ציטיר
36
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך נארמאליזעם
»
דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 8:25 pm
א שטיקל סדר הדברים: פארנאכטס איז א מדנ"י בירגער געגאנגען און אראפגענומען א פאלעסטינער פאן וואס האט געהאנגן ביי א פענסטער אין שטאט, די שטאט איז פיל מיט אראבישע אפשטאמיגע און שטיצן די פאלעסטינער, אויך האט א טעקסי דרייווער געטענהט אז ער איז געווארן אטאקירט דורך א מדנ"י בירגער. שפעטער זענען א גרופע פון מדנ"י בירגער אנגעקומען צו א קאסינאו און זענען געווארן אפגעווארט דורך 50 אראבערס באוואפנט מיט מעסערס און שטעקענס, צוויי מדנ"י בירגער זענען געווארן לייכט פארוואונדעט איידערן אריינקומען, פאליציי איז גלייך געקומען און אפגעשפארט די קאסינאו, זיי האבן אנגעהויבן ארויספירן די מדנ"י בירגער פון זייטיגע גאסן אין קליינע גרופעס. חוץ פון דעם איז א מדנ"י בירגער געווארן נאכגעלאפן דורך א אראבער וואס האט צוגענומען זיין פאספארט און געסטראשעט אריינצושטיפן אין וואסער, די בירגער איז ארויס אן קיין וואנדן, זיין פאספארט בילד איז געווארן פארשפרייט. יעצט איז די מצב ארויס פון קאנטראל...
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם
אום דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 8:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א שמחת תמיד... ווי איז ישראל הלוי?