזיק!א רייכע מוזיקאלישע אווענט וועט פארקומען קומענדיגן נאוועמבער דעם ניינטן לע"נ דער באקאנטער פראדוצירער און קאמאפאזער ר' יהושע מענדלאוויטש ע"ה.
די הויפט זינגערס ביים אווענט ציילן זיך די ריזן און מייסטער זינגערס ר' מרדכי בן דוד און ר' אברהם פריעד און פיל נאך. די מוזיק וועט פראדוצירט ווערן דורכן לעגנדארן נגינה מייסטער ר' ישראל לעם און ר' יוחי בריסקמאן באגלייט דורך די סאמע גרעסטע אידישע מוזיק בענדס אריינגערעכנט די מענדי הערשקאוויטש בענד, פרייליך בענד און ארי טייטלבוים בענד.
ר' יהושע האט איבערגעלאזט א טיפן קראץ אין אידישע מוזיק, ר' יהושע איז דער וואס האט צוזאמגעשטעלט דער גרעסטער אידישער מוזיק סטעידזש'ס, פראדוצירנדיג צענדליגע אלבום'ס און קאנצערטן, אריינגערעכנט די בארימטע 'העסק שאו'ס', יהושע איז דער וואס האט געהאט א גרויסן יד און פאפולער מאכן ר' מרדכי בן דוד ווערדיגער און דעם לעגנדארן אראנזשירער ר' משה מרדכי (מונה) רוזנבלום. ר' יהושע האט אויך קאמפאזירט אומצאליגע לידער, א שטייגער ווי דעם וועלט באקאנטער 'סימן טוב ומזל טוב' וועלכע מ'זינגט ביי יעדע שמחה און אין אלע קרייזן.
מיט דעם היסטארישן "אידישע מוזיק האלל אף פעים" טוט מען אפצייכענען דעם ערשטן יארצייט פון ר' יהושע און ווי אויך איבער פופציג יאר פון מרדכי בן דוד און אברמל.
טיקעטס וועלן גיין פאר גאר טייערע פרייזן, א פשוטע טיקעט איז ארום 300 ביז 500 דאלער אבער בלויז צוויי VIP זיצן קענען גיין פאר כמעט דריי טויזנט דאלער(!) די פראפיטן פונעם אווענט וועלן גיין צום JEP קירוב ארגענאזאציע.
מענדי הערשקאוויטש בענד
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- נויז מאשין
- שר האלפיים
- תגובות: 2761
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm
Re: מענדי הערשקאוויטש בענד
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20241107_185456_Chrome.jpg (297.98 KiB) געזען 90 מאל
-
- Screenshot_20241107_185444_Chrome.jpg (128.79 KiB) געזען 90 מאל